בלאט 1 פון 3
עונש כרת בימינו
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 12:22 am
דורך משהה פרידמן
א גוטן, עס באדערט מיך שטארק די שאלה ווי אזוי קען זיין אז במציאות איז נישט דא קיין כרת אויף מענטשן וואס זענען עובר אויף איסורים ווי חמץ בפסח אכילה ומלאכה ביום כיפור מילה ועוד ועוד, ווי קען זיין אז די תורה זאגט בפירוש "והאבדתי את הנפש ההוא מקרב עמה" און במציאות געשעהט דאס נישט. אויב איינער האט א תשובה וואס לייגט זיך אויפן שכל וואלט איך מיך שטארק געפריידט צו הערן
Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 12:38 am
דורך שושן פורים
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 12:46 am
דורך קאצקע ציקער
משהה פרידמן האט געשריבן:א גוטן, עס באדערט מיך שטארק די שאלה ווי אזוי קען זיין אז במציאות איז נישט דא קיין כרת אויף מענטשן וואס זענען עובר אויף איסורים ווי חמץ בפסח אכילה ומלאכה ביום כיפור מילה ועוד ועוד, ווי קען זיין אז די תורה זאגט בפירוש "והאבדתי את הנפש ההוא מקרב עמה" און במציאות געשעהט דאס נישט. אויב איינער האט א תשובה וואס לייגט זיך אויפן שכל וואלט איך מיך שטארק געפריידט צו הערן
Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
הרב פלאי ענטפערט אויף דעם אז כרת מיינט ונכרתה הנפש ההוא מעמיה זיינע קינדער וועלן ווערן גוים
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 12:55 am
דורך רביה''ק זי''ע
אלע תירוצים קענען אריינגיין אין
דעם אשכול...
בפשטות מיינט עס אז ער וועט ווערן excommunicated - אויסגעשלאסן פון די קהילה, וואס אמאליגע צייטן איז עס געווען דאס ערגסטע שטראף וואס שייך. היינטיגע צייטן קענסטו זיך אויסלאכן, אבער אמאליגע צייטן אן א קהילה ביזטו געווען אליינס אויפ'ן וואסער. ס'דא עפעס א שמועס אין די ראשונים אז ס'מיינט אז ער וועט שטארבן אינגערהייט, איך ווייס אבער נישט צו אלע ראשונים האלטן אזוי, און צו ס'האט א מקור אין חז"ל. אלנספאלס איז דאס נאר א תוצאה פון ווערן אויסגעשלאסן פון דעם אידישן פאלק, כאילו אז ער האט מער נישט קיין שייכות צום אידישן פאלק, און צו די שפע אלוקי, אויטאמאטיש ווערט ער פארוועלקט און פארשימלט און שטארבט.
Re: עונש כרת בימינו
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 1:13 am
דורך דער גאלדענער אדלער
קאצקע ציקער האט געשריבן:משהה פרידמן האט געשריבן:א גוטן, עס באדערט מיך שטארק די שאלה ווי אזוי קען זיין אז במציאות איז נישט דא קיין כרת אויף מענטשן וואס זענען עובר אויף איסורים ווי חמץ בפסח אכילה ומלאכה ביום כיפור מילה ועוד ועוד, ווי קען זיין אז די תורה זאגט בפירוש "והאבדתי את הנפש ההוא מקרב עמה" און במציאות געשעהט דאס נישט. אויב איינער האט א תשובה וואס לייגט זיך אויפן שכל וואלט איך מיך שטארק געפריידט צו הערן
Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
הרב פלאי ענטפערט אויף דעם אז כרת מיינט ונכרתה הנפש ההוא מעמיה זיינע קינדער וועלן ווערן גוים
ווייל ער טענה'ט אז דאס איז די אפטייטש פון "מעמיה" פון זיין פאלק וואס דאס איז די אידישע פאלק
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 1:17 am
דורך רביה''ק זי''ע
ס'שטייט ונכרתה הנפש ההיא, נישט ונכרתה בני נפש ההיא.
Re: עונש כרת בימינו
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 3:01 am
דורך חתן בחור
אז די גייסט מיט דיקדוק קען עס אויך נישט מיינען excommunication ווייל ס׳שטייט והאבדתי את הנפש ההיא איך וועל פארניכטען דעם זעהל.
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: עונש כרת בימינו
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 4:07 am
דורך משהה פרידמן
רביה"ק: איך האב דווקא גענוצט די פסוק פון 'והאבדתי' ווייל ס'איז קלאר טייטש אז די באשעפער אליין וועט עס טוהן און נישט בית דין. ווי אויך איז משמע פון די פסוק 'ערירים ימותו' (ויקרא כ כ) אז מ'רעדט פון מיתה, און אויך ביי הנותן זרעו למולך שטייט "מות יומת, ואם העלם יעלימו... והכרתי אותו" זעהט מען סיי אז מ'רעדט פון מיתה און סיי אז ס'קומט פון די באשעפער. כיהודה ועוד לקרא האבן חז"ל אויך אזוי פארשטאנען "מת בחמישים שנה זו היא מיתת כרת" (מועד קטן כח.).
לעניות דעתי זו היא שאלה (תיובתא?) שאין עליה תשובה
Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 8:09 am
דורך אדמור מקרייניץ זצל
געהאערט אמאל א שיעור פין מיין רבי Y Y האט ער מסביר געוועהן אז די סיבה פארוואס עס איז נישטא מער היינט קיין מיתות בית דין איז פארשטייט זיך ווייל עס איז שוין נישטא קיין סמיכה. אבער די סיבה פרוואס די אייבישטער האט אזוי צוגעפירט איז ווייל היינטיגע צייטן איז נישט שייך קיין עונשים ווייל עס איז שוין נישטא קיין גילוי אלוקית אזוי ווי אמאל ווען אמונה איז געוועהן א פשוטע זאך אז עובר זיין א עבירה נאך דערצו מיט עדים און התראה האט מען געמוזט זיין א ריכטיגע להכעיסניק. משא"כ און אזא טינקעלע וועלט
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 8:48 am
דורך chosen people
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס'דא עפעס א שמועס אין די ראשונים אז ס'מיינט אז ער וועט שטארבן אינגערהייט, איך ווייס אבער נישט צו אלע ראשונים האלטן אזוי, און צו ס'האט א מקור אין חז"ל.
מועד קטן דף כ''ח
מת בחמשים שנה זו היא מיתת כרת חמשים ושתים שנה זו היא מיתתו של שמואל הרמתי ששים זו היא מיתה בידי שמים
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 10:48 am
דורך רביה''ק זי''ע
א. תוספות פארענטפערט שוין די קשיא בדרך אפאלאגעטיקע, אז ס'קען זיין אז ער האט געטון זייער א גרויסע מצוה, וואס דאס וועגט איבער.
ב. די גמרא זאגט אז נישט יעדע כרת מוז גיין מיט שטארבן יונג, ס'קען גיין מיט א מיתה חטופה (פארשטייט זיך אז אויף דעם קען מען אויך פרעגן, אז מ'זעט אז ס'איז נישט אזוי, אבער שערי תירוצים לא ננעלו).
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 11:35 am
דורך איש חזון
משהה פרידמן האט געשריבן:רביה"ק: איך האב דווקא גענוצט די פסוק פון 'והאבדתי' ווייל ס'איז קלאר טייטש אז די באשעפער אליין וועט עס טוהן און נישט בית דין. ווי אויך איז משמע פון די פסוק 'ערירים ימותו' (ויקרא כ כ) אז מ'רעדט פון מיתה, און אויך ביי הנותן זרעו למולך שטייט "מות יומת, ואם העלם יעלימו... והכרתי אותו" זעהט מען סיי אז מ'רעדט פון מיתה און סיי אז ס'קומט פון די באשעפער. כיהודה ועוד לקרא האבן חז"ל אויך אזוי פארשטאנען "מת בחמישים שנה זו היא מיתת כרת" (מועד קטן כח.).
לעניות דעתי זו היא שאלה (תיובתא?) שאין עליה תשובה
Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
נאך א מזל דו האסט דאס באטאהנט
Re: עונש כרת בימינו
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 1:53 pm
דורך חסיד פון ליטא
די תירוץ איז פשוט.
די גמרא זאגט ד' חשובים כמת.
מיינט דאס אז אדער וועט ער פארלירן די געלט ביי די פופציג, אדער וועט ער קרעציג ווערן, אדער וועט ער בלינד ווערן, אדער וועט ער מער נישט קענען האבן קיין קינדער נאך די פופציג.
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 4:49 pm
דורך נהורא נפישא
חסיד פון ליטא האט געשריבן:די תירוץ איז פשוט.
די גמרא זאגט ד' חשובים כמת.
מיינט דאס אז אדער וועט ער פארלירן די געלט ביי די פופציג, אדער וועט ער קרעציג ווערן, אדער וועט ער בלינד ווערן, אדער וועט ער מער נישט קענען האבן קיין קינדער נאך די פופציג.
דאס קאווערט אבער אפשר א צען פראצענט, הגם די פראצענטן זענען נישט אנדרעש ביי די וואס זענען בפשטות נישט פון דיי חייבי כריתות קען מען אבער זאגן אויף דעם אדער אז נסתרים דרכי השם אדער אז הקב"ה מדקדק עם צדיקים כחוט השערה.
מיר איז אבער איינגעפאלן אויסצוברייטערן דעם תירוץ אויף צו קאווערען הונדרעט פראצענט ווי פאלגענד
מצורע קען מיינען אז ער האט נישט די זכיה צו וואוינען אין א"י, עס איז דא א חז"ל הדר בחו"ל נחשב כמצורע.
עני קען מיינען אפילו ער האט מיליאנען אבער אנן סהדי אז ער איז נישט קיין שמח בחלקו און ווי חז"ל זאגן דאך איזהו עשיר השמח בחלקו.
מי שאין לו בנים מיינט אז ער זעט נישט קיין אידיש נחת, אפילו ער זאגט ער האט יא נחת איז עס אבער גויאישע נחת
סומא קען מיינען א סמיות עינים אז ער וועט נישט זען באשיינפערליך עין בעין דעם יד השם ווי אנדערע וואס זען השגחה פרטיות אויף טריט אין שריט.
די פוינט איז אז שערי תירוצים לא ננעלו און פונקט אזויווי קיינעם איז נישט בייגעפאלן מיין תירוץ אזוי איז דאך נאך טויזענטער תירוצים וואס פאלט קיינעם נישט ביי.
Re: עונש כרת בימינו
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 5:26 pm
דורך משהה פרידמן
נהורא נפישא האט געשריבן:די פוינט איז אז שערי תירוצים לא ננעלו און פונקט אזויווי קיינעם איז נישט בייגעפאלן מיין תירוץ אזוי איז דאך נאך טויזענטער תירוצים וואס פאלט קיינעם נישט ביי.
איך וואונדער מיך פארוואס קיינער איז נישט געבליבן ביי די קשיא און מסיק געווען אז תורה לא מן השמים היא.
און יא איך האלט אז דעס איז איינער פון די שטערקסע קשיות אויף תורה מן השמים
Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 5:38 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ס'ווענדט זיך וויאזויי דו לערנסט אפ פשט אין תורה מן השמים.
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 6:31 pm
דורך נהורא נפישא
משהה פרידמן האט געשריבן:נהורא נפישא האט געשריבן:די פוינט איז אז שערי תירוצים לא ננעלו און פונקט אזויווי קיינעם איז נישט בייגעפאלן מיין תירוץ אזוי איז דאך נאך טויזענטער תירוצים וואס פאלט קיינעם נישט ביי.
איך וואונדער מיך פארוואס קיינער איז נישט געבליבן ביי די קשיא און מסיק געווען אז תורה לא מן השמים היא.
און יא איך האלט אז דעס איז איינער פון די שטערקסע קשיות אויף תורה מן השמים
Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
איך ווייס נישט פונקטליך פארוואס דעיס איז די שטערקסטע קושיא פון צענדליגע אנדערע קושיות עס זענען פארהאן, פאר יעדן באדערט אנדערע זאכן.
אלענפאלס דאס וואס דו זאגסט אז קיינער איז נישט געבליבן ביי די קושיות, איך ווייס נישט אויף וועלכע פלאנעט דו ביסט אבער פאר רוב מנין ורוב בנין פון אידן אפשטאמיגע זענען שוין די קושיות שוין נישט נוגע
Re: עונש כרת בימינו
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 7:04 pm
דורך חתן בחור
חסיד פון ליטא האט געשריבן:די תירוץ איז פשוט.
די גמרא זאגט ד' חשובים כמת.
מיינט דאס אז אדער וועט ער פארלירן די געלט ביי די פופציג, אדער וועט ער קרעציג ווערן, אדער וועט ער בלינד ווערן, אדער וועט ער מער נישט קענען האבן קיין קינדער נאך די פופציג.
נישט קענען האבן קינדער נאך די פופציג (זעכציג?) איז מער שכר ווי עונש.
Re: עונש כרת בימינו
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 7:07 pm
דורך טמיר
משהה פרידמן האט געשריבן:נהורא נפישא האט געשריבן:די פוינט איז אז שערי תירוצים לא ננעלו און פונקט אזויווי קיינעם איז נישט בייגעפאלן מיין תירוץ אזוי איז דאך נאך טויזענטער תירוצים וואס פאלט קיינעם נישט ביי.
איך וואונדער מיך פארוואס קיינער איז נישט געבליבן ביי די קשיא און מסיק געווען אז תורה לא מן השמים היא.
און יא איך האלט אז דעס איז איינער פון די שטערקסע קשיות אויף תורה מן השמים
Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
און לשיטתך אז תורה ח"ו לא מן השמים, פארוואס זאל אן אינטעליגענטע מענטש שרייבן אזאלכע זאכן וואס זענען אפן מופרך?
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 7:22 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נאר וואס דען? דברה תורה לשון הבאי. איינער זאגט עפעס א האלבע ווארט, א בחינה, א געדאנק, אן ענין, קומט א צווייטער און שרייבט עס אראפ אלץ א קאנקרעטע פאקט, נאכדעם האט מען קשיות.
Re: עונש כרת בימינו
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 7:34 pm
דורך חתן בחור
משהה פרידמן האט געשריבן:נהורא נפישא האט געשריבן:די פוינט איז אז שערי תירוצים לא ננעלו און פונקט אזויווי קיינעם איז נישט בייגעפאלן מיין תירוץ אזוי איז דאך נאך טויזענטער תירוצים וואס פאלט קיינעם נישט ביי.
איך וואונדער מיך פארוואס קיינער איז נישט געבליבן ביי די קשיא און מסיק געווען אז תורה לא מן השמים היא.
און יא איך האלט אז דעס איז איינער פון די שטערקסע קשיות אויף תורה מן השמים
Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
בכלל נישט קיין קשיא. די תורה איז קיינמאל נישט מסביר וואס דאס מיינט, און אפילו די רמב״ם זאגט אז מ׳רעדט פון יענע וועלט.
וואס די קענסט פרעגן איז אויף די ראשונים אדער גמרא וואס טייטש אז דאס מיינט אויף די וועלט.
Re: עונש כרת בימינו
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 7:42 pm
דורך משהה פרידמן
טמיר האט געשריבן:משהה פרידמן האט געשריבן:נהורא נפישא האט געשריבן:די פוינט איז אז שערי תירוצים לא ננעלו און פונקט אזויווי קיינעם איז נישט בייגעפאלן מיין תירוץ אזוי איז דאך נאך טויזענטער תירוצים וואס פאלט קיינעם נישט ביי.
איך וואונדער מיך פארוואס קיינער איז נישט געבליבן ביי די קשיא און מסיק געווען אז תורה לא מן השמים היא.
און יא איך האלט אז דעס איז איינער פון די שטערקסע קשיות אויף תורה מן השמים
Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
און לשיטתך אז תורה ח"ו לא מן השמים, פארוואס זאל אן אינטעליגענטע מענטש שרייבן אזאלכע זאכן וואס זענען אפן מופרך?
איך פארשטיי נישט דיין reasoning, "וויבאלד די פסוקים זענען מופרך לכל בר דעת, קען נישט זיין אז א מענטש האט עס געשריבן ווייל א מענטש רעדט נישט קיין שטותים". אלא מאי וועט מען זאגן אז גאט האט עס געשריבן ווייל ער רעדט יא שטותים?!?
Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
Re: עונש כרת בימינו
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 7:47 pm
דורך משהה פרידמן
חתן בחור האט געשריבן:משהה פרידמן האט געשריבן:נהורא נפישא האט געשריבן:די פוינט איז אז שערי תירוצים לא ננעלו און פונקט אזויווי קיינעם איז נישט בייגעפאלן מיין תירוץ אזוי איז דאך נאך טויזענטער תירוצים וואס פאלט קיינעם נישט ביי.
איך וואונדער מיך פארוואס קיינער איז נישט געבליבן ביי די קשיא און מסיק געווען אז תורה לא מן השמים היא.
און יא איך האלט אז דעס איז איינער פון די שטערקסע קשיות אויף תורה מן השמים
Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
בכלל נישט קיין קשיא. די תורה איז קיינמאל נישט מסביר וואס דאס מיינט, און אפילו די רמב״ם זאגט אז מ׳רעדט פון יענע וועלט.
וואס די קענסט פרעגן איז אויף די ראשונים אדער גמרא וואס טייטש אז דאס מיינט אויף די וועלט.
עיין לעיל ווי כ'האב געוויזן אז כרת מיינט מיתה בידי שמים לפי פסוקי התורה אן צוקומען צו חז"ל
Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk