בלאט 1 פון 1

טרעפן בילדער וואס טוריסטן האבן געכאפט אין די 70 80 90ער

נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2019 9:26 pm
דורך דאכצעכמער
איך ביו זיכער נישט דער איימציגער וואס זוכט
ווער געדענקט דען נישט במשך די אלע יארן דא אין גלןת וויליאנסבורג
זענען גערקומען אלס נייגעריגע אומות העולם צו באטראכן דאס פלא הבריאה "דער וויליאמסבורגער איד"
ווען מאנכע האבן זיך מער איינגעקוטשקעט אינם טלית מען זאל נישט כאפן אז דאס איז ער... ער האט מורא געהאט אז זיין בילד וועט ערשיינען אין די פאדערשטע זייט פונם טיימס... אפשר וועט עס גאר פארגרינגערן פאר די אינסטאנצן אים צו אדענטעפעצירן און אפשטעלן די פיי סמך בלע"ז.

עכ"פ איך שיהיה איז דאס וועט יעדער מודה זיין אז דאס איז פאטאגראפירן אין די וויליאמסבורגע גאסן איז געווען א כסדר'דיגע ערשיינונג
אלזא! ווי זענען די אלע בילדער

היינט אימם אפענע וועלט קען מען אלעס טרעפן
ווער וואלט זיך נישט גיוואלט זען גייענדיג שבת אין בית מדרש נאס פיאות מיט'ן טלית אויפ די פלייצע (פארן עירוב...(

ווער עס ווייסט צו עס איז עפעס דא דערפון ביטע לינקן דא

נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2019 9:42 pm
דורך berlbalaguleh
דער וועלט בארימטער בילד פון הרה"ח ר' דוד בוים ע"ה וועלכעס איז עירשינען אויף די קאווער פון ..."נעשיאנאל דזשיאגרעפיק"... מעגעזין. ווי ער וואשט זיך על נטילת ידים...!

נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2019 9:45 pm
דורך דאכצעכמער
איך רעד פון "גאס" בילדער
אויב ס'דא א לינק

נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2019 9:49 pm
דורך berlbalaguleh
צוויי היימישע, אפגעפארענע חברה האבן געכאפט א סאך פיקטשערס אין וויליאמסבורג. זייער געוועזענע היימשטאט. דעם לינק האביך פארגעסן.אבער ס'איז נישט שווער דאס אויפ צו זוכן...!

נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2019 11:57 pm
דורך קאצקע ציקער
berlbalaguleh האט געשריבן:דער וועלט בארימטער בילד פון הרה"ח ר' דוד בוים ע"ה וועלכעס איז עירשינען אויף די קאווער פון ..."נעשיאנאל דזשיאגרעפיק"... מעגעזין. ווי ער וואשט זיך על נטילת ידים...!

וועלכע פיקטשער און ווער איז ר'דוד בוים?

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2019 7:52 am
דורך איסר האטלקי
די ניו יארק טיימס, 1982.

דער בילד איז נישט פון היימישע, נאר פון עקטערס אויף א פילם איבער היימישע אידן....

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2019 11:04 am
דורך berlbalaguleh
קאצקע ציקער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:דער וועלט בארימטער בילד פון הרה"ח ר' דוד בוים ע"ה וועלכעס איז עירשינען אויף די קאווער פון ..."נעשיאנאל דזשיאגרעפיק"... מעגעזין. ווי ער וואשט זיך על נטילת ידים...!

וועלכע פיקטשער און ווער איז ר'דוד בוים?

קאצקע ציקער: ר' דוד בוים, ע"ה איז געווען א חשוב'ער איד אין די פאפא'ער קהילה. די נעשיאנאל דזשיאגראפיק האבן איהם ארויפגעלייגט אויף זייער קאווער בערך אין יאר 1973...!

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2019 11:46 am
דורך כלבאשבוע
[tag]berlbalaguleh[/tag], דא האסטו אלע 1973 קאווערס, מזעט נישט קיין היימישן איד

http://www.swapstartmybiz.com/1973%20covers.html

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2019 12:16 pm
דורך קול דודי

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2019 12:52 pm
דורך קאצקע ציקער
כלבאשבוע האט געשריבן:[tag]berlbalaguleh[/tag], דא האסטו אלע 1973 קאווערס, מזעט נישט קיין היימישן איד

http://www.swapstartmybiz.com/1973%20covers.html

אקעי ס'נישט אין די קאווער ס'איז אינסייד

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2019 7:27 pm
דורך קוקי
פליקער האט א בלאט פון בריטיש מאזעאום בילדער קלויבעריי, דארט זענען פארהאנען אזאנס.

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2019 8:42 pm
דורך berlbalaguleh
כלבאשבוע האט געשריבן:[tag]berlbalaguleh[/tag], דא האסטו אלע 1973 קאווערס, מזעט נישט קיין היימישן איד

http://www.swapstartmybiz.com/1973%20covers.html

אפשר דער קאווער פון דזשעניוערי. וואס איז נישט עוועילעבל...!

זוך א ביסל בעסער. זוך ביי די יארן'72-'74-75...!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 12:01 pm
דורך דאכצעכמער
קוקי האט געשריבן:פליקער האט א בלאט פון בריטיש מאזעאום בילדער קלויבעריי, דארט זענען פארהאנען אזאנס.


נו זאל איינער קומען מיט א לינק

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 12:57 pm
דורך דאכצעכמער
פליז איך דארף האבן עיסע"פ בילדער פון די אמאליגיע ווילי גאסו