בלאט 1 פון 1

ענדליך א רבי וואס רעדט צו די זאך

נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2019 5:58 pm
דורך שושן פורים
אין בני ברק איז דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת נפטר געווארן דער זוטשקא רבי ר' נתן דוד ראזענבוים ז"ל, דער שווער פונעם באקאנטן חסידישן מגיד ר' אלימלך בידערמאן.

אויבנאויף איז דער רבי געווען א וואוילע איד, נאך א אדמו"ר לבית נדבורנה, אבער וואס שטארצט ארויס איז די צוואה וואס ער האט איבערגעלאזט פאר זיינע קינדער, אנשטאט שרייבן צווישן די שורות מיט שיינע פראזן און לאזונגען, שרייבט ער אפן און גראב די שווארצע מצב האדמורים בדורינו און ער פרובירט כאטש אז ביי זיינע קינדער זאל עס זיך נישט אפשפילן.

ער שרייבט דארט אז זעענדיג די שווערע מציאות וואס שפילט זיך אפ ווען א רבי גייט פון די וועלט ווי גבאים, שטוב מענטשן, און חסידים זייען אן א מחלוקה ווען איין ברודער ווארפט זיך נישט פולקאם אונטער דעם אנדערן ברודער וואלט בעצם כדי געווען צו קלאוזן שאפ, אראפ מיט די רביסטעווע און זאלן אלע קינדער זיצן אינדערהיים כדרך בעלי בתים חשובים. נאר היות מנהג בית אבותיו איז אז אלע קינדער זענען מכהן באדמורות זאל ביי זיי אויך אזוי זיין אבער יעדער זאל מכבד זיין דעם צווייטן און מיט דעם איז מען איהם מכבד.

ווי אויך שרייבט ער אז ביי א יארצייט וכדו' ווען עס קומט צו א ברעטל אדער אן עליה, אויב מאכט זיך עפעס א סכסוך איז אסאך א גרעסערע טובה פאר די נשמה צו מוותר זיין ווי צו כאפן דעם עמוד.

איז דאס עולם התיקון? ניין! וועלן זיינע קינדער טאקע אלעס מקיים זיין? לאו דוקא! אבער עפעס א שטראל ווארפט עס דאך אריין אין אזא דור חושך פון אני ואפסי'ניקעס אז א רבי זאל רעדן עטוואס צו די זאך.

נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2019 6:04 pm
דורך שושן פורים
חלקים פון זיין צוואה

נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2019 9:48 pm
דורך איסר האטלקי
ער שרייבט אז ער האט געהאט א פלאן זיי צו הייסן ווערן חשובע בעלי בתים און קיינער זאל אים נישט ממלא מקום זיין. ער שרייבט אבער נישט וואס האט אים באוואויגן צו טוישן זיינע פלענער, פון קיינער צו יעדער.

אנשטאט ער זאל זיי מחנך זיין צום משנה אין אבות 'אהוב את המלאכה ושנא את הרבנות' האט ער אריינגעשטעלט נאך א כאפטע אדמורי"ם און א באנדע בנשקי"ם אויף אונזערע קאסטן. אז כלל ישראל צאלט ממילא פאר איינס, זאלן זיי שוין צוצאלן נאך אביסל און אלע פיר וועלן קענען חתונה מאכן אין אודעטאריומס בריווח.

טאמער פארשטייט איר נישט וואס איך מיין, ווארטס אויפן כרטיס הזמנה צום טיי אווענט בשילוב עם מעמד קבלת פנים פאר כ"ק חסידא ופרישא האדמו"ר מזוטשקע-נדבורנא-פתח תקוה-45 שליט"א המתנזר משולחן איזבל, שיתקיים בבית ידידנו רודף צדקה וכבוד שליט"א. שטיצט בגוף ובממון כהבטחת מרן הכ"מ נ"ע 'ווער ס'וועט שטיצן מיינע אייניקלעך וועל איך אים קושן ביידע אויערן' עכח"ק ודפח"ח.

נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2019 10:31 pm
דורך אברך משי
...

נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2019 10:37 pm
דורך איסר האטלקי
כ'הייב אן טראכטן אז ער האט געמיינט מרמז צו זיין, אז אין אנדערע מקומות זענען די גבאים און חסידים די וואס הייבן אן די מחלוקת. אבער היות זוטשקע האט נישט אזויפיל גבאים און שמשים, וועט מען מוזן אויפנעמען אלע פיר פאר רבי'ס, און זיי אליין וועלן שוין מאכן די מחלוקת, והכל על מקומו יבא בשלום...

משי, דאס מיינסטו צו זאגן?

Re: ענדליך א רבי וואס רעדט צו די זאך

נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2019 10:38 pm
דורך טמיר
וואס איז נפטר'ס שייכות צי להבחלח זוטשקער רבי פון ירושלים וואס איז מקרב צובראכענע בחורים און מאכט זיך נעריש וכו'?

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 1:25 am
דורך שושן פורים
איסר האטלקי האט געשריבן:ער שרייבט אז ער האט געהאט א פלאן זיי צו הייסן ווערן חשובע בעלי בתים און קיינער זאל אים נישט ממלא מקום זיין. ער שרייבט אבער נישט וואס האט אים באוואויגן צו טוישן זיינע פלענער, פון קיינער צו יעדער.

אנשטאט ער זאל זיי מחנך זיין צום משנה אין אבות 'אהוב את המלאכה ושנא את הרבנות' האט ער אריינגעשטעלט נאך א כאפטע אדמורי"ם און א באנדע בנשקי"ם אויף אונזערע קאסטן. אז כלל ישראל צאלט ממילא פאר איינס, זאלן זיי שוין צוצאלן נאך אביסל און אלע פיר וועלן קענען חתונה מאכן אין אודעטאריומס בריווח.

טאמער פארשטייט איר נישט וואס איך מיין, ווארטס אויפן כרטיס הזמנה צום טיי אווענט בשילוב עם מעמד קבלת פנים פאר כ"ק חסידא ופרישא האדמו"ר מזוטשקע-נדבורנא-פתח תקוה-45 שליט"א המתנזר משולחן איזבל, שיתקיים בבית ידידנו רודף צדקה וכבוד שליט"א. שטיצט בגוף ובממון כהבטחת מרן הכ"מ נ"ע 'ווער ס'וועט שטיצן מיינע אייניקלעך וועל איך אים קושן ביידע אויערן' עכח"ק ודפח"ח.


אין א אוניווערסיטעט גיבט מען א תעודה ווען איינער ווערט א דאקטאר און אין המספיק ווען איינער בינד זיך אליינס צו די שיך.

ביידע זענען ווערט צו באגריסן

נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2019 3:57 pm
דורך אדמור מקרייניץ זצל
אט דער גאנצער זוטשקע חסידות נעבעך טראגיש צושניטן געווארן אויף פיר

נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2019 5:12 pm
דורך אברך משי
און דאס איז שוין דער שווארצקעפיגן ציבור נעבעך אין דער ערשטער היסטארישער וואך ווען אלע ארבעה מינים פירן צוזאמען

נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2019 8:09 pm
דורך איסר האטלקי
איינער האט מיר געזאגט אז א חסיד'ס איידעם איז געבליבן אין אשדוד צוליב שווערע טראפיק.

הוי דן...