בלאט 1 פון 1
סיום הש"ס אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 12:09 am
דורך זר זהב
ליין איך אזוי אינעם איד אז ס'קומט פאר נאך ערגעץ א סיום האשאס. וואו? הער צו!
ביים שיעור פונעם ראב"ד רבי יח"מ פר"מ שליט"א!
ווילאנג האט עס גענומען? הער צו!
37 יאר!
איז דא איינער וואס האט דארט אנגעהויבן און געענדיגט ש"ס אן הפסק?
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 12:21 am
דורך משולם שטיינפעלד
דער מגי"ש.
עס איז א שיעור גמרא רש"י תוספות
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 9:45 am
דורך elter-zeide
ווען האט מען געלערענט מס. שקלים/ נדרים/ זבחים/ נדה?
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 10:48 am
דורך יידל
elter-zeide האט געשריבן:ווען האט מען געלערענט מס. שקלים/ נדרים/ זבחים/ נדה?
שקלים איז דאך ירושלמי. נדרים, זבחים, נדה, ווער זאגט מ'האט זיי נישט געלערנט?
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 10:53 am
דורך שמואל הלוי
מילא נדה איז אפשר א פראבלעם ברבים וועגן בחורים וואס קענען זיך דורכשלייכן אינמיטן שיעור און אויפכאפן עטליכע ווערטער, אבער נדרים און זבחים וואס איז די פראבלעם?
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 11:17 am
דורך gehlungen
שמואל הלוי האט געשריבן:מילא נדה איז אפשר א פראבלעם ברבים וועגן בחורים וואס קענען זיך דורכשלייכן אינמיטן שיעור און אויפכאפן עטליכע ווערטער, אבער נדרים און זבחים וואס איז די פראבלעם?
Just for your information. In all the Litvishe Yeshivas the bocherim learn ms' nidah like any other ms' this problem is only in the chasidishe yeshives. Just like the (once upon a time)problem with playing Ball !
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 11:19 am
דורך שמואל הלוי
טענק יו פאר די אינפארמאציע, אבער דארט אין ראדני איז נישט קיין ליטוויש פלאץ, ממילא פארשטיי איך די קשיא צו מען האט געלערענט מס' נדה, אבער די אנדערע מס' וואטס די פראבלעם צו לערנען ברבים?
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 11:51 am
דורך שמעקעדיג
איז מס' כתובות אסאך ערגער ווי מס' נדה פאר בחורים?
איך פארשטיי טאקע נישט ווי אזוי חסיד'ישע בחורים לערנען כתובות, חוץ אויב זיי לאזן אויס גאנצעטע בלעטער, והמבין יבין.
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 11:55 am
דורך היסטאריקער
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:דער מגי"ש.
ער האט אויך נישט מיטגעהאלטן, צוליב זיינע פילע טירדות, און די לעצטע פאר יאר צוליב מצב הבריאות האט בנו ר' לייבוש שליט"א ממלא מקומו געווען.
ער פלעגט אבער אייביג לערנען די שיעור פאר זיך, אפילו ווען ער האט נישט פארגעלערנט.
עס איז באמת א יומא טבא לרבנן. בראש וראשון פארן מגי"ש שליט"א, פאר די הונדערטער יודן וואס האבן מיטגעהאלטן די שיעור 25 30 יאר צוריק וואס זענען שוין בעלמא דקשוט, ויבלחט"א החיים אתנו לאויש"ט
הגם עס איז שוין ליידער ווייניג געבליבן,
עס וואלט אינטערסאנט געווען צו מאכן א ליסטע פון די וואס האבן מיטגעהאלטן דעם שיעור מתחלתו ועד סופו.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 4:58 pm
דורך שעפטל
היסטאריקער האט געשריבן:משולם שטיינפעלד האט געשריבן:דער מגי"ש.
ער האט אויך נישט מיטגעהאלטן, צוליב זיינע פילע טירדות, און די לעצטע פאר יאר צוליב מצב הבריאות האט בנו ר׳ לייבוש שליט״א ממלא מקומו געווען
ער פלעגט אבער אייבּיג לערנען די שיעור פאר זיך אפילו ווען ער האט נישט פארגעלערנט
עס איז באמת א יומא טבא לרבנן. בראש וראשון פאר׳ן מג״ש שליט״א. פאר די הונדערטער יודן וואס האבן מיטגעהאלטן די שיעור 25 30 יאר צוריק וואס זענן שוין בעלמא דקשוט, ויבלחט״א החיים אתנו לאויש״ט
הגם עס איז שוין ליידער ווייניג געבליבן,
עס וואלט אינטערסאנט געווען צו מאכן א ליסטע פון די וואס האבן מיטגעהאלטן דעם שיעור מתחלתו ועד סופו
איך גלייב שווער אז ס'איז דא אזא ליסט, אפשר אפשר גרינבוים פון פעלטי העטטערס (וואס בדרך אגב, כ'מיין אז זיי האבן יעצט א מעכטיגע סעיל אויף די היט פונעם יאר...) האט עפעס א ליסטע.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 5:32 pm
דורך היסטאריקער
שעפטל האט געשריבן:היסטאריקער האט געשריבן:משולם שטיינפעלד האט געשריבן:דער מגי"ש.
ער האט אויך נישט מיטגעהאלטן, צוליב זיינע פילע טירדות, און די לעצטע פאר יאר צוליב מצב הבריאות האט בנו ר׳ לייבוש שליט״א ממלא מקומו געווען
ער פלעגט אבער אייבּיג לערנען די שיעור פאר זיך אפילו ווען ער האט נישט פארגעלערנט
עס איז באמת א יומא טבא לרבנן. בראש וראשון פאר׳ן מג״ש שליט״א. פאר די הונדערטער יודן וואס האבן מיטגעהאלטן די שיעור 25 30 יאר צוריק וואס זענן שוין בעלמא דקשוט, ויבלחט״א החיים אתנו לאויש״ט
הגם עס איז שוין ליידער ווייניג געבליבן,
עס וואלט אינטערסאנט געווען צו מאכן א ליסטע פון די וואס האבן מיטגעהאלטן דעם שיעור מתחלתו ועד סופו
איך גלייב שווער אז ס'איז דא אזא ליסט, אפשר אפשר גרינבוים פון פעלטי העטטערס (וואס בדרך אגב, כ'מיין אז זיי האבן יעצט א מעכטיגע סעיל אויף די היט פונעם יאר...) האט עפעס א ליסטע.
פארוואס פונקט ער?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 8:06 pm
דורך זר זהב
אן עלטערער איד פארציילט מיר וויאזוי ער געדענקט ווי פאר 37 יאר צוריק האט ר' געציל האללענעדער אויפגעהאנגן דעם מודעה "שירו לו שיעור חדש"...
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 5:32 pm
דורך שעפטל
היסטאריקער האט געשריבן:שעפטל האט געשריבן:איך גלייב שווער אז ס'איז דא אזא ליסט, אפשר אפשר גרינבוים פון פעלטי העטטערס (וואס בדרך אגב, כ'מיין אז זיי האבן יעצט א מעכטיגע סעיל אויף די היט פונעם יאר...) האט עפעס א ליסטע.
פארוואס פונקט ער?
אויב דענק איך גוט, איז ער זיך דארט משתתף און העלפט אסאך ארויס
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 1:29 pm
דורך זר זהב
היינט ביינאכט קומט פאר די סיום הש"ס פונעם ראב"'ד סאטמאר אינעם גרויסן סאטמאר'ן ביהמ"ד אין וויליאמסבורג.