בלאט 1 פון 2

קענען מיר איבערלעבן א סקולענלאזע אידישקייט?

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 10:16 pm
דורך גדליה
צוליב די האקעלע ענין, וועל איך צוטרעטן צום פונקט אן קיין הקדמות, און איך וועל עס מאכען בקיצור.
דער צדיק הדור האדמו"ר הק' מסקולען שליט"א איז ליידער על ערש דוי. כלל ישראל רייסט איין לטובתו, אין אלע שוהלן הענגען צעטלען צו מתפלל זיין אויף דעם רבי'ן שליט"א.
איז קודם ווילען מיר בעטען דא אין קאווע שטיבעל אויכעט מ'זאל זאגען א קאפיטל תהלים, רבותי רייסט איין פאר רבינו ישראל אברהם בן שיינא רחל בתוך שאר חולי ישראל ואוה"ע
והשנית, ברויכען מיר קלערן פון א פלען בי אויף אידישקייט.
ואפשר שיחתי: ביז היינט האט מען געוואוסט אז מיר פארמאגען א מעכטיגע כח, וואס דאס איז סקלענע רבי. ער האט טאקע נישט געהאט מוסדות, אבער יעדער האט געוואוסט אז ער איז א צדיק וקדוש!
ביז היינט אז איינער האט געזאגט, אלע רבי'ס זענען א באנדע שקצים, האט מען געגעבען א צי ארויס די נוק אפשען, סקלענער רבי.
ביז היינט אז א טאטע האט געוואלט ווייזן זיין קינד, זעסט דא איז א עהרליכע איד, האט מען געוויזען אויף סקולענער רבי.
ביז היינט אז מ'האט געוואלט מאכען א מערכה פאר גאנץ כלל ישראל (דהיינו פון סאטמאר ביז פאפא) האט מען אנגאזשירט סקלענער רבי.
ס'איז ביי מיר כמעט ברור אז סקולענע רבי מיט זיין געואלדיגע כח השפעה, און מיט דעם וואס ער איז אזוי רעספעקטעד, האלט ער אונטער א גרויס חלק אידישקייט בדורינו אלה.
הייליגער באשעפער, מיר מוזען האבען דעם סקולענער! א סקולענ'לאזע אידישקייט איז נישט קיין אידישקייט!
אבער דאך, דער סקולעניער איז דאך א בשר ודם, און ער גייט נישט אייביג לעבען. דער אייבערשטער זאל אים שענקען לאנגע געזונטע יארען ביז די הונדערט און פינעף און צוואנציג. אבער סוף כל האדם למות.
רבותי, מיר מוזען האבן א פלען בי. מיר ברויכן מטכס עצה זיין ווער גייט ערפיהלן די "גוטע איד" ראלע פון דעם סקולעניער
פארשלאגן זענען וועלקאם.

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 10:52 pm
דורך berlbalaguleh
גדליה: ס'פאסט אפשר נישט צו זאגן ביי דעם איצטיגן מאמענט. אבער זיין זון הרה"צ ר' ישעיה יאנקל שליט"א איז 100% ראוי איבערצונעמען די הנהגה בבוא העת והזמן... ער איז א גרויסער תלמיד חכם ומרביץ תורה. און אן אויסערגעווענליכער ירא שמים...! ה' יאריך ימיו ושנותיו פונ'ם היינטיגן רעבי'ן שליט"א. איך געדענק נאך ווען ער איז געווען א יונגערמאן מיט א שווארצע בארד. און זיין טאטע דער ערשטער סקולענ'ער רבי זצ"ל איז געווען דער מנהיג. איך האב זיי באגעגנט ווען די גאנצע פמליא. דער רבי . די רביצין. דער זון און זיין בני בית (היינטיגער רבי שליט"א) ואת כל הנפש אשר עשו בחרן. עטליכע יתומים ויתומות וואס דער סקולענער רבי זצ"ל האט אויפגעצויגן אין ראמעניע אונטער די פינסטערע רשעים, די קאמוניסטן, ימ"ש. מיט גרויס מסירות נפש...!

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 11:03 pm
דורך וואלווי
טייערע גדלי', מ'טאר נישט אזוי פארלירן די בטחון, און בהדי כבשי דרחמנא למה לך.

נישט מער געדאכט ווען רביה"ק זי"ע איז אוועק אין דעם יום המר והנמהר האמיר געמיינט ס'האט זיך גענדיגט די וועלט, ביים אויפשטיין מאנטאג אינדערפרי ממחרת הלוי' האט דער זון, נישט מער נישט ווייניגער, אויפגעשאנט! דער עזות'דיגע פראסק גלייך אין פרצוף אריין פון דעם זון שטראל, האט ווי נישט ווי אפגעפרעגט אונזער תיקו'דיגע תיובתא "ווי אזוי וועלען מיר זיך קענען דערהאלטן?!..."

מה עשה הקב"ה, ער'ט אונז געשיקט ברוב רחמיו וחסדיו א קאשויער רב, א סקלונער רבי, ועוד. גלייב מיר אז ער האט פאר אונז א ר'טודרוס, א ר' ישעי' יעקב, ועוד...

מיר זאלען אודאי נישט דארפען צו קומען דערצו ויאריך שנות צדיקי אמת בטוב ובנעימים, אבער געדענק! הוא ישלח לנו משיחו לקיים מה שנאמר שופטים ושוטרים תתן לך...

Re: קענען מיר איבערלעבן א סקולענלאזע אידישקייט?

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 11:22 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
כ'בין זיכער אז ר' פרחי' זלע"ה האט איבערגעלאזט אזאנס וואס וועט ווייטער ממשיך זיין דאס אידישע שטאלץ, נאר ס'נאך נישט געקומען די צייט ווייל אין מלכות נוגעת בחברתה אפילו כמלוא נימה און ווי לאנג דער סקולענער רבי לעבט, זאל אוודאי מאריך ימיו ושנויו זיין לחיים טובים וארוכים, קען נישט א צווייטער איבערנעמען די הייליגע פירערשאפט פון כלל ישראל.

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 11:50 pm
דורך לבי ובשרי
א תחינה פאר'ן רבי'ן... :roll:

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2019 12:14 am
דורך שקד
האסט פארגעסן אז דער רבונו של עולם דארף נישט קיין פארטרעטער'ס???

Re: קענען מיר איבערלעבן א סקולענלאזע אידישקייט?

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2019 8:05 am
דורך חסיד פון ליטא
וזרח השמש ובא השמש עד שלא שקעה כו'
ב"ה אז גאט לאזט אונז נישט איבער און מיר האבן א מרכז וויזניץ רבי!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 5:15 pm
דורך יואליש
אין דער זעלבע צייט וואס מיר זענען מתפלל צום רופא כל בשר, ברויך מיר אפגעבן א שבח והודאה פארן ביציקעל דרייווער פון נעבראסקא, דער נדבן פונעם סקולענער רבי'ס יעצטיגע קושקעס, א דאנק וועם דער רבי זז"ג האט צובאקומען אריכות ימים אין יענע גורל'דיגע טעג. וגם ה'טראנספלענט דאקטארים זכור לטוב, און לאמיר נישט פארגעסן די פילאטן וועלכע האבן אריינגעפלויגן די קושקעס פריש פונעם ביציקעל עקסידענט. און פארשטייט
זיך אז די אלע וואס רייסן איין מיט קאפיטל קי"ט מיט די ריכטיגע אותיות בשם רבינו. אית מאן דפרע בגופיה ואית דפרע בממוניה.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 5:22 pm
דורך קאך_לעפל
יואליש האט געשריבן:אין דער זעלבע צייט וואס מיר זענען מתפלל צום רופא כל בשר, ברויך מיר אפגעבן א שבח והודאה פארן ביציקעל דרייווער פון נעבראסקא, דער נדבן פונעם סקולענער רבי'ס יעצטיגע קושקעס, א דאנק וועם דער רבי זז"ג האט צובאקומען אריכות ימים אין יענע גורל'דיגע טעג. וגם ה'טראנספלענט דאקטארים זכור לטוב, און לאמיר נישט פארגעסן די פילאטן וועלכע האבן אריינגעפלויגן די קושקעס פריש פונעם ביציקעל עקסידענט. און פארשטייט
זיך אז די אלע וואס רייסן איין מיט קאפיטל קי"ט מיט די ריכטיגע אותיות בשם רבינו. אית מאן דפרע בגופיה ואית דפרע בממוניה.


ווי דער געטליכער משורר האט געזינגען:

אין נעפאל זענען מיר געווען, און דארט שיקסעס געזען,
ג-ט האט אונז דארט אויספרובירט מיט א ניסיון,
איינע האט מיר דערלאנגט די האנט,
בלויז ג-ט איז געשטאנען צו מיין זייט,
און אויך זלמן וואס האט מיך אנגעכאפט ביים קראגן.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 5:24 pm
דורך שקד
וואס איז דער עולם געווארן אזוי איבערגענומען יעצט? און וויאזוי וועט אויסקוקן די וועלט אן קאליווער רבי? און זוטשקע רבי?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 5:28 pm
דורך קאך_לעפל
שקד האט געשריבן:וואס איז דער עולם געווארן אזוי איבערגענומען יעצט? און וויאזוי וועט אויסקוקן די וועלט אן קאליווער רבי? און זוטשקע רבי?


מיר זענען גארנישט איבערגענומען: מיר האבן בקבלה פון רבי עזריאל גליק אז זינט כ''ו אב תשל''ט איז אויס וועלט... אז ס'איז נישט פארהאן קיין וועלט, איז דאך נישט שייך זיך צו זארגן ווי אזוי עס וועט אויסקוקן.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 5:40 pm
דורך איסר האטלקי
שקד האט געשריבן:וואס איז דער עולם געווארן אזוי איבערגענומען יעצט? און וויאזוי וועט אויסקוקן די וועלט אן קאליווער רבי? און זוטשקע רבי?

ווייל מ'שפיר מיר נאך יעצט די ווייטאג פון וויזניץ מאנסיער רבי, מיר ווילן נישט אז ס'זאל זיין שבר על שברתינו.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 5:58 pm
דורך שקד
לא אלמן ישראל.. האמער דאך מיילעך בידערמאן, און יואלי ראטה, און יודא גרין, און ליפא..
וואס דארפמער, א רבי א קוגל טיילער? א זאגער א בעל דרשן? א שיינע רבי פאר בילדער? וואס דארפמער גענוי?

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2019 6:33 am
דורך איסר האטלקי
שקד האט געשריבן:לא אלמן ישראל.. האמער דאך מיילעך בידערמאן, און יואלי ראטה, און יודא גרין, און ליפא..
וואס דארפמער, א רבי א קוגל טיילער? א זאגער א בעל דרשן? א שיינע רבי פאר בילדער? וואס דארפמער גענוי?

פון דא איז משמע אז אויב די רעדע איז ר' מענדל פון בני ברק, קען כלל ישראל יא נוצן א קוגל טיילער און שיינע בילדער....

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2019 8:38 am
דורך צפור בודד
ר' גדליה, ס'פאסט נישט פאר אייך. די וועלט גייט שוין אן אפשר א האלבער יאר אן ר' פרחיה זצוקללה"ה און דער עולם עסט נאך אלץ קארן פלעיקס פאר פרישטיג. איך זאג נישט, דער סקולענער איז א מורם מעם און לאורו נסע ונלך עד ביאת ינון אבער טאמער בעוה"ר וועט זיך פארלעשן דער נר המערבי, דארפן מיר זיך מחזק זיין פון ר' פרחיה'לע זי"ע. מי לנו גדול מפרחיה און דאך געט מען נאך בעבעלעך אויף זכרים און די סידלעס טרויבן החביבין אצל צדיקי דורנו אינם פוסקים מעל שולחנם לא בימות החמה ולא בימות השלגים.

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2019 3:19 pm
דורך שקד
איסר האטלקי האט געשריבן:
שקד האט געשריבן:לא אלמן ישראל.. האמער דאך מיילעך בידערמאן, און יואלי ראטה, און יודא גרין, און ליפא..
וואס דארפמער, א רבי א קוגל טיילער? א זאגער א בעל דרשן? א שיינע רבי פאר בילדער? וואס דארפמער גענוי?

פון דא איז משמע אז אויב די רעדע איז ר' מענדל פון בני ברק, קען כלל ישראל יא נוצן א קוגל טיילער און שיינע בילדער....

די זעלבע זאך איז מיט הקדוש והטהור פון סקולען, וואס אויסער בילדער און קוגל טיילן האט כלל ישראל פון עהם גארנישט מער.

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2019 4:26 pm
דורך קוקי
.

Re: קענען מיר איבערלעבן א סקולענלאזע אידישקייט?

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2019 6:19 pm
דורך יעלה ויבא
.

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2019 9:52 pm
דורך שקד
.

נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2019 1:05 am
דורך קאצקע ציקער
.

נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2019 6:08 am
דורך שבת אחים
פונקט לעצטענס פארציילט מיר א מאדערנער איד, א לויער פון די פייוו-טאונס, אז מ׳האט דיאגנאזירט זיין זוהן מיט שטערבליכע קענסער רח״ל. ער איז געלויפן צו אלע ערליכע אידן. און איז אויך אנגעקומען צום סקלענער רבי זז״ג. ווען ער האט פארציילט פארן ״צדיק-הדור״ זיינע ביטערע צרות פרעגט אים גלייך די רבי צי ער האט חלילה א סמארט-פאון. רופט ער זיך אן: “רבי Focus א מינוט, מ׳רעדט דאך דא פון stage 4 cancer”...

זאל זיך טאקע דער רבכ״ע מרחם זיין און געבן פארן רבי׳ן לאנגע געזונטע יאהרן ווייל אז נישט איז גרויסע צרות, קודם כל, ווייס איך נישט פון וואו ר׳ שרגא פ״מ וועט קענען אפפאדערן די טייערע סטעיקס פאר נאכטמאל... און גאט זאל באהיטן די אלע אידן וואס האבן זיך ביז היינט געשפייזט פון ״חסד לאברהם״, זיי וועלן לכאורה דארפן כאפן דעם באס קיין בי ענד עיטש...

זייטס נישט ברוגז. סאיז נאר א וויץ...

נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2019 5:23 pm
דורך שקד
השתדלו והרבו תחינה לרפואת הקוה''ט כ"ק גאב"ד מאנטשעסטער שליט"א וועלכער איז זקוק לרחמי שמים מרובים, רבי מנחם מענדל בן שרה באבטשא לרפואה שלימה בתושח"י, והן קל כביר לא ימאס תפילת הרבים.
דער מאנטשעסטער רב איז דער עמוד העולם, דער איינציגער געבליבענער אמת'ע רב אויפן כדור העולם.

Re: קענען מיר איבערלעבן א סקולענלאזע אידישקייט?

נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2019 6:17 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ר׳ מענדל שנעבאלג איז דער רב פון איינער פון די קהלות אין מאנטשעסטער, מחזיקי הדת. דער מאנטשעסטער ב"ד איז גארנישט ווייניגער וויכטיג, און למעשה זענען די פסקים פון הרב שנעבאלג נישט מחייב די שטאט, עי׳ ערך עירובין

געיטסהעד האט נאך א רב, ממילא דארף מען נישט זארגען אזויפיל

Sent from my LG-K373 using Tapatalk