[justify]מיס. ספיקער! דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן!
מיר שטייען בלויז שטונדן אפגערוקט פונעם היסטארישער מאמענט, ווען די טויערן פונעם רעפרעזאנטן זאל וועלן זיך אויפשפראלן אין דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, אין די באגלייטונג פון זיין מיניסטארן און הויכראנגיגע ראטגעבער, וועט אריין מארשירן אינעם פראכפולען רעפרעזאנטן זאל, און אפגעבן זיין יערליכער באריכט פאר די אנוועזענע געזעץ געבער פון ביידע פאליטישע שטרעמונגען, איבער זיין וויזיע און פלענער פארן קומענדיגער יאר.
זינט די אמעריקאנער באפעלקערונג האט געמאכט דאס גרעסטער פאליטישער גרייז אין די היסטאריע, און אריין געוועלט דעם ראדיקאלער סאציאליסט באראק אבאמא אלס פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, איז צום באדויערן די אמעריקאנער באפעלקערונג ביטער צוטיילט געווארן. א טיפער שפאלט טיילט אפ דעם פאלק איינער פונעם אנדערן. די ליבעראלן האבן זיך גענויגט מער לינקס, און זיי זענען געווארן סאציאליסטיש געשטימט. און די רעפובליקאנער האבן זיך גענויגט מער רעכטס, און געווארן קאנסערוואטיוו געשטימט. דער בראך קומט הויפטזעכליך צום אויבערפלאך אין אזא צושטאנד ווי מיר געפונען זיך אצינד, דער עקזעקוטיווער פליגל איז קאנטראלירט דורך א קאנסערוואטיוו געשטומטער פרעזידענט, און דער לעגיסלאטיווער פליגל איז קאנטראלירט דורך די ראדיקאלער סאציאליסט נענסי פּעלאָסי. אין רעזולטאט איז דער רעגירונג עטוואס אין גרידלאק.
נעמליך, ווען די פירער פון ביידע פאליטישע שטרעמונגען זענען אנשטענדיגע שטאטסלייט, וואלט ווען דער רעגירונג ווארשיינליך געקענט ווייטער פונקציאנירן, גענוי ווי דער רעגירונג האט פונקציאנירט אין די פארגאנגנהייט אין אזעלכע ענדליכע אומשטענדן. אצינד איז אבער דער פראבלעם פול טיפער. די ראדיקאלע סאציאליסטן זענען געווען טיף איבערגעצייגט אז ס'וועט זיי געלונגן אז די סאציאליסטשע, פרוי קלינטאן, וועט ווירקליך ווערן די פרעזידענטין פון די פאראייניגטע שטאטן. פרוי פּעלאָסי זעלבסט האט זיך געשוואורן ביים אלעם הייליגן אז איר לאנגיעריגער הארץ-פריינדע פרוי קלינטאן גייט ווערן פרעזידענט. זיי האבן ביידע אייגענליך די זעלבע לינקע סאציאליסטישע און פעמיניסטישע אנטשואונגען, דאס האט אבער נישט פאסירט נאר דער קאנסערוואטיוו געשטימטער טראמפ איז אריינגעוועלט געווארן אלס דער 45-טער פרעזידענט אין לאנד.
צו די ביטערע אנטוישונג פון די סאציאליסטן איז גארנישט געווען קיין גרעניץ. מ'האט זיי פשוט געזען עפענטליך וויינען אין די גאסן, דאס איז פאר זיי א ביטערער פיל וואס קענען נישט אראפשלינגן ביז צום היינטיגן טאג. זיי קענען זיך נישט צושטעלן צום פאקט אז דער פאלק האט אריינגעוועלט א קאנסערוואטיוו געשטימטטער משוגענעם פרעזידענט. זייער אויסטערלישער ווייטאג, טרייבט זיי צו משוגעת און צו אלערליי קאנספיראציע אילוזיעס, ווי די רוסן און די טערקן האבן ווען מאנאפאלירט די אויסגאנג פון די וואלן, אד''ג. שווערע ביליאנען דאללארן זענען שוין פארשווענדעט געווארן אויסצופארשן די סאציאליסטישע קאנספיראציע פייגליך, אבער ביזדערווייל האלט מען נאך נישט אין ערגעץ. און די סאציאליסטישע געשטימטע מידיע טרייבן די קאנספיראציע טעאריעס אויף א א מאסנשטאבליכער פארנעם, אזש דער פאלק איז שוין אזוי צומישט אז מ'קען שוין נישט פונאדערשיידן צווישן קאנספיראציע און ראליטעט.
פרוי פּעלאָסי באזונדער האט דאס אויסטערליש שווער אויפגענומען, און זי האט אין רעזולטאט באשלאסן, גענצליך נישט צו אנערקענען דעם פאקט אז טראפ איז פרעזידענט און פירט דאס לאנד ווי אזוי ער פארשטייט. זי האט זיך גענומען א פערזענליכע אונטערנעמונג אין לעבן, צו שטערן דעם פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן אויסצופירן זיינע פליכטן, מיט יעדע מיטל וואס שטייט בלויז אין איר דיספאזיציע. דאס באדייט אז דאס אמעריקאנער פאלק ליידט שרעקליך, בלויז צוליב פרוי פּעלאָסי האט געוואלט אז איר פריינדע פרוי קלינטאן זאל ווערן פרעזידענט אין אמעריקע. דאס מוח בלייבט פשוט שטיין ווען מ'זעט ווי ווייט פארדארבענע כאראקטערן און געמיינע מאַניארן קענען פירן א מענטש.
אין אנדערע ווערטער ווען דער קאמף איבער גרעניץ זיכערהייט וואלט זיך ווען געפירט בלויז פון א אידאלאגישע שטאנדפונקט, וואלט מען אן קיין שום צווייפל ווען געקענט קומען צו א זאכליכע קאָמפּראָמיס. אבער ווען איין זייט קעמפט אויסשליסליך נישט אידאלאגיש, נאר בלויז מיט פרעזענליכע האס און מיט פארדארבענע כאראקטערן איז ממש אוממעגליך צו קומען צו א זאכליכע קאָמפּראָמיס איבער סיי וועלכער טאפיק. און דאס איז ממש א שאנדע.
היינט נאכט ביים סטעיט אוו די יוניאן, גייט דער פרעזידענט ווארשיינליך אפעלירן צו די געוויסן פון די מעסיגע ליבעראלן, זיך עטוואס אפצושאקלן פון די ראדיקאלע סאציאליסטן, און הויפטזעכליך פון די דאזיגע וועלכע גייען מיטן קאפ אין וואנט, צילוב זייערע פערזענליכע שוועריקייטן איבערצוקומען דעם ראליטעט. אז זיי זאלן אנהייבן צו אנאליזירן די פאקטן מיט א ניכטערער און אביאקטיווער בליק. ס'איז א סיטואציע פון לעבן און טויט, מ'קען נישט צוליב וויסטע האס און עגאאיסטישקייט זיך אריינשטעקן דעם קאפ אין וואנט.
לויט ווי שטארק פרוי פּעלאָסי האט איז געווען אויסן אפשטופן דעם סטעיט אוו די יוניאן, איז צום גלייבן אז זי האט ווירקליך פארוואס זיך צו פארכטן, און אז דער פרעזידענט וועט ווארשיינליך סוקסעסירן עטוואס אריינצוגעבן פאר די מעסיגע ליבעראלן אביסל גלייכע זינען.
די אויגן פון די אנוועזענע וועלן ווארשיינליך זיין אנגעשטעלט אויף פרוי פּעלאָסי צו זען איר רעאקציע פון די רעדע. זאגאר ס'איז זיך פארצושטעלן אז איר פארקניישטער באבישער פרצוף וועט בלייבן שטייף ווי קיפער. זי איז איז פארט א געשולטער פאליטיקער און א לאנגיאריגער עקספערט צו פארדעקן אירע נאטירליכע געפולן. זי וועט זיצן דארט אונטערן פרעזידענט אינאיינעם מיטן וויצע פרעזידעט מייק פּענס, עם זנוניה על פניה ונאפופיה מבין שדיה...[/justify]
דער סטעיט אוו די יוניאן:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
[justify]ווי ערווארטעט, האט דער פרעזידענט נעכטן פראבירט צו רעדן צו די געוויסן פון די מעסיגע ליבעראלן, מיטן פולן באוויסטזיין אז צו די סאציאליסטן האט ער גארנישט וואס צו רעדן. זיי זענען איינגעטינקן אין זייער אפפאל ביז איבער די נאז, און זיי זענען פולשטענדיג גרייט צו פארניכטן דאס לאנד, צו דערגרייכן זייערע סאציאליסטישע און מאכט אמביציעס. דער פרעזידענט האט אדרעסירט דריי קריטישע טאפיקס וועלכע ער האלט אז מעסיגע ליבעראלן וועלן ווארשיינליך גרייט זיין מיטצוארבייטן מיט אים פאר די וואוילזיין פון די אלגעמיינע אמעריקאנער בירגער.
די ערשטע: סאציאליזעם.
מיר זענען אלעמירט אז מאנכע ווילן אדאפטירן סאציאליזעם אין די פאראייניגטע שטאטן. אמעריקע איז געבויעט אויף פריציפן פון פרייהייט און זעלבסשטענדיקייט, און נישט אויף צו באלעסטיגט ווערן, און קאנטראלירט ווערן, און דיקטאטירט ווערן דורך די רעגירונג. מיר זענען געבוירן פרייע לייט און מיר וועלן פארבלייבן פרייע לייט. אמעריקע וועט קיינמאל נישט זיין קיין סאציאליסטישע לאנד! האט דער פרעזידענט דעקלערט מיט פאטאס.
דאס האט געדינט אלס א זענדונג פאר די מעסיגע ליבעראלן זיך צייטליך אפצושאקלן פון די הייפעלע סאציאליסטן אין שפיץ פון פּעלאָסי, וועלעכע זוכן גענצליך צו רואינירן די פאראייניגטע שטאטן און אירע נאבלע ווירדן.
דער פרעזידענט איז הילכיג אַפּלאָדירט געווארן דורך די אנוועזענע.
די צווייטע: הרג'נען אן אומאנטוויקלטער קינד אינעם מוטערטראכט.
ס'קען נישט זיין קיין גרעסערער קאַנטראַסט פון א הערליך בילד ווי א מאמע האלט איר פיצל קינד אין איר ארעם, ווי דער דערציטערטער פארשטעלונג וואס אונזער פאלק האט צוגעזען אין די פארגאנגענע טעג. געזעץ געבער אין ניו יארק האבן טריומפירט מיט שיינענדע לעמפ אויפן עמפייער סטעיט געביידע, דעם נארוואס ערשינענער געזעץ, וועלכע ערלויבט ארויסצורייסן א קינד פונעם מוטערטראכט פונעם מוטער מאמענטן איידער דאס קינד ווערט געבוירן. (רח''ל) דאס זענען לעבעדיגע אטעמיגע קינדער וועלכע וועלן קיינמאל נישט דערלעבן מיטצוטיילן זייער ליבע און טרוים מיט די רעשט פון די וועלט. און דאן האבן מיר געהאט א פאל, ווי דער גיבערנאטור פון ווערזשיניע האט זיך שטאלץ אויסגעדרוקט אז ער זעלבסט וועט הינריכטען א קינד, אפילו נאכן געבורט. (רח''ל)
אויף צו רעספעקטירן די ווירדע פון יעדע לעבעדיגע באשעפעניש, וועל איך פארלאנגן פון די רעפרעזאנטן דורכצופירן א געזעץ, צו פארבאטן דאס הינריכטונג פון פיצליך קינדער אינעם מוטערטראכט אין די שפעטערע פאזעס פונעם פארשוואגערשאפט.
דאס האט געדינט אלס א זענדונג פאר די מעסיגע ליבעראלן זיך צייטליך אפצושאקלן פון די הייפעלע סאציאליסטן אין שפיץ פון פּעלאָסי, וועלעכע זוכן גענצליך צו רואינירן די פאראייניגטע שטאטן און אירע נאבלע ווירדן, און האבן נישט קיין שום פראבלעם צו הינריכטען פיצליך קינדער אינעם מוטערטראכט פון זייער מוטער, אפילו אין די לעצטע פאזעס פונעם פארשוואגערשאפט. (בלויז א מויער אפצוהאלטן גרויזאמע אינוואנדירער איז אוממאראליש, אבער הינריכטן לעבענדיגע באשעפענישן, בלויז ווייל זיי זענען אומבאהאלפן, און קענען זיך נישט קעגנשטעלן קעגן זייער מערדער, איז העכסט מאראליש אין די אויגן פון באבי פּעלאָסי)
דער פרעזידענט איז הילכיג אַפּלאָדירט געווארן דורך די אנוועזענע.
די דריטע זאך: אומלעגאלע אימיגראַנטן:
דער פרעזידענט האט גאר ברייט אויסגעשמיעסט דער פראבלעם פון אומלעגאלע אימיגראַנטן.
די מעסיגע ליבעראלן האלטן אויך אז אומלעגאלע אימיגראַנטן איז ווירקליך א פראבלעם. און זיי זענען טאקע גרייט אונטערצונעמען זאכליכע שריט אויסצוארבייטן בעסערע און מער ווירקזאמע אימיגראַציע געזעצן. ס'איז בלויז די הייפעלע סאציאליסטן אין שפיץ פון פּעלאָסי וועלכע האבן נישט קיין שום פראבלעם מיט קיין אומלעגאלע אימיגראַנטן. (ווי לאנג זיי זעלבסט וואוינען אין רייכע פאלאצן ארום גענומען מיט הויכע באפעטיגטע מויערן, א שטייגער ווי נעסטי פּעלאָסי), אפגעזען פון זייערע נאכאנאנדע לאזונגען אז זיי האבן יא א פראבלעם מיט אומלעגאלע אימיגראַנטן. זייערע אויסנאמליכע פאסיווקייט אויף גרעניץ זיכערהייטס, צייגט דייטליך אז זיי קימערן זיך אינגאנצן נישט מיטן אומלעגאלע אימיגראַנטן פראבלעם.
דער פרעזידענט האט אפעלירט צו די געוויסן פון די די מעסיגע ליבעראלן זיך צייטליך אפצושאקלן פון די הייפעלע סאציאליסטן אין שפיץ פון פּעלאָסי, וועלכע ווערן בלויז געטריבן פון האס און פיינטשאפט. און זייער גאנצער ציל איז בלויז אז דער אמטירענדער פרעזידענט, וועם זיי האבן אין יעדנספאל נישט געוואלט זען אינעם קיילעכיגער קאנצעליי, זאל האבן די מעגליכקייט צו לעזען סיי וועלכע פראבלעם, אפגעזען פונעם פאקט אז מענטשן שטארבן טאג איין און טאג אויס. זייער קורצזיכטער געפארפולער פאליטיק און עגאאיזם, איז באשיינפערליך בעפאר די געברויכן פונעם אמעריקאנער פאלק.
צייט וועט צייגן ווי אזוי זאכן וועלן זיך ווירקליך אויסשפילן.[/justify]

- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
מיט ארויסרופען סאציאליזים ביים נאמען האט ער לכאורה גוט אריין געריקט אין די דעמאקראטען, ווייל זיי רוקען זיך מער און מער אין יענער ריכטונג, אהן ארויסזאגען דער שם המפורש, מיט זיין אנרופען עס ביים נאמען האט ער זיי אריין געפליקט, אז זיי אליין פראבירען צו זאגען אז זיי זענען נישט קיין סאציאליסטען.
https://www.wsj.com/articles/whos-afrai ... 1549498364
https://www.wsj.com/articles/whos-afrai ... 1549498364
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!