בלאט 1 פון 1
ווי אזוי קען מען טשעקען אויב א דרייוו וועי איז לעגאל?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 2:45 pm
דורך [NAMELESS]
יעדער ווייסט פון די מחלה פון אומלעגאלע דרייוו וועי'ס וואס איז דא אין פארשידענע פלעצער אין ברוקלין, בעיקר בארא פארק. ווי מ'גנב'עט אוועק פארקינג ספאט'ס פון די אייגענע שכינים אהן קיין שום יושר. איז דא א וועג נאכצוקוקן אויב א דריוו וועי איז לעגאל?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 3:03 pm
דורך קלוגסטער פון אייראפע
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 3:20 pm
דורך יעקב מענטש
חתם סופר האט געשריבן:יעדער ווייסט פון די מחלה פון אומלעגאלע דרייוו וועי'ס וואס איז דא אין פארשידענע פלעצער אין ברוקלין, בעיקר בארא פארק. ווי מ'גנב'עט אוועק פארקינג ספאט'ס פון די אייגענע שכינים אהן קיין שום יושר. איז דא א וועג נאכצוקוקן אויב א דריוו וועי איז לעגאל?
איך פארשטיי נישט פארוואס ס'ווערט 'יושר' איינמאל ס'האט א הכשר פון די גאווערמענט?
אגב, לעגאל צו נישט, אויב יענער רופט די חברה צו אוועקטראגן די קאר (אדער אפי' געבן א טיקעט), דארף יענער עפ"י דין תורה דיר באצאלן אלע שאדנס! (מיטגעהאלטן אזא מעשה).
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 8:25 pm
דורך berlbalaguleh
חתם סופר האט געשריבן:יעדער ווייסט פון די מחלה פון אומלעגאלע דרייוו וועי'ס וואס איז דא אין פארשידענע פלעצער אין ברוקלין, בעיקר בארא פארק. ווי מ'גנב'עט אוועק פארקינג ספאט'ס פון די אייגענע שכינים אהן קיין שום יושר. איז דא א וועג נאכצוקוקן אויב א דריוו וועי איז לעגאל?
יא: מ'רופט די בילדינגס דעפארטמענט. און מ'געט אן די בלאק און לאט #. און זיי זאגן אויב דער דרייוועי איז לעגאל אדער נישט. איך האב א שכן('נטע) אויף מיין בלאק. א ביסל א צודרייטע אידענע, ל"ע. און זי קריעגטציך מיט מענטשן וואס פארקן נעבן דרייוועי. (זי און איהר מאן האבן אפילו נישט קיין קאר.). איך האב אמאל געפארקט אן אינטש אריין אין די (אומלעגאלע) דרייוועי. זי קומט ארויס און נעמט זיך שרייען קולי קולות. האביך געזאגט אז איך וועל טשעקן אויב דער דרייוועי איז לעגאל. האטצי אפגעפוצט אויף די רגע...!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 10:51 pm
דורך מאטי
.
נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2019 12:26 am
דורך שמעון וואלף
טאמער ווייסט איר פון אן אומלעגאלע דרייוועי און די היימישע געגענטן, לאזט וויסן און זייטס א מזכה את הרבים
והוקע אותם!
פאר דער וואס וויל וויסן, איך האב א דרייוועי און איך פארגין עס פאר יעדן אבער מ'זאל עס טון די לעגאלע וועג. פאר מיר האט עס געקאסט געלט און כ'האב געדארפט אראפציפן א שטיקל פון מיין הויז צו לאזן גענוג פלאץ אז די דרייוועי זאל זיין לעגאל.
נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2019 6:18 am
דורך יעלה ויבא
Address?
נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2019 8:18 am
דורך אישתישבי
יעקב מענטש האט געשריבן:חתם סופר האט געשריבן:יעדער ווייסט פון די מחלה פון אומלעגאלע דרייוו וועי'ס וואס איז דא אין פארשידענע פלעצער אין ברוקלין, בעיקר בארא פארק. ווי מ'גנב'עט אוועק פארקינג ספאט'ס פון די אייגענע שכינים אהן קיין שום יושר. איז דא א וועג נאכצוקוקן אויב א דריוו וועי איז לעגאל?
איך פארשטיי נישט פארוואס ס'ווערט 'יושר' איינמאל ס'האט א הכשר פון די גאווערמענט?
אגב, לעגאל צו נישט, אויב יענער רופט די חברה צו אוועקטראגן די קאר (אדער אפי' געבן א טיקעט), דארף יענער עפ"י דין תורה דיר באצאלן אלע שאדנס! (מיטגעהאלטן אזא מעשה).
ווער איז געווען דער דיין דארט?
נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2019 11:13 am
דורך יעקב מענטש
איך געדענק נישט.
א מעשה פון 10 יאר צוריק ביי מיין ווייב'ס בעל הבית, קענסט אנרופן די בית הוראה, איך גלייב אז די תשובה וועט זיין די זעלבע.
און ווען איינער רופט די בלדג. דעפט. ווייל זיין שכן האט געמאכט א אומלעגאלע דרייוו וועי איז ער דער זעלבער מסור
נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2019 2:53 pm
דורך berlbalaguleh
יעקב מענטש: די גאנצע נפקא מינה אויב דער דרייוו וועי איז געווען לעגאל אדער נישט. אויב דער מענטש האט געהאט שאדן פון דעם. סיי דורך באקומען א טיקעט. און כש"כ דורך ווערן אוועקגעשלעפט. אויב דער דרייוו וועי איז לעגאל. קאסט דאך עס איהם דעם לענדלארד געלט. האט ער א רעכט צו באגרעניצן א צווייטן מענטש פון פארקן דארט. אבער אויב ס'איז נישט לעגאל. און ער האט גורם געווען א געלט שאדן פאר א צווייטן. מעג מען איהם איינמעלדן פאר'ן בילדינגס און טעקס דעפארטמענט...!
נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2019 2:17 pm
דורך יעקב מענטש
berlbalaguleh האט געשריבן:יעקב מענטש: די גאנצע נפקא מינה אויב דער דרייוו וועי איז געווען לעגאל אדער נישט. אויב דער מענטש האט געהאט שאדן פון דעם. סיי דורך באקומען א טיקעט. און כש"כ דורך ווערן אוועקגעשלעפט. אויב דער דרייוו וועי איז לעגאל. קאסט דאך עס איהם דעם לענדלארד געלט. האט ער א רעכט צו באגרעניצן א צווייטן מענטש פון פארקן דארט. אבער אויב ס'איז נישט לעגאל. און ער האט גורם געווען א געלט שאדן פאר א צווייטן. מעג מען איהם איינמעלדן פאר'ן בילדינגס און טעקס דעפארטמענט...!
אין וויליאמסבורג איז כמעט נישט דא קיין דרייוו וועי'ס וואס באלאנגן פאר פארדינגענע דירות, אלעס איז באוואוינט ביים בעל הבית.
הלכה'דיג, נניח אז דער דרייוו וועי איז לעגאל, און נניח אז דער לענדלארד רעכנט עקסטרע $200 דאלער א חודש פאר זיין טענעט וועגן דעם דרייוו וועי (אגב, איז א נפק"מ צו דאס איז א 'עקסטרע' טזשרדזש, אדער ער רעכנט מער פאר די דירה ווייל ס'פארמאגט א דרייוו וועי?) מעג ער רופן די פאליציי צו געבן א טיקעט פאר דער וואס פארקט פארענט פונעם דרייוו וועי? (זיי געבן געווענליך נישט קיין דרייוו וועי טיקעטס נאר אויב מ'רופט זיי, אויב געבן זיי אליינס איז ווארשיינליך דא חילוק צווישן לעגאל און נישט אלץ בור) אויב האט ער א טענה קען ער אים רופן צו דין תורה, אז מיין טענעט רעכנט אראפ $200/חודש צוליב דיין פארקן דארט.
נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2019 2:28 pm
דורך אישתישבי
אױב איינער האט באקומען א טיקעט, קען ער שרייבן א צעטעל מיט א חתימה פין דער בעל הבית'ס נאמען, אז דער בעל הבית האט אים געגעבען רשות דארט צו פארקן. והשאר מובן מאיליו.
נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2019 3:03 pm
דורך אישתישבי
יעקב מענטש האט געשריבן:איך געדענק נישט.
א מעשה פון 10 יאר צוריק ביי מיין ווייב'ס בעל הבית, קענסט אנרופן די בית הוראה, איך גלייב אז די תשובה וועט זיין די זעלבע.
און ווען איינער רופט די בלדג. דעפט. ווייל זיין שכן האט געמאכט א אומלעגאלע דרייוו וועי איז ער דער זעלבער מסור
וועלכע בית הוראה האלט אז מען טאר נישט רופען דער פאליציי ווען איינער פארשטעלט א קאר פין ארויספארן פון זיין דרייוועי?
Re: ווי אזוי קען מען טשעקען אויב א דרייוו וועי איז לעגאל?
נשלח: דינסטאג יולי 09, 2019 11:37 am
דורך החוקר
berlbalaguleh האט געשריבן: איך האב א שכן('נטע) אויף מיין בלאק. א ביסל א צודרייטע אידענע, ל"ע. און זי קריעגטציך מיט מענטשן וואס פארקן נעבן דרייוועי. (זי און איהר מאן האבן אפילו נישט קיין קאר.). איך האב אמאל געפארקט אן אינטש אריין אין די (אומלעגאלע) דרייוועי. זי קומט ארויס און נעמט זיך שרייען קולי קולות. האביך געזאגט אז איך וועל טשעקן אויב דער דרייוועי איז לעגאל. האטצי אפגעפוצט אויף די רגע...!
בערל, דו וואוינסט אין וועסט ווילעדזש?
זעהט זיך אויס אז מען דארף נישט זיין קיין חסיד צו טון די דריידלעך.
https://www.nydailynews.com/new-york/ny ... story.html?