בלאט 1 פון 1

אידישע קטנים וואס שרייבן דא

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2019 1:23 am
דורך קלוגסטער פון אייראפע
אן שרייבן נעמען איז ק''ש געווארן לעצטענס א פלאטפארם פאר אידישע קטנים זיך אויסצוגעבן. פארוואס לאזט מען דאס צו? דער עפענט אשכול'ם דער אנדערער פארדרייט אשכולות. שוין צייט אפצושטעלן די אידישע קטנים אקעי?

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2019 2:20 am
דורך berlbalaguleh
נו, אוואו איז דער עולם. מ'שלאפט...? עורו ישנים משינתכם. ס'איז דאך עפעס ליל שישי היינט.....?!
אוואו זענען די אידן מיט די שארפע פענעס...?!
נו, אונזערע גיבורים פון קאווע שטיבל. ביטע לייגטס דעם אויבער חכם אין פלאץ. איך האב ב"ה א זאק פול מיט לייקס. ס'איז דא בשפע פון די סחורה... די גמ' זאגט דאך ...ר' מאיר דייק בשמא. דער טראלל איז מיר נישט געפעללן פן די ערשטע רגע...!
ווארטס נישט ביז מ'וועט ענק' ארויסציען פון בעט. און אנרופן ביי די נעמען...! נו, אומר ועושה נעמטס ענק צו די ארבעט. זייט איך ליין און שרייב דא אין קאווע שטיבל איז מיין בלוט פרעשור נאכנישט ארויפגעגאנגען אזוי הויעך ווי ווען דער טראלל האטציך צולאזט...!

יין שרף איכה
וואלווי איכה: רביה"ק זי"ע איכה: נקודת האמת. (ברוך אתה ה' מחיה המתים.) איכה ועוד רבים אחרים גדולי הדור. אייכם.: ואי אפשר לפורטם כי רבים הם...!

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2019 2:22 am
דורך berlbalaguleh
קלוגסטער פון אייראפע האט געשריבן:אן שרייבן נעמען איז ק''ש געווארן לעצטענס א פלאטפארם פאר אידישע קטנים זיך אויסצוגעבן. פארוואס לאזט מען דאס צו? דער עפענט אשכול'ם דער אנדערער פארדרייט אשכולות. שוין צייט אפצושטעלן די אידישע קטנים אקעי?

גרעסטער בהמה פון אייראפע: קלוגסטער פון די שטאט כעלעם: מ'וועט דאס טאקע נישט צו לאזן. מ'וועט דיך משלח זיין לעזעזאל...! דו קענסט צוריק גיין אין משוגעים הויז פון וואו דו ביסט אנטלאפן...!

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2019 2:35 am
דורך קלוגסטער פון אייראפע
berlbalaguleh האט געשריבן:
קלוגסטער פון אייראפע האט געשריבן:אן שרייבן נעמען איז ק''ש געווארן לעצטענס א פלאטפארם פאר אידישע קטנים זיך אויסצוגעבן. פארוואס לאזט מען דאס צו? דער עפענט אשכול'ם דער אנדערער פארדרייט אשכולות. שוין צייט אפצושטעלן די אידישע קטנים אקעי?

גרעסטער בהמה פון אייראפע: קלוגסטער פון די שטאט כעלעם: מ'וועט דאס טאקע נישט צו לאזן. מ'וועט דיך משלח זיין לעזעזאל...! דו קענסט צוריק גיין אין משוגעים הויז פון וואו דו ביסט אנטלאפן...!

איר זענט אפשר נמאס געווארן פונעם גויאישע גדולים אשכול?

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2019 3:54 am
דורך רביה''ק זי''ע
בעצם ביזטו גערעכט, אבער במקום שאין איש... אדרבה, לאמיר זען וואס דו קענסט.

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2019 10:12 am
דורך סדרן
קלוגסטער פון אייראפע האט געשריבן:אן שרייבן נעמען איז ק''ש געווארן לעצטענס א פלאטפארם פאר אידישע קטנים זיך אויסצוגעבן. פארוואס לאזט מען דאס צו? דער עפענט אשכול'ם דער אנדערער פארדרייט אשכולות. שוין צייט אפצושטעלן די אידישע קטנים אקעי?



אויב זעט איר אן אשכול וואס קומט נישט נאך די קאווע שטיבל סטאנדארטן אדער א תגובה וואס פארדרייט אן אשכול, האלט אייך נישט צוריק פון נוצן די באריכט קנעפל.
אין אנדערע פעלער געדענקט אז זאכן וואס זענען אייך נישט אינטערעסאנט קענען זיין אינטערעסאנט פאר אנדערע שטיבל מיטגלידער.

כ'מיין מיך אויך:

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2019 12:56 pm
דורך קאך_לעפל
מיר האבן דא ב''ה פון אלע סארטן.

מיר האבן אונזער בארימטער קאפי-פעסטער וואס ווען אימער ער באגעגענט זיך אויפן געוועב מיט א שטיקל רעכטע ציונות, מאכט ער ספאנטאן אויף אן אשכול, אין פעסט עס זארגפעליג אריין דארט, אויף א אופן למען ירוץ הקורא בו...
מיר האבן עמיצער וואס איז נאכאנאד פארנומען מיט נאכזוכן די פאקטן וואס שרייבער שרייבן אויף וויקפידיע.
מיר האבן עמיצער וואס שמירט אויס יעדע אשכול אפגעזען פונעם טאפיק מיט אויסגעוועפטע חסידישע ציונות און אלטע אויסגעדראשענע פאלקס געשיכטעלעך, אונטערגעשלאגן מיט אטאקעס אויף אלע זיינע אנגעבליכע פיינט נאך פון אלס קינד. און אז מ'זאגט אים א ווארט ווערט ער ווילד ווי אקס וואס זעט א רויטע שמאטע...

נאר וואזשע דען? דאס איז אונזער שיינקייט! טאלאראנץ. מיר דארפן פראבירן צו דערליידן יעדעם איינעם, אפגעזען פון זיינע אדילאגיעס און וואנזיניקייטן...

אפגעזען אויב איינער שרייבט געמיין א קעגן די הייליגע תורה אדער צדיקי אמת... די מערהייט פון די שרייבער האלטן זיך צום באדויערן צו די אלטע אידשע רעליגיע...

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2019 1:01 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קלוגסטער פון אייראפע האט געשריבן:...אידישע קטנים...
המלוכה והממשלה האט געשריבן:...גוי'אישע גדולים...

וואו בין איך דא אריינגעפאלן...?

נשלח: מוצ"ש יאנואר 26, 2019 9:46 pm
דורך קאצקע ציקער
berlbalaguleh האט געשריבן:
קלוגסטער פון אייראפע האט געשריבן:אן שרייבן נעמען איז ק''ש געווארן לעצטענס א פלאטפארם פאר אידישע קטנים זיך אויסצוגעבן. פארוואס לאזט מען דאס צו? דער עפענט אשכול'ם דער אנדערער פארדרייט אשכולות. שוין צייט אפצושטעלן די אידישע קטנים אקעי?

גרעסטער בהמה פון אייראפע: קלוגסטער פון די שטאט כעלעם: מ'וועט דאס טאקע נישט צו לאזן. מ'וועט דיך משלח זיין לעזעזאל...! דו קענסט צוריק גיין אין משוגעים הויז פון וואו דו ביסט אנטלאפן...!

:lol: :lol: 8-) :P :o ר'בערל טשיל