בלאט 1 פון 1
אשר בחר בנו מכל היהודים
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 4:16 pm
דורך מודה בטפל
חסידישע אידן זענען די עכטע אידן וואס דער באשעפער האט מערסטע ליב. נאר מיר חסידישע אידן זענען עכט אפגעטיילט פון דעם גוי. די עיקר נקודה איז ואבדיל אתכם מן העמים און לא תלכו בחוקות, דאס אלעס איז נישט דא ביי אנדערע אידישע צירקלן ליידער.
א מאדערן ארטאדאקס איד ליגט ראשו ורבו אינעם גוי קולטור, מיט וואס איז ער מובחר? און פון די קאנסערוואטיוו און רעפארם דארף מען ניט אמאל רעדן.
מ'גייט אריין אין אזא שבת דארף מען געדענקן אז אונז און בלויז אונז שווארץ געקליידעטע זענען די מובחרים און זיין שטאלץ דערמיט!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 4:40 pm
דורך berlbalaguleh
מודה בטפל: איידער דו פאטשט דיך אויפ'ן בויך. לאמיר געבן א בליק אין די תפיסות פון אמעריקע. וואס איז אונזער רעפרעזענטאציע דארט...?!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 4:44 pm
דורך מודה בטפל
לא תלכו בחוקות! ס'נישט דא כמעט וואס זיצן על פי תורה.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 4:50 pm
דורך יתרו
מודה בטפל האט געשריבן:כ'בין פינף און דרייסיג יאר פון ברוקלין ניו יארק, א פלאמפייערדיגער חסידישער איד וואס פארדאמט יעדער וואס גייט נישט אין מיין שפאן. אבער נישט געזארגט איך פלאן בעיקר צו ליינען, אז ס'וועט וויכטיג אויספעלן וועל איך זיך לאזן הערן
קוקט אויס ווי עס פעלט וויכטיג אויס
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 5:00 pm
דורך איש חזון
מודה בטפל האט געשריבן:חסידישע אידן זענען די עכטע אידן וואס דער באשעפער האט מערסטע ליב. נאר מיר חסידישע אידן זענען עכט אפגעטיילט פון דעם גוי. די עיקר נקודה איז ואבדיל אתכם מן העמים און לא תלכו בחוקות, דאס אלעס איז נישט דא ביי אנדערע אידישע צירקלן ליידער.
א מאדערן ארטאדאקס איד ליגט ראשו ורבו אינעם גוי קולטור, מיט וואס איז ער מובחר? און פון די קאנסערוואטיוו און רעפארם דארף מען ניט אמאל רעדן.
מ'גייט אריין אין אזא שבת דארף מען געדענקן אז אונז און בלויז אונז שווארץ געקליידעטע זענען די מובחרים און זיין שטאלץ דערמיט!
חסידישע, אדער חרד'ישע? (מיר דאכצעך גראדע אז די ליטאים זענען מער יודיש ווי די חסידישע)
און וואס איז מיט חרד"לים?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 5:04 pm
דורך תורה ומדע
מודה בטפל האט געשריבן:חסידישע אידן זענען די עכטע אידן וואס דער באשעפער האט מערסטע ליב. נאר מיר חסידישע אידן זענען עכט אפגעטיילט פון דעם גוי. די עיקר נקודה איז ואבדיל אתכם מן העמים און לא תלכו בחוקות, דאס אלעס איז נישט דא ביי אנדערע אידישע צירקלן ליידער.
א מאדערן ארטאדאקס איד ליגט ראשו ורבו אינעם גוי קולטור, מיט וואס איז ער מובחר? און פון די קאנסערוואטיוו און רעפארם דארף מען ניט אמאל רעדן.
מ'גייט אריין אין אזא שבת דארף מען געדענקן אז אונז און בלויז אונז שווארץ געקליידעטע זענען די מובחרים און זיין שטאלץ דערמיט!
דער חרדישער איד פעלט אבער אסאך אין מענשליכקייט, זהירות און חושן משפט ענינים, און א געוואלטאוונע מאס פון מדעי העולם וואס וואלט געקענט איהם דערהייבן גאר הויך. חוץ מזה איז ער, עפ״י רוב, גוט מעורב מיט די חוקות הגוי.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 5:07 pm
דורך מודה בטפל
חסידישע אידן זענען מער אפגעטיילט פונעם גוי מיט לבוש און דאס אויסזעהן מיט'ן בארד און פיאות.
און מיט די שפראך!
שם לשון מלבוש.
Re: אשר בחר בנו מכל היהודים
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 5:13 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אין גויישע מגולחישע סייטס זאגט מען אין די אינסטאנצן the user name checks out. אוודאי וואלטן אידישע אידן זיך נישט באנוצט מיט אזא פאסקודנע שפראך. מיר זאגען ׳ר׳ מאיר מדייק בשמא׳.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 6:34 pm
דורך גדליה
לאך לאך, אבער צווישען חסידים קומט פאפא אריין די שטערקסטע.
אשר בחר בנו מכל החסידים.
Re: אשר בחר בנו מכל היהודים
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 8:54 pm
דורך חסיד פון ליטא
גדליה האט געשריבן:לאך לאך, אבער צווישען חסידים קומט פאפא אריין די שטערקסטע.
אשר בחר בנו מכל החסידים.
און פון די פאפא חסידים קומט פאפא רב אריין די שטערקסטע.
שמע מינה אז פאפא רב איז דער שפיץ איד בדורנו, ש"מ.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 9:05 pm
דורך berlbalaguleh
מודה בטפל האט געשריבן:לא תלכו בחוקות! ס'נישט דא כמעט וואס זיצן על פי תורה.
מודה בטפל: איך קען א איד וואס ווען ער איז געקומען אין קאורט פאר מעשים טובים פון באשווינדלען בענק און אנדערע גניבות. האט געטענה'ט אז על פי חוקי התורה (אדער התאחדות. ניין התאחדות איז מתיר באגנבנ'ען אידן אויך.) איז ער פטור. ווייל טעות גוי איז מותר...אבער די דזשורי האט נישט געוואלט הערן פון דעם. און ער האט נעבעך געענדיגט אין אוטיסווילל...!
איינער א בדחן האט געמאכט א זייער א שיינעם גראם. מענינא דיומא. דער גראם גייט אזוי...
טעות גוי מותר
אבער אז מ'כאפט איז ביטער...!
מדי דברי. ס'איז געווען אמאל א זייער פרומער, חסיד'ישער און אפגעהיטענער איד וועלכער האט געיושב'ט. אמאל , ווען די עסקנים פון דרור אדער לחירות זענען געקומען פאר א באזוך אין טורמע. און זיי האבן איהם געזעהן. האבן זיי איהם געפרעגט. וויאזוי ער איז אנגעקומען דא אהער אין דזשעיל...? האט ער זיי געזאגט..."בטעות"... האט איינער פון די עסקנים געזאגט אז ער גייט שוין רעדן צום הויפט אז מ'זאלל איהם באפרייען... פרעגט ער איהם...וואס איז געווען דער טעות...?זאגט איהם דער ארעסטאנט. איך האב געמאכט א טעות. בשעת איך האב געמאכט דעם שווינדל האביך געמיינט אז מ'וועט מיך נישט כאפן. דערווייל האבן זיי מיך יא געכאפט...!
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2019 12:32 am
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:מודה בטפל האט געשריבן:לא תלכו בחוקות! ס'נישט דא כמעט וואס זיצן על פי תורה.
מודה בטפל: איך קען א איד וואס ווען ער איז געקומען אין קאורט פאר מעשים טובים פון באשווינדלען בענק און אנדערע גניבות. האט געטענה'ט אז על פי חוקי התורה (אדער התאחדות. ניין התאחדות איז מתיר באגנבנ'ען אידן אויך.) איז ער פטור. ווייל טעות גוי איז מותר...אבער די דזשורי האט נישט געוואלט הערן פון דעם. און ער האט נעבעך געענדיגט אין אוטיסווילל...!
איינער א בדחן האט געמאכט א זייער א שיינעם גראם. מענינא דיומא. דער גראם גייט אזוי...
טעות גוי מותר
אבער אז מ'כאפט איז ביטער...!
מדי דברי. ס'איז געווען אמאל א זייער פרומער, חסיד'ישער און אפגעהיטענער איד וועלכער האט געיושב'ט. אמאל , ווען די עסקנים פון דרור אדער לחירות זענען געקומען פאר א באזוך אין טורמע. און זיי האבן איהם געזעהן. האבן זיי איהם געפרעגט. וויאזוי ער איז אנגעקומען דא אהער אין דזשעיל...? האט ער זיי געזאגט..."בטעות"... האט איינער פון די עסקנים געזאגט אז ער גייט שוין רעדן צום הויפט אז מ'זאלל איהם באפרייען... פרעגט ער איהם...וואס איז געווען דער טעות...?זאגט איהם דער ארעסטאנט. איך האב געמאכט א טעות. בשעת איך האב געמאכט דעם שווינדל האביך געמיינט אז מ'וועט מיך נישט כאפן. דערווייל האבן זיי מיך יא געכאפט...!
אדער אזוי ווי רביה"ק זי"ע פלעג זאגן, ער'ט עס געטוהן בהיתר.
העטער געווען אן ערליכע יוד, העטער עס נישט געטוהן...
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2019 6:04 am
דורך אגרות צפון
מודה בטפל האט געשריבן:חסידישע אידן זענען די עכטע אידן וואס דער באשעפער האט מערסטע ליב. נאר מיר חסידישע אידן זענען עכט אפגעטיילט פון דעם גוי. די עיקר נקודה איז ואבדיל אתכם מן העמים און לא תלכו בחוקות, דאס אלעס איז נישט דא ביי אנדערע אידישע צירקלן ליידער.
א מאדערן ארטאדאקס איד ליגט ראשו ורבו אינעם גוי קולטור, מיט וואס איז ער מובחר? און פון די קאנסערוואטיוו און רעפארם דארף מען ניט אמאל רעדן.
מ'גייט אריין אין אזא שבת דארף מען געדענקן אז אונז און בלויז אונז שווארץ געקליידעטע זענען די מובחרים און זיין שטאלץ דערמיט!
עס איז ראטזאם אינזין צו האבן דייקא ביי לא יהיה לך אלהים אחרים על פני.
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2019 12:09 am
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אין גויישע מגולחישע סייטס זאגט מען אין די אינסטאנצן the user name checks out. אוודאי וואלטן אידישע אידן זיך נישט באנוצט מיט אזא פאסקודנע שפראך. מיר זאגען ׳ר׳ מאיר מדייק בשמא׳.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
און וואס איז מיט די חכמים. די בעלי פלוגתא פון ר' מאיר...?!