וואס וויל ''דער בארא פארקער''?

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
[NAMELESS]

וואס וויל ''דער בארא פארקער''?

שליחה דורך [NAMELESS] »

לעצטענס קומט ארויס א בלעטעל "דער בארא פארקער". גראדע נישט קיין שלעכטע איידיע אבער איך ווינדער מיך פאר וועם ער קעיטערט. דערווייל האלט ער אין איין קעיטערן פאר די עקסטרימיסטען, אסאך מאל דאכט זיך אז מ'ליינט דער איד אדער דער בלאט. איין טאג האט ער געהאט א גאנצע אטאקע קעגן "בעסערע אינגעלייט" א אנדערע מאל שרייבט ער ברוך שעקר ע''ז אויף די רעפארם טעמפל. (איינער האט טאקע אריינגעשיקט א בריוו מוחה זיין). בקיצור אלעס איז עקסטרים. ער זיכט נאר צו קעיטערן פאר חניאקעס? אויב פארטרעט ער בארא פארק דארף ער דען נישט שרייבן שיין אויף אלע היימישע בארא פארקע איינוואוינערס? כאטש רייס נישט אראפ אנדערע מענטשען.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אין די נעכטיגע בלעטעל פייערט ער ווי שיין ס'איז געוועהן אז טעמפעל בית א-ל איז געוועהן פיל מיט חסידישע קינדער און שרייבט עס ווי א זיג קעגן די מאדערענע. אנטשולדיגט ר' איד, בית א-ל לאזט אריין חסידישע קינדער ניצסטו עס אויס צו חוזק מאכן פון זיי????
קלוגסטער פון אייראפע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 26, 2017 12:20 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

שליחה דורך קלוגסטער פון אייראפע »

וואס איז עקסטרעים מיט ברוך שעקר אויף א רעפארם טעמפל
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ווייל רעפארם איז נישט עבודה זרה. ר' מענדל וויזניצער איז עבודה זרה, און ער דעווייל איז ער נישט מתפלל יהי רצון שיעקר עבודה זרה של ר' מענדל וויזניצער מארצינו.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קלוגסטער פון אייראפע: אונז ווייסן מיר שוין פון לאנג וואס דיינע סטענדערדס סיין אין שכל. און סיי אין מענטשליכקייט זענען. הגע בעצמך. איך בין א חסיד פון דעם תנא ר' מאיר. ניין. זיין זיידע איז נישט געקומען פון הוידו נאנאש אדער שאראש פאטאק. און ר'האטציך נישט געווייקט ביים רעבי'ן זכיסע יאגן אליינע . נאך אינדערהיים אין ארשיווע. פונדעסטוועגן איז ער חשוב ביי מיר. ער, דער תנא ר' מאיר האט געהאט א שיטה אין לעבן. ווי די גמ' זאגט ..."ר' מאיר דייק בשמא"... ער האט געטענה'ט אז מ'קען דערקענען די פערזענליכקייט און כאראקטער פון א מענטש לויט דעם נאמען וואס ער טראגט. און דאס האט איהם טאקע געראטעוועט פון א גרויסן געלט שאדן...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום סדרן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
סיבה: אטאקע
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

חתם סופר האט געשריבן:לעצטענס קומט ארויס א בלעטעל "דער בארא פארקער". גראדע נישט קיין שלעכטע איידיע אבער איך ווינדער מיך פאר וועם ער קעיטערט. דערווייל האלט ער אין איין קעיטערן פאר די עקסטרימיסטען, אסאך מאל דאכט זיך אז מ'ליינט דער איד אדער דער בלאט. איין טאג האט ער געהאט א גאנצע אטאקע קעגן "בעסערע אינגעלייט" א אנדערע מאל שרייבט ער ברוך שעקר ע''ז אויף די רעפארם טעמפל. (איינער האט טאקע אריינגעשיקט א בריוו מוחה זיין). בקיצור אלעס איז עקסטרים. ער זיכט נאר צו קעיטערן פאר חניאקעס? אויב פארטרעט ער בארא פארק דארף ער דען נישט שרייבן שיין אויף אלע היימישע בארא פארקע איינוואוינערס? כאטש רייס נישט אראפ אנדערע מענטשען.

חתם סופר: איך האב עס נאכנישט געזעהן. נאר ס'איז זיכער אז איינער אדער מער וועלכע זענען אויפגעוואקסן מיט דעם שמאללן קוק. און מיט א נעגאטיוון בליק אויף אלץ און אלעמען. און לאידך גיסא. א יעדע זאך וואס איז או.קעי. אין זייערע קרייזן מוז האבן דעם גושפנקא דמלכא...!

דו ביסט גערעכט. אויב ער האט עפעס צו פארקויפן פאר דעם בארא פארקער עולם, דארף ער אנהייבן ווערן א ביסל נארמאל...!

איך עלל דיר געבן א משל. דער איד האט מיט עטליכע יארן צוריק געשריבן אן ארטיקל. איך געדענק שוין נישט דעם הקשר (קאנטעקסט). אבער דאס געדענק איך יא. איין סענטענס האט ער געשריבן..."דער זאטער בארא פארקער בעל הבית"... כאילו די בעלי בתים אין וויליאמסבורג הונגערן אונטער, ח"ו.

איך בין געווען לעצטנס ביי א משפחה שמחה אין וויליאמסבורג. און דעם עולם וואס איך האב דארט געזעהן איז געווען רוב עגיל ואשמח'ס. מיט ארויסשטארצנדיגע בייכער, בליעה"ר. ווייל אין דזשאב גייט מען דאך דארט בדרך כלל נישט. און דער פעטער שמואל (אדער דע-בלאזיא) געט ב"ה פיי. סאמעך, בשפע. איך זעה קע"ה דעם עולם ביי בינגא...!מ'נעמט אן גראסעריס בערך פאר 2 מאות. און מ'סווייפט דאס קארטל...!

לאמיר האפן אז זיי וועללן זיך אויסטשוכען פון זייער גירסא דינקותא. ווייל אנישט וועט זיי זיין א שאד דאס פאפיר אויף וואס מ'דרוקט עס...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קלוגסטער פון אייראפע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 26, 2017 12:20 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

שליחה דורך קלוגסטער פון אייראפע »

rps20190214_161658.jpg
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אישתישבי האט געשריבן:ווייל רעפארם איז נישט עבודה זרה. ר' מענדל וויזניצער איז עבודה זרה, און ער דעווייל איז ער נישט מתפלל יהי רצון שיעקר עבודה זרה של ר' מענדל וויזניצער מארצינו.

דו האסט בכלל נישט ארויס די נושא פון עבודה זרה, עבודה זרה איז טייטש "א פרעמדע מיה" - א זאך וואס איז נישט אנגענומען ביי אונז. ווי טמא ר' מענגעלע איז נאר איז ער נאכאלץ נישט פרעמד, און ווי הייליג די רעפארם זאלן נאר זיין זענען זיי אבער נישט פון אונזערע. אין אנדערע ווערטער, קענסט הרגנען און רצחנען פון היינט ביז מארגן, אבער ווילאנג דו גייסט מיט די 1800 קליידער ביזטו הייליג און טייער. פון די אנדערע זייט אפילו אויב דו דינסט דעם באשעפער 25 שעה א טאג, אויב קענען אונז נישט זיך אידענטיפיצירן מיט דיר ביזטו עבודה זרה - א פרעמדער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

ס'איז כאילו די לעצטע סטייל צו דולדן רעפארם? (רעפארם איז טאקע נישט עבודה זרה, אזוי ווי א פסול'ע עירוב איז נישט טריפה, אבער עס איז נישט אזוי ווייט דערפון; יתכן אז א יוד וואס דינט עבודה זרה לתיאבון איז מער יוד ווי א רעפארמער)
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

:lol: :lol: :lol: .You just proved my point
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דו מיינסט טאקע אז די רעפארמער ווייסן נישט וואס טוט זיך מיט זיך? זייערע רבנים קענען נאך אזוי גוט לערנען ווי אונזערע.

די שאלה איז וואס איז די גדר פון נישט וויסן וואס טוט זיך מיט זיך; איבער דעם הוגה דעות אדאלף היטלער האסטו שוין געהערט? און האו אבאוט דואג ואחיתופל? (ישו לאמיר לייגן אין א זייט, ס'נישט שיין סתם דיך צו קיצלען)
קענען לערנען איז איין זאך, און געהערן צו כלל ישראל איז א צווייטע זאך, דער פאקט איז אז זיי האבן זיך אפגעטיילט, פרעג יעדער חילוני
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

בקיצור, ס'נישט עבודה זרה, אבער ס'איז יא ערגער פון עבודה זרה,.. וואס פונקטליך איז עס, גילוי עריות?! שפיכות דמים?! go do your homework
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

שליחה דורך yatzmachp »

קודם כל, עס זעהט אויס ווי עטס האטס ענק קיינמאל נישט געטראפן מיט א רעפארם ראביי. די רעפארם ראבייס זענען אמעראצים אזוי ווי עס דארף צו זיין. איך האב מיך שוין געטראפן מיט כמה פון זיי. א וואוילער ישיבה קטנה בחור קען געווענליך מער לערנען ווי אן עוורעדזש רעפארם ראביי.

צווייטנס, רעפארם האט גארנישט צו טאן מיט אידישקייט. ווייז מיר איין זאך וואס רעפארם האלט וואס האט צו טון מיט די יסודות פון אידישקייט. גארנישט, גארנישט און גארנישט. ממילא זענען זיי צום ווייניקסטנס פשוט און פראסט שקרנים, פאפערס און פראדסטערס. אויב א רעפארם ראביי וואלט געווען פשוט אויפריכטיג וואלט ער געזאגט: רעפארם איז געמאכט פאר ווער עס זוכט צו באלאנגען צו א קהילה וואס איז גארנישט "מחייב" חוץ פון באצאלן מעמבערשיפ. אין רעפארם קענסטו גלייבן אדער נישט גלייבן אין וואס דו ווילסט, און דו קענסט זי פירן ווי אזוי דו ווילסט און אלעס איז אדער איז נישט קיין חלק פונעם רעליגיע.

דריטענס, זיי זענען שונאי ישראל. זיי האבן פיינט יעדן איד אפילו זיך אליינס. זיי וועלן זיך אננעמען פאר יעדן וואס זאגט אז ער איז באקריוודעט, חוץ אויב יענער איז א איד.

ממילא ברויך מען זאגן ברוך שעקר עבודה־זרה ממקומינו.

עטס קענטס זאגן אז איך בין אן עקסטרעמיסט אבער עטס וועט קיינמאל נישט קענען זאגן אז וואס איך האב געשריבן איז נישט אמת. פאר אינטערסאנטקייט, איך האב א שטיק צייט צוריק געזוכט אויף יוטוב א דעבאטע צווישן רעפארם מיט ארטאדאקס אדער אפילו קאנסערוואטיוו, איך האב נישט געקענט טרעפן. איך געטראפן איינס וואס גייט צוריק צו די 1970ס. נאכן אויסהערן די גאנצע האב איך געזען פארוואס. קיינער קען נישט דעבאטירן מיט קיין רעפארמער ווייל ער האט נישט קיין גלויבן. ער האט נישט קיין יסוד, מען קען זיך מיט אים נישט טענהן. ער נעמט נישט קיין רעספאנסיבילטי אויף קיין שום דאגמע, אדער אקט וואס איז געטון אין נאמען פון רעפארם וויל ער האט זייער א פשוטע ענטפער פאר יעדע שאלה אדער טענה: דו ביזט אויך גערעכט און איך בין אויך גערעכט און יעדער איז גערעכט.
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

חכמי ק"ש מוטשענען זיך צו פארשטיין וואס אפאר קטנים שרייבן און פאבלוצירן?
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

yatzmachp האט געשריבן:...ממילא ברויך מען זאגן ברוך שעקר עבודה־זרה ממקומינו....


האסט ממש אינטער געברענגט די ריפארם, אבער נישט מסביר געווען קיין ווארט ווי אזוי דאס איז עבודה זרה
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ער איז בכלל נישט געקומען מסביר זיין פארוואס די רעפארמער זענען עובדי עבודה זרה, ער האט נאר געוואלט ארויסברענעגען די ריכטיגקייט פון מיינע ווערטער פריער. :lol: :lol: :lol:
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

וואס האלטן די רעפארמער אויף ישו? און אויף צדוק און בייתוס?
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

וואס האלטן די חרדים אויף טראמפ? אויף אריסטו און אפלטון?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בארא פארקער האט אויפגעהערט ארויסקומען??
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

וואס עפעס? ער האט פשוט אנגעפאנגען נישט ארויסצוקומען, ודו"ק.

כ'האב הנאה ער איז געקומען צום שכל, נעקסט טיים זאל ער בענגען סחורה צום טיש. קומסט מיט א ניי פראדוקט, דעליווער עפעס, אבער כאטש עפעס. לוח הציבור איז געווען ערשט, קול ברמה האט עס טאקע נאכגעמאכט (לענ"ד שלא ביושר) אבער כהיום איז שוין דא דארט עפעס אן אנאליז פאר כתה ח' קינדער.

קוק ווינקל האט נאכדעם געמאכט פול קאלירט מיט ארטיקלען און בילדער, א זאך וואס קיינער האט נאכנישט געהאט. דער בארא פארקער איז געווען א צעטל אן קיין שום מעלה. נאר נאכגעמאכט די חסרונות פון יעדעם.

מפי השמועה פלאנט ער ארויסצוגעבן א מאגאזין, א נייע איידיע וואס קיינער האט נאכנישט געמאכט. כ'וויל נישט ארויסגעבן פרטים משום השגת גבול. כ'וויל אים נאר בעטן ער זאל טאקע נישט זוכן נאכצומאכן אנדערע. נוץ נישט קריעטיוויטי וואס אנדערע האבן פראדוצירט.
פארשפארט