בלאט 1 פון 3

ווען וועט שוין זיין ריינקייט אין מקואות?!?

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 11:40 am
דורך זר זהב
אין מיין מקוה קען מען נישט צוקימען צום שאוער, ס'דא א ליין ביז אינדרויסן! מי כעמך ישראל

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 11:50 am
דורך שמואל הלוי
זר זהב האט געשריבן:אין מיין מקוה קען מען נישט צוקימען צום שאוער, ס'דא א ליין ביז אינדרויסן! מי כעמך ישראל

איך פארשטיי נישט, האבן זיי זיך נישט געשויערט נעכטן נאכט?

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 11:53 am
דורך זר זהב
האסט מיר געפאקט :cry:
איין מינוט, די פרומע גייען נישט געווענדליך אין זייער היים שאוער.

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 12:15 pm
דורך שמואל הלוי
און די נאך פרומערע גייען אין די מקוה שאוער אויך נישט, חוץ ערב שבת.

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 1:17 pm
דורך שמעקעדיג
שמואל הלוי האט געשריבן:און די נאך פרומערע גייען אין די מקוה שאוער אויך נישט, חוץ ערב שבת.


און... די נאך פרומערע גייען נאר מפסח לפסח, ווי דער רעבע אליינס....

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 6:08 pm
דורך zurich
שמעקעדיג האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:און די נאך פרומערע גייען אין די מקוה שאוער אויך נישט, חוץ ערב שבת.


און... די נאך פרומערע גייען נאר מפסח לפסח, ווי דער רעבע אליינס....

און די נאך פרומערע גייען בכלל נישט..
גייט אריין אין סאטמארע מקוה אויף רחוב יואל,וועט איר וויסן וואס איך מיין!!

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 7:26 pm
דורך DotCom
אלס איינער וואס איז אנגעוויזן אויף היגיענישע אפגעהיטנקייט, איז מיר אן אפקומעניש יעדעס מאל איך גיי אין מקוה, איך קען שוין קוים ווארטן אויפן טאג וואס די רשעים אין די העלטה דעפארטמענט וועלן זיך אריינריקן אין די מקוואות און פארלאנגען אז מ'זאל מוזן גיין מיט קראקס, מוזן ברענגען אייגענע האנטעכער, מוזן אדורכגיין א פול באדי שויער בעפאר'ן ארונטערגיין אין בור, בורות וועלן מוזן געפילטערט ווערן שטענדיג, קינדער אונטער 18 זאלן מוזן נוצן אן עקסטערע בור, און די בורות און שויערס וועלן מוזן סטערעלייזט ווערן איעדן טאג.

און קיינער זאל מיר נישט אנרופן נאצי, ווייל די טחורים וואס ווישן זיך די נאז מיט די מקוה האנטוכער, און די מצורעים וואס רייבן זיך די פאנגוס אין די מקוה סטעפס, אדער די אנדער-עידזש בחורים וואס קענען נישט קאנטראלן זייער השתנה, די אלע וועלן זיין די שולדיגע, עניוועי איך האלט אז ס'נאר א שאלה פון צייט וואס אזא בלומבערג ובדומה לו וועלן זיך ארויפכאפן אויף דעם סקאנדאל, ווי שנעלער איז בעסער.

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 7:42 pm
דורך זר זהב
איך האב אמאל גע'דמיונ'ט אז ס'וועט קומען א טאג וואס א מקוה וועט זיין אויסגעשטעלט די שאוערס פארן בור, און מ'וועט אויף קיין שום וועג נישט קענען צוקומען צום בור אן אדורכגיין דעם שאוער.
און ווי נאר מ'וועט אריינקומען (דורכגיין) דעם שאוער וועט זיך עס אליינס אנצונדן, און נאר נאכן ארבעטן א 5 מינוט וועט זיך א טוירנסטייל עפענען צום בור און דער יעניגער וועט קענען אריינגיין זיך טובל'ן. אויפ'ן וועג צוריק וועט זיין אן אנדערע טוירנסטייל אויף די אנדערע זייט בור וואו מ'וועט בלויז קענען צוריקומען זיך אנטוהן.

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 8:19 pm
דורך יידל
DotCom האט געשריבן:אלס איינער וואס איז אנגעוויזן אויף היגיענישע אפגעהיטנקייט, איז מיר אן אפקומעניש יעדעס מאל איך גיי אין מקוה, איך קען שוין קוים ווארטן אויפן טאג וואס די רשעים אין די העלטה דעפארטמענט וועלן זיך אריינריקן אין די מקוואות און פארלאנגען אז מ'זאל מוזן גיין מיט קראקס

ס'אינטערעסאנט אז אין ירושלים אין אסאך מקואות איז גיין מיט קראקס די נארמע.

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 10:08 pm
דורך zurich
זר זהב האט געשריבן:איך האב אמאל גע'דמיונ'ט אז ס'וועט קומען א טאג וואס א מקוה וועט זיין אויסגעשטעלט די שאוערס פארן בור, און מ'וועט אויף קיין שום וועג נישט קענען צוקומען צום בור אן אדורכגיין דעם שאוער.
און ווי נאר מ'וועט אריינקומען (דורכגיין) דעם שאוער וועט זיך עס אליינס אנצונדן, און נאר נאכן ארבעטן א 5 מינוט וועט זיך א טוירנסטייל עפענען צום בור און דער יעניגער וועט קענען אריינגיין זיך טובל'ן. אויפ'ן וועג צוריק וועט זיין אן אנדערע טוירנסטייל אויף די אנדערע זייט בור וואו מ'וועט בלויז קענען צוריקומען זיך אנטוהן.

WOW דיין עמעדזענעיזאן איז ריזיג!! עני איידיעס פאר נר מצוה? :lol:

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 10:40 pm
דורך פראפעסאר שפירא
DotCom האט געשריבן:אלס איינער וואס איז אנגעוויזן אויף היגיענישע אפגעהיטנקייט, איז מיר אן אפקומעניש יעדעס מאל איך גיי אין מקוה, איך קען שוין קוים ווארטן אויפן טאג וואס די רשעים אין די העלטה דעפארטמענט וועלן זיך אריינריקן אין די מקוואות


מיך באדערט אויך די זאכען, אבער ניין נישט דער גוי זאל זיך אריינריקען, דער גוי זאל נאר שטיין פינדערווייטענס, נאר וואס דען, ס'זאל זיך יאווען איינער צי בויען אזא סארט מקוה וואס זאל זיין ריינער אין אויסגעשטעלט פאר המענטשען וואס זענען מער מפונקים, העכסטענס וועט עס זיין אביסעל טייערער, ס'איז אבער ווערד !

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 10:55 pm
דורך איחוד פעלד
אפשר וועל איך מאכען א מקוה ביי מיר אין בעיסמענט, נוסח מאנסי.
א פוס דאקטאר האט מיר געזאגט אז די פאנגעס כאפט מען מער פין די פלאר פין די מקוה שטוב גייענדיג צו דער פלאץ און פין דער פלאץ ווי פין די מקוה וואסער אליין.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 11:23 pm
דורך zurich
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:
DotCom האט געשריבן:אלס איינער וואס איז אנגעוויזן אויף היגיענישע אפגעהיטנקייט, איז מיר אן אפקומעניש יעדעס מאל איך גיי אין מקוה, איך קען שוין קוים ווארטן אויפן טאג וואס די רשעים אין די העלטה דעפארטמענט וועלן זיך אריינריקן אין די מקוואות


מיך באדערט אויך די זאכען, אבער ניין נישט דער גוי זאל זיך אריינריקען, דער גוי זאל נאר שטיין פינדערווייטענס, נאר וואס דען, ס'זאל זיך יאווען איינער צי בויען אזא סארט מקוה וואס זאל זיין ריינער אין אויסגעשטעלט פאר המענטשען וואס זענען מער מפונקים, העכסטענס וועט עס זיין אביסעל טייערער, ס'איז אבער ווערד !

ס'דא פלענטי.ווי רודניק אין בארא פארק,
53 קארנער 15
זלאטשוב 40 און12 וכו'

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 1:40 am
דורך דבילה
די פונגוס אויף די פיסנעגל רייסן דאך דאס געזונט און ס'נישט דא וויאזוי דאס פטור צו ווערן! און דער איטש פון אונטער די פיס אזש ווען מ'טראגט די שיך אידעך נישט מעגליך אפילו צו געבן א קראץ דארט פאר א ישועה! און דאס איז שוין ווען מ'קומט אפ מיט גוט'נס. פון א נאנטן חבר האביך לעצטענס געהערט אז ער האט זיך איינגעשאפן נישט מער נישט ווייניגער נאר א ייסט אינפעקשען באותו מקום און ס'עם ברור אז ס'נישט פון די ווייב! און פעלט נאך אויס צו דערמאנען די אלע אנדערע אינפעקציעס מיט די שמות הנרדפים? סטרעפט, סיינעס, בראנקייטיס, פלו, הערפיס און ווער ווייסט וואס נאך! רבותי, מיר זענען כחוט השערה אוועק פון א ריזיקן אויסברוך במחנינו! און וועלכע חטא ועוון 'עט מען דאן אנשמירן? 'עט דען עמיצן בייפאלן אז דאס איז פשוט ווייל דער שמש האט געקארגט אויף קלארין? אדער 'עט מען דעם אויבערחכם וואס 'עט דאס דערמאנען בא'שייגעצ'ן אלץ אפיקורס!

ראו הזהרתם!!!

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 1:47 am
דורך zurich
דבילה האט געשריבן:די פונגוס אויף די פיסנעגל רייסן דאך דאס געזונט און ס'נישט דא וויאזוי דאס פטור צו ווערן! און דער איטש פון אונטער די פיס אזש ווען מ'טראגט די שיך אידעך נישט מעגליך אפילו צו געבן א קראץ דארט פאר א ישועה! און דאס איז שוין ווען מ'קומט אפ מיט גוט'נס. פון א נאנטן חבר האביך לעצטענס געהערט אז ער האט זיך איינגעשאפן נישט מער נישט ווייניגער נאר א ייסט אינפעקשען באותו מקום און ס'עם ברור אז ס'נישט פון די ווייב! און פעלט נאך אויס צו דערמאנען די אלע אנדערע אינפעקציעס מיט די שמות הנרדפים? סטרעפט, סיינעס, בראנקייטיס, פלו, הערפיס און ווער ווייסט וואס נאך! רבותי, מיר זענען כחוט השערה אוועק פון א ריזיקן אויסברוך במחנינו! און וועלכע חטא ועוון 'עט מען דאן אנשמירן? 'עט דען עמיצן בייפאלן אז דאס איז פשוט ווייל דער שמש האט געקארגט אויף קלארין? אדער 'עט מען דעם אויבערחכם וואס 'עט דאס דערמאנען בא'שייגעצ'ן אלץ אפיקורס!

ראו הזהרתם!!!

לאמיר דיר פרעיגען האסטו דען נישט הנאה אז ס' קראצט אביסעלע? אביסל היתר'דיגע תאוות!!

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 8:37 am
דורך שרייבער
דבילה
איך קען נישט מער ווי מעיד זיין אז גם בדידי הוה עובדא בערך א יאר נאך מיין חתונה, איך האב מורא ס'קען גיין ביי מאחורי הפרגוד, אבער איך געדענק א שטיק צייט האב איך געליטן און זיך געשעמט צו גיין צו א דאקטאר, ביז ס'איז געווען כלו כל הקיצין, דער דאקטאר האט מיר דערנאך געזאגט אז דאס איז די פירות פון די מקוה

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 8:54 am
דורך יידל
פאר א יאר צוויי צוריק איז אויך געווען אן אויסברוך פון עפעס אן עפעדעמיק (אפשר שינגלס? אדער עפעס אנדערש? איך געדענק שוין נישט), און עס איז בעיקר אריבער דורכן מקוה און דורך נטילת ידים אין פובליק פלעצער.

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 9:39 am
דורך שמעקעדיג
אז מען רעדט שוין פון די ריינקייט פון די האנטוכער,
דערמאנט עס מיר דעם געשמאקן ארטיקל פון אונזער מנשה'לע....

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 10:59 am
דורך real jew
I think its time for Bloomberg to have everyone going into a mikvah sign a consent from. BTW are the Nashim mikvahs better off?

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 11:02 am
דורך דולה ומשקה
לויט ווי איך האב געהערט פון מיינס א חבר אז זוהן זאגט איהם אז אין באבוב קעמפ שלוה 48, האט מען נישט געטוישט די מקוה וואסער די גאנצע ניין טעג, אין ווי פארשטייט זיך די שאוער איז געוועהן אפגעשפארט, אין מען האט געצווינגען די בחורים צו גיין אין מקוה דורך נעמען אינטענדינס...

אכשר דרא... מ'איז פרום אויף יענעמס חשבון, אלעס אונטערן נאמען פון חינוך...

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 11:06 am
דורך זר זהב
דולה ומשקה האט געשריבן:לויט ווי איך האב געהערט פון מיינס א חבר אז זוהן זאגט איהם אז אין באבוב קעמפ שלוה 48, האט מען נישט געטוישט די מקוה וואסער די גאנצע ניין טעג, אין ווי פארשטייט זיך די שאוער איז געוועהן אפגעשפארט, אין מען האט געצווינגען די בחורים צו גיין אין מקוה דורך נעמען אינטענדינס...

אכשר דרא... מ'איז פרום אויף יענעמס חשבון, אלעס אונטערן נאמען פון חינוך...

עססאולס!

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 11:13 am
דורך real jew
דולה ומשקה האט געשריבן:לויט ווי איך האב געהערט פון מיינס א חבר אז זוהן זאגט איהם אז אין באבוב קעמפ שלוה 48, האט מען נישט געטוישט די מקוה וואסער די גאנצע ניין טעג, אין ווי פארשטייט זיך די שאוער איז געוועהן אפגעשפארט, אין מען האט געצווינגען די בחורים צו גיין אין מקוה דורך נעמען אינטענדינס...

אכשר דרא... מ'איז פרום אויף יענעמס חשבון, אלעס אונטערן נאמען פון חינוך...


Were they forced to go every day? or was once a week enough?

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 11:20 am
דורך קלאר
די וואס נעמען נישט קיין שויער בעפאר די מקוה זענען עובר אויף בל תשקצו מיט אלע מפרשים
איך רעדט נישט פין די וואס מאכען שמיציג די מצוה וואסער (יא, פין אלע עלטער) - די וואלט איך געזאגט אז זיי זענען א גולגול פין א דבר אחר
נאר פשוט, מען קארג די 2 מיניט וואס נעמט א מינימום שויער,

מען מיינט מען איז פרום אז מען זייפט זיך נישט בעפאר די מקוה
ווילסט דרוךגיין די טאג אן טוהן די 'מאדערענע' עבירה פין נעמען א שויער, פיין אין וויאל, שטינק אין קראץ דיר א גאנצען טאג
אבער פארוואס גייסטו אריין אין מקוה?
וואלסטו דיך געוואשען די האנט מיט א טעפל וואסער ווי איינער האט געווייקט דארט זיין מקום זיעה?

א מענטש שטייט אויף ציפרי אנגעשוויצט, מיט זיינע באקטיריעס אין זשורמס (איך ספעל עס גיט?)
אין ער גייט אריין אין וואסער אין טיילט מוצא'ס פאר'ן עולם, אין ער האלט אז ער א טוט א גיטע זאך פאר'ן אייבירשטן?

איר וועט נאך אייביג באמערקן אז די וואס נעמען נישט קיין שויער, די ווייקן זיך די לענגסטע אין קראצען זיך אין אלע זייטן
זיי ניצן מיין מקוה פאר זייער פערזעלנליכע וואנע, (אויב נישט פאר זיין סעפטיק טאנק)

יעדע נארמאלע מקוה איד לייגט קאלארין, רוב לייגן אפי' צו סאך
אבער די חזירים קומען דאס איבער
אפגערעדט אז קאלארין מאך מיר ווייסע האר, אזש מיין קליינע בערדל פאלט שוין אויך ארויס די האר אין וואס נישט ווערט ווייס