בלאט 1 פון 3
מאדנע שאלות און פסקים
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2019 6:59 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
צומאל זעט מען פארשידענע הלכות און שאלות המעלים חיוך על נפש עייפה.
עפען איך דא אן אשכול פאר די אלע זאכען, כולל צוויי וואס איך האב היינט געזען.


נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2019 7:24 pm
דורך אישתישבי
דער צווייטער איז נאך בעסער פין דער ערשטער.
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2019 9:03 pm
דורך berlbalaguleh
נאר ס'איז בעצם דא אן עצה צו דעם פראבלעם. אויב דער קארטל איז אנגעפולט געווארן אין יאנואר מיט די כוונה אז ס'גייט פאר פעברואר. קענמען (בשעת הדחק) נוצן דעם צווייטן נאמען. מיט די אנדערע סאושל סעקיוריטי נאמבער...!
יעצט. (אז דער וועלפעיר טשעק איז שוין אריינגעקומען אויף ביידע נעמען.) קענמען זיך נעמען צו ארבעטן אויף די גאר ערנסטע פראבלעמען אין אידישקייט. אז דער המון עם איז נישט נזהר ווען זיי שיקן חתונה בריוולעך (אינוויטעישנס, בלע"ז) שרייבן זיי אויך אויף ענגליש. הישמע כזאת. אז חסיד'ישע אידן זאללן שרייבן אויף גוי'איש. ואין פוצה פה ומצפצף...!
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2019 11:31 pm
דורך מי אני
איך האב עס געשטעלט אין אן אנדערן אשכול אבער יעצט כאפ איך אז לכאורה איז דאס דער ריכטיגע(רע) פלאץ דערפאר. ס׳איז נישט ממש א פסק, אבער ס׳איז א חלק פון א פסק, אין שו״ת באר משה ח״ג סימן קסה, וואו ער דערציילט איבער א רב וואס האט מתיר נדר געווען פאר איינעם א נדר קעגן וואטשען טעלעוויזשיאן, וואס ער האט נישט געוואלט מתיר זיין פאר יענעם (לדעתי זעהט מיר אויס אז לגבי די עצם חילול שבת איז יענע רב גערעכט).
ער האט (לדעתי) סתם אזוי אינטרעסאנטע תשובות און זיין אלגעמיינע סיגנון הלשון איז אויך זיס.
דא איז א חלק פון א תשובה וואס איינער האט אים געפרעגט ״פאר א חבר״ (ער האט זיך אבער שפעטער מודה געווען), אין ח״ד סימן קמא, וואס איז ערגער א בעילת נדה ישראלית צו א בעילת נכרית.
Re: מאדנע שאלות און פסקים
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2019 11:33 pm
דורך מי אני
געזעהן אין א בית חב״ד.
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 5:34 am
דורך זאפטיג
מי אני האט געשריבן:דא איז א חלק פון א תשובה וואס איינער האט אים געפרעגט ״פאר א חבר״ (ער האט זיך אבער שפעטער מודה געווען), אין ח״ד סימן קמא, וואס איז ערגער א בעילת נדה ישראלית צו א בעילת נכרית
.
עס איז דא א תשובה אין חת''ס איבער איינער וואס האט געשיקט א פנויה אין מקווה נאך ז' נקיים און בועל געווען,
דער חת''ס שרייבט אז עס איז ערגער, ווייל אז א מענטש כאפט אן א תאווה און ער טוט אן עבירה, נו וואס זאל מען טוהן דער יצה''ר איז שטארק, אבער אז א מענטש זאל האבן א וואך צייט זיך צוגרייטן צו אן עבירה דאס איז געפערליך.
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 9:26 am
דורך טאמבל סאס
מי אני האט געשריבן:דא איז א חלק פון א תשובה וואס איינער האט אים געפרעגט ״פאר א חבר״ (ער האט זיך אבער שפעטער מודה געווען), אין ח״ד סימן קמא, וואס איז ערגער א בעילת נדה ישראלית צו א בעילת נכרית.
וואו איז די צווייטע חלק פון די צווייטע תשובה?!
Re: מאדנע שאלות און פסקים
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 8:20 am
דורך מי אני
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 1:30 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2019 10:21 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 9:31 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס נישט ווי דו ביסט אויפגעוואקסען, אבער די הלכה איז שוין אין ט"ז. ממילא דארף מען עס ערשט אפלערנען. איך טראכט אייביג אז 'כי פנה יום' מיינט רוב טאג איז אריבער, אבער נישט די גאנצע. אבער 'השמש יבא ויפנה' גייט נישט אויפ'ן טאג נאר אויפ'ן זון, און דאס איז ביים שקיעת החמה, עפ"י פשטות. דער א"ר פארענטפערט אז עס גייט אויף סוף שקיעה, אבער די מחזורים דרוקן דער ט"ז, אזוי ווי דער מ"ב ברענגט.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 9:38 am
דורך וואלווי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך ווייס נישט ווי דו ביסט אויפגעוואקסען, אבער די הלכה איז שוין אין ט"ז. ממילא דארף מען עס ערשט אפלערנען. איך טראכט אייביג אז 'כי פנה יום' מיינט רוב טאג איז אריבער, אבער נישט די גאנצע. אבער 'השמש יבא ויפנה' גייט נישט אויפ'ן טאג נאר אויפ'ן זון, און דאס איז ביים שקיעת החמה, עפ"י פשטות. דער א"ר פארענטפערט אז עס גייט אויף סוף שקיעה, אבער די מחזורים דרוקן דער ט"ז, אזוי ווי דער מ"ב ברענגט.
פנה יום מיינט רוב טאג? פאר רוב טאג וואלט לכאורה געדארפט זיין א הוה, כגון "היום פונה" וכדומה
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 9:45 am
דורך רביה''ק זי''ע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך ווייס נישט ווי דו ביסט אויפגעוואקסען, אבער די הלכה איז שוין אין ט"ז. ממילא דארף מען עס ערשט אפלערנען.
נו דער ט"ז איז דאך באוואוסט מיט זיינע אינטרעסאנטע פסקים, די פשוטע תירוץ איז אז "יפנה" קען דינען סיי אלץ לשון עתיד און סיי אלץ לשון הווה און אויך אלץ לשון עבר. אבער די אמת איז אז די גאנצע קשיא איז מופרך מעיקרא, פיוטים זענען לכתחילה נישט געמאכט צו שטימען ע"פ דקדוק, היום פנה, היום יפנה, אלץ מיינט די זעלבע זאך, די טאג גייט פארביי. אין כאן לא קשיא ולא תירוץ, אבי מ'קען פארדרייען מענטשן א קאפ.
די חילוק צווישן מיר און דיר איז אז דו ביזט סטאק געווארן ביים ט"ז, ואין בודקין מן הט"ז ולמעלה, דארף מען אזוי פארקרומט מאכן דאס קאפ ביז מ'רעדט זיך איין אז מ'פארשטייט עס. אונז האט מען אויסגעלערנט אז יעדער קען מאכן א טעות, אפילו משה רבינו.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 10:17 pm
דורך צפור בודד
אז מ'קען זאגן שחר קמתי עלף ביי טאג אדער עלף ביי נאכט, איז היום יפנה א קליינע עבירה.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2019 4:36 am
דורך אגרות צפון
אדער זאגן לכה דודי לאנג נאך נאכט
נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2019 9:09 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
די חילוק צווישן מיר און דיר איז אז דו ביזט סטאק געווארן ביים ט"ז, ואין בודקין מן הט"ז ולמעלה, דארף מען אזוי פארקרומט מאכן דאס קאפ ביז מ'רעדט זיך איין אז מ'פארשטייט עס. אונז האט מען אויסגעלערנט אז יעדער קען מאכן א טעות, אפילו משה רבינו.
ניין, דו האסט געזען די פסק אין די סידור, כאילו איינער פון בני ברק האט געזוכט א נייעם חומרא להחיות בהם נפש כל חי. דערווייל זעט מען אז עס איז יא אן ערנסטע זאך.
און אוודאי קען דער ט"ז מאכען א טעות, אבער דאס צו זאגען אן זיך צוברעכן די קאפ איידער מ'איז אזוי מחליט איז סתם א טפשות.
און די שחר קמתי איז אויך א פראבלעם, עס איז גארנישט אזוי גלאט. נאר מ'האט זיך צוגעוואוינט צו א געוויסע זלזול אין א חלק פון הלכה, א דאנק די פירערס וואס האבען געראטעוועט 'אידישקייט'.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2019 10:02 am
דורך אישתישבי
מען שטייט אויף דער ערשטער טאג סליחות פאר דער עלות, ווייל מען זאגט "בקומם בעוד ליל". אין אסאך קהילות זאגט מען מוצאי שבת און מען האט זיך בכלל נישט געלייגט, ממילא איז מען נישט אויפגעשטאנען.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2019 10:29 am
דורך יהודי פשוט
.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2019 10:49 am
דורך רביה''ק זי''ע
די שאלה איז נאר צו אין מונקאטש האט מען אזוי געזאגט ווייל ס'איז שוין געווען נאכ'ן שקיעה, צו מ'האט סתם אזוי געזאגט אזוי. אויב האט ער סתם אזוי געזאגט אזוי איז ער כאטש געווען קאנסיסטענט, די מאדנקייט איז נאר ווען מ'מאכט די חילוק צווישן פאר'ן שקיעה און נאכ'ן שקיעה דוקא ביי יענע שטיקל.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2019 10:55 am
דורך יהודי פשוט
ער האט עס מסתמא קיינמאל נישט געזאגט פאר'ן שקיעה, ממילא איז שווער צו וויסן וואס ער וואלט געטוהן ווען ער זאגט עס ווען יא פאר'ן שקיעה
נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 10:04 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אישתישבי האט געשריבן:מען שטייט אויף דער ערשטער טאג סליחות פאר דער עלות, ווייל מען זאגט "בקומם בעוד ליל". אין אסאך קהילות זאגט מען מוצאי שבת און מען האט זיך בכלל נישט געלייגט, ממילא איז מען נישט אויפגעשטאנען.
איך מיין מ'זאגט בזעקם בעוד ליל, ומתורץ כמין חומר
נשלח: פרייטאג אפריל 08, 2022 12:56 pm
דורך מי אני
הרב דר. מלך שפירא
ברענגט צו:
נשלח: זונטאג אפריל 17, 2022 11:07 pm
דורך פאלאצ'ינטא
א שאלה אויב מען מעג האלטען מיסטער קליען און לעדי פינגערס אין די זעלבע שאפע צוליב יחוד.