בלאט 1 פון 2
ווען אקאדעמיקער קענען נישט קיין מודה אני (וועקער 15)
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:24 pm
דורך רימון
דער ערשטער ארטיקל וואס כ'האב דורכגעליינט פון נייעם וועקער איז הרב מאשקאוויטש'ס פענאמענאלע ארבעט איבער טעותים און מיסברויכן פון אקעדאמיקער ווען עס קומט צו תורה נושאים. ענליכע ארטיקלען איז שוין ערשינען אין וועקער אין דער פארגאנגענהייט א שטייגער ווי די אטאקעס קעגן פראפעסאר היילמאן וואס ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט אים און דער סוף פסוק פון דעם ארטיקל איז א זאך וואס איז שוין לאנג ביי מיר מוסכם ווי שווער ס'איז צו שטודירן א פרעמדע קולטור און ווי גרינג ס'איז צו האבן א טעות אין נויאנס. (טראץ וואס דער ארטיקל איז הערליך האט נישט אויסגעפעלט אזוי מדגיש זיין דער אנהויב מיט'ן סוף אז "אונזערע" ביכער זענען ערגער. קודם כל פון וועלכע בוך גענוי רעדטסטו און ווי קומט דא אריין דער אונז ווערסוס ענק און וואס מיינט "אונזערע" און מאן יאמר אז ווען אן ערנסטער יונגערמאן שרייבט א הלכה ספר צי א מחקר אויף א מנהג צי כדו' אז ס'איז "ערגער" וכו'.)
מיין עיקר הערה איז, אז מאשקאוויטש האט צוזאמגעשטעלט פארשידענע סארט טעותים, והלא הרי זה כהרי זה.
ס'איז זייער מאדנע אז א גרויסע שרייבערין זאל נישט וויסן פון מודה אני אבער כ'גלייב אז אלבערט איינשטיין האט אויך נישט געוואוסט. נישט וויסן פון מודה אני אדער ריכטיג פשט אין א גמרא איז אן עם הארצות און אן אומוויסנשאפט, אבער אז מ'ווייסט נישט ווייסט מען נישט. מ'קען אפשר קלערן אז שגגת תלמיד עולה זדון אבער ס'איז אן אנדערער סארט טעות.
די צווייטע מדריגה איז נישט ריכטיג אנצייגן צו א ספר א ביישפיל, ווי דער פראפעסאר וואס קען נישט אפירקראצן אן אורים ותומים אדער פארטוישט דעם שאגת ארי', דאס גרעניצט זיך שוין מיט פארשערישע נאכלעסיגקייט. ס'איז נישט אזוי שווער אפירצוקומען מיט די ריכטיגע מראה מקומות און ס'איז די פשוטע אחריות פון א פארשער צו מאכן די עפארט צו אפירקראצן די ריכטיגע. אז ער טוט עס נישט איז עס א שטארקע נעגלעזשענס פאר א שרייבער און א תביעה פארוואס ער נעמט נישט די מי דאס צו טון.
די ערגסטע גראד פון פארברעך איז דער פאלשער פורים תורה פון בעני בראון וועגן נוסח התפלה. דאס געהערט אין גאר אן אנדערן קאלום. ס'איז זייער שווער צו זאגן אז ער האט נישט געזען דער אנהויב און סוף פון דעם בריוו פון חזון איש און אזוי ארויסנעמען א זאך פון קאנטעקסט און בויען דערויף א מגדל הפורח באויר שמעקט זייער פון א מזידות און גרעניצט זיך שוין מיט השחתה און פארפירערשאפט. איך וואלט געזאגט אז ס'נעמט אים צו סיי וועלכע נאמנות אדער קרידענטשלס און מאכט זיינע מסקנות חספא בעלמא.
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2019 6:00 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
[tag]יהודה מאשקאוויטש[/tag] האט געמאכט גאר א פיינער ארבעט. עס מאכט זיך אפט ווען מ'ליינט די סארט זאכען אז מ'כאפט די טעות בדבריהם. בפרט די טעות פון בני בראון, וואס איך האב דעמאלס באמערקט בשעת'ן ליינען די בוך. אבער צוזאם נעמן לפונדק אחד און ארויס ברענגן די אבסורד דערפון איז געווען זייער אינפארמאטיוו.
איך וויל מעורר זיין בדרכי האקדמיקה אז עס איז נישט פונקט א צופאל וויאזוי זיי גרייזען זיך. זיי האבען א שטארקע פראבלעם אין זייער מעטאדן, און דאס מוז מיט ברענגן גרייזען מיט זיך. זיי האבען שטייפע כללים וואס הייסט א ראיה וואס הייסט א מקור און וויאזוי שאצט מען אפ די זאכען. די פראבלעם איז אז פאקטן מאכען זיך נישט צוטון מיט כללים. די גאנצע בוך פון בני בראון איז געבויט אויף די סארט טעות. ער ברענגט פון אלע געדרוקטע ביכער, און ביי איהם איז פאר הדור און כתבי הר"א שלזינגר א מקור אויך, נישט כאפענדיג אז די צוויי זענען כרחוק מזרח ממערב אין זייער ציל און מקורות, און ווען די ערשטער האט געפארשט יעדער מעשה וואס שטימט מיט זיין אגענדע, האט דער צווייטע גלאט אזוי געבאקען מעשיות פון בויך ארויס, לויט זיין חשבונות (וואס ער האט שפעטער אנגערופען 'קנאות', אבער למעשה איז עס בלויז אלטע פאליטיק פון זיין זיידען, שווער און אנדערע וואס האט זיך דעמאלס געבוזשעוועט). יעדער וואס ליינט 'מקטוביץ עד ה' אייר' זעט איין די לעכערליכקייט פון א מהלך וואס פארשט נאר לויט 'וואס שטייט געדרוקט', און נעמט נישט אין אכט די קלארע פאקטן וואס יעדער האט פארשטאנען בשעתו. ווען א בריוו ווערט נתפרסם, איז עס אויף א הינטערגרונד פון א פאליטיק וואס איז אריין געמישט. ווען איינער ליינט בלויז די בריוו און נעמט מסקנות דערפון, וועט ער זיך בהכרח פארגרייזען. (אגב, יעצט אויף די אוצה"ח סייט, איז פארהאנען א שמועס און א סעריע ארטיקלן אפצווענדן די אלע ראיות פון די אויבענדערמאנטע בוך).
דאס איז נישט נאר אין היסטוריא, נאר אין פיל טעמעס וואס אקאדעמיקער ווילען טענה'ן אז זיי האבען איינגעזען די אמת. ווען א פארשער וועט מיר ווייזען אן עקספערימענט וואס אויב דער וועלט האט עוואלווד, איז עס פארשטענדליך, און אויב אן אומפארשטענדליכע באשעפער האט עס געמאכט מרצונו הפשוט אין זעקס טעג, איז עס נישט פארשטענדליך, קען ער מיר איבערצייגען די ווארהייט פון עוואלוציע. וויבאלד אבער נישט דאס האבען זיי געפארשט, ווייל סייענס האט נישט קיין וועג צו דערגייען אן אומפארשטייבארע באשעפער, קענען זיי אזא עקספערימענט נישט מאכען. וואס טון זיי, אויב אזוי? הייבען הענט און זאגען אז דאס קען מען נישט וויסען? ניין! זיי נעמען די כלים וואס זיי האבען יא, און זיי פארשען נאר לויט די כלים און נישט אנדערע. זייער פיין, אבער דאס הייסט אויפגעוויזען? יא, לויט דיין כללים איז עס אויפגעוויזען. אבער כאמור למעלה, פאקטן מאכען זייער ווייניג צוטון מיט דיין כללים.
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2019 9:11 pm
דורך חוקר ודורש
יהודה מאשקאוויטשעס ארטיקלען זענען זייער גוט, ווען ער ברענגט אראפ דעם ביך מיט די טעות פון מודה אני איז ארויס געפאלן די הערה סוף עמוד עיקר חסר מן הספר
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2019 3:00 pm
דורך לעיקוואד
עס איז זייער אינטרעסאנט און גוט אויף צו לאכן מילתא דבדיחותא קודם הלימוד דער ליקוט טעויות.
דאך איז נישט אזוי שיין צו שטיין און חוזק מאכן פון מענטשען'ס טעותים.
מען קען גאנץ גרינג מאכן אזא ליקוט פון גראבע עמארצישע טעותים אין היימישע ספרים אפילו פון גדולים.
א מענטש איז נאר א מענטש און טייל זענען דאס אויך נישט...
יעדער מאכט טעותים אמאל איידעלע אמאל גראבערע אמאל מחסרון ידיעה און אמאל סתם אזוי.
און פארשטייט זיך אז דאס וואס איינער איז אן אקאדעמיק מאכט עם נישט מער אדער ווייניגער נוטה צו עמארצות ווי איינער אן קיין טיטל.
פונקט ווי עס זענען דא רבנים תלמידי חכמים און רבנים עמי הארצים זענען דא פראפעסארען תלמידי חכמים און עמי הארצים.
און אפילו די תלמידי חכמים מאכן אמאל טעותים.
דער קאצקער רבי האט געזאגט אויף א שטיקל מהר"ל וואס פארשטוישט צוויי פסוקים און מאכט א גאנצער דרוש באזירט אויף דעם טעות, אז דאס איז צו ווייזן אז דער מהר"ל איז אויך געווען א מענטש.
Re: ווען אקאדעמיקער קענען נישט קיין מודה אני (וועקער 15)
נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2019 9:49 am
דורך חסיד פון ליטא
לעיקוואד האט געשריבן:עס איז זייער אינטרעסאנט און גוט אויף צו לאכן מילתא דבדיחותא קודם הלימוד דער ליקוט טעויות.

ערשטע מאל איך הער דאס, וואו איז דער מהר"ל?
נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2019 5:14 pm
דורך לבונה זכה
עטליכע פוינטס אויפן ארטיקל פון יהודה מאשקאוויטש (כ'וועל אדרעסירן דירעקט צום שרייבער):
1) ביי טייל גרויסע שרייבער מאכן די מראי מקומות און פוטנאוטס נידעריג-ראנגיקע עדיטארס. קען געמאלט זיין אז נישט די שרייבער האבן געמאכט די טעותים.
2) לגבי אברהם אפשטיין'ס רעיונות, זע איך בכלל נישט זיינע טעותים. אפשר איז ער גערעכט און נישט די גמרא אדער ברטנורא. ווען דו זאלסט לערנער אקאדעמישע ווערק אויף די משנה (ווי אשטייגער די ווערק פון יעקב נחום אפשטיין, חנוך אלבק, אדער ספראי) וועסטו פארשטיין וואס איך מיין.
3) דיינע דקדוקי עניות איבער קלייניקייטן ווי נישט ארויסשרייבן א פרק אדער דף געהעריג, קען איך דיך אויך מעורר זיין אז די האסט געשריבן אז טשערניכאווסקי איז געבוירן אין 1975 אנשטאט 1875. יעדער מיט א האלבן מוח ווייסט אז דאס איז א פליטת קולמוס. אדער, מער ערנסט, אז דו ווייסט נישט איבערצוטייטשן דעם העברעיאישן צבר צום אידישן סאברע.
4) אמת, צומאל מאכט זיך אז א שרייבער פארזעט עפעס, ווי למשל בראון'ס נקודה וועגען חזון איש. מאידך גיסא, ווער ס'האט דורכגעטון די טויזנט בלעטער פון דעם בוך איבערן חזון איש איז שווער אז מ'זאל נישט נתפעל ווערן פון דעם מייסטער ארבעט פון בראון. טעותים מאכט זיך ביי יעדן (למשל טעותו של הפלתי על המובא בחינוך כי גיד הנשה שייכת בזכרים ובנקיבות, ויש כזה הרבה דגמאות).
נשלח: מוצ"ש מערץ 09, 2019 8:06 pm
דורך מיימון
חסיד פון ליטא האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:און אפילו די תלמידי חכמים מאכן אמאל טעותים.
דער קאצקער רבי האט געזאגט אויף א שטיקל מהר"ל וואס פארשטוישט צוויי פסוקים און מאכט א גאנצער דרוש באזירט אויף דעם טעות, אז דאס איז צו ווייזן אז דער מהר"ל איז אויך געווען א מענטש.
ערשטע מאל איך הער דאס, וואו איז דער מהר"ל?
www.bhol.co.il/forums/topic.asp?whichpage=1&topic_id=2449527&forum_id=19616
Re: ווען אקאדעמיקער קענען נישט קיין מודה אני (וועקער 15)
נשלח: מוצ"ש מערץ 09, 2019 11:09 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לבונה זכה, דו דרייסט ארום מיט נארישקייטן. יא, יעדער קען מאכען א טעות. אבער וואס פונקט האט בראון געטראכט מיט זיין נוסח התפלה מיסטעיק? ער ווייסט נישט וואס נוסח התפלה מיינט? אדער האט זיין פינגער געגליטשט און געטייפט א 9 אנשטאט׳ס אן 8?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מוצ"ש מערץ 09, 2019 11:27 pm
דורך לעיקוואד
עס קען נאכאלץ זיין אז דער חזון איש מיינט אויך דער נוסח התפלה באופן כללי, איך זעה נישט דער הכרח פון דער 'טעות'. מען דארף זעהן דער נוסח השאלה צו זיין זיכער, און אפשר דעמאלטס אויך נישט.
נשלח: מוצ"ש מערץ 09, 2019 11:41 pm
דורך רביה''ק זי''ע
לעיקוואד האט געשריבן:דער קאצקער רבי האט געזאגט אויף א שטיקל מהר"ל וואס פארשטוישט צוויי פסוקים און מאכט א גאנצער דרוש באזירט אויף דעם טעות, אז דאס איז צו ווייזן אז דער מהר"ל איז אויך געווען א מענטש.
נאך מער איז אינטערעסאנט, אז אין קאצק האט מען זיך זייער געקאכט אין ספרי מהר"ל, ס'געווען פון די איינציגסטע ספרים (אויב נישט די איינציגסטע) וואס מ'האט געלערנט.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2019 4:05 pm
דורך יהודה מאשקאוויטש
א דאנק פאר רימון פארן עפענעם דעם אשכול, צו דעבאטירן מיין ארטיקל אינעם לעצטן וועקער "ווען אקאדעמיקער קענען נישט קיין מודה אני".
אין די קומענדיגע תגובות וועל איך פרובירן זיך צו באציען צו יעדנס תגובה.
ווער עס האט עפעס צוצולייגן, הערות והארות והוספות אד"ג, איז מער ווי מכובד דאס צו טון.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2019 4:17 pm
דורך יהודה מאשקאוויטש
רימון האט געשריבן:דער ערשטער ארטיקל וואס כ'האב דורכגעליינט פון נייעם וועקער איז הרב מאשקאוויטש'ס פענאמענאלע ארבעט איבער טעותים און מיסברויכן פון אקעדאמיקער ווען עס קומט צו תורה נושאים. ענליכע ארטיקלען איז שוין ערשינען אין וועקער אין דער פארגאנגענהייט א שטייגער ווי די אטאקעס קעגן פראפעסאר היילמאן וואס ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט אים און דער סוף פסוק פון דעם ארטיקל איז א זאך וואס איז שוין לאנג ביי מיר מוסכם ווי שווער ס'איז צו שטודירן א פרעמדע קולטור און ווי גרינג ס'איז צו האבן א טעות אין נויאנס. (טראץ וואס דער ארטיקל איז הערליך האט נישט אויסגעפעלט אזוי מדגיש זיין דער אנהויב מיט'ן סוף אז "אונזערע" ביכער זענען ערגער. קודם כל פון וועלכע בוך גענוי רעדטסטו און ווי קומט דא אריין דער אונז ווערסוס ענק און וואס מיינט "אונזערע" און מאן יאמר אז ווען אן ערנסטער יונגערמאן שרייבט א הלכה ספר צי א מחקר אויף א מנהג צי כדו' אז ס'איז "ערגער" וכו'.)
מיין עיקר הערה איז, אז מאשקאוויטש האט צוזאמגעשטעלט פארשידענע סארט טעותים, והלא הרי זה כהרי זה.
ס'איז זייער מאדנע אז א גרויסע שרייבערין זאל נישט וויסן פון מודה אני אבער כ'גלייב אז אלבערט איינשטיין האט אויך נישט געוואוסט. נישט וויסן פון מודה אני אדער ריכטיג פשט אין א גמרא איז אן עם הארצות און אן אומוויסנשאפט, אבער אז מ'ווייסט נישט ווייסט מען נישט. מ'קען אפשר קלערן אז שגגת תלמיד עולה זדון אבער ס'איז אן אנדערער סארט טעות.
די צווייטע מדריגה איז נישט ריכטיג אנצייגן צו א ספר א ביישפיל, ווי דער פראפעסאר וואס קען נישט אפירקראצן אן אורים ותומים אדער פארטוישט דעם שאגת ארי', דאס גרעניצט זיך שוין מיט פארשערישע נאכלעסיגקייט. ס'איז נישט אזוי שווער אפירצוקומען מיט די ריכטיגע מראה מקומות און ס'איז די פשוטע אחריות פון א פארשער צו מאכן די עפארט צו אפירקראצן די ריכטיגע. אז ער טוט עס נישט איז עס א שטארקע נעגלעזשענס פאר א שרייבער און א תביעה פארוואס ער נעמט נישט די מי דאס צו טון.
די ערגסטע גראד פון פארברעך איז דער פאלשער פורים תורה פון בעני בראון וועגן נוסח התפלה. דאס געהערט אין גאר אן אנדערן קאלום. ס'איז זייער שווער צו זאגן אז ער האט נישט געזען דער אנהויב און סוף פון דעם בריוו פון חזון איש און אזוי ארויסנעמען א זאך פון קאנטעקסט און בויען דערויף א מגדל הפורח באויר שמעקט זייער פון א מזידות און גרעניצט זיך שוין מיט השחתה און פארפירערשאפט. איך וואלט געזאגט אז ס'נעמט אים צו סיי וועלכע נאמנות אדער קרידענטשלס און מאכט זיינע מסקנות חספא בעלמא.
א. דאס וואס איך האב מדגיש געווען ביים אנהייב און ביים סוף אז "אונזערע" ביכער זענען ערגער, איז צוליב דעם וואס חרדישע אידן האבן א שטארקע תאוה אז ווען מ'ליינט עפעס א חסרון פונעם דרויסנדיגן גאס הייבט מען זיך גלייך אן צו פאטשן אין בייכל, לאמר מיר זענען בעסער/עם הנבחר'דיג. דער פאקט אז קיין ביקורת אויף חרדישע לייען מאטריאל איז כמעט נישטא, טאקע צוליב א חסרון אין אויפריכטיגקייט, איז נישט קיין זאך וואס ער וועט געדענקן ביים ליינען אן ארטיקל וואס חוזק'ט אפ פון אמעראצישע טעותים ביים אקאדעמיקער. דערפאר האב איך געשפירט פאר וויכטיג מדגיש צו זיין ביים אנהייב און ביים סוף, אז זייערע טעותים זענען טאקע נאר דאס, טעותים אין מאסיווע פארש ארבעט, למעט חרדישע שרייבעכצער וואס זענען געמאלן וואסער און דאס ווארט 'טעותים' פאסט ניטאמאל ארויף אויף זיי.
אבער געוויס ווען אן ערנסטער מענטש שרייבט מחקר וכדו' קען עס זיין אויפן זעלבן דרגה ווי ביי אקאדעמיקער. ס'איז נאר נישטא קיין דבר החייבתו אז ס'זאל זיין אויף אזא רמה, און דערפאר שרייבן טאקע אזוי ווייניג היימישע יונגעלייט מחקר אויף אזא הויכע שטאפל פון אויפריכטיגקייט.
ב. די סארטן טעותים זענען טאקע לא הרי זה כהרי זה, אבער הצד השוה שבהם איז איין זאך: אומגלויבליכע אמעראצעס אין אידישקייט. למעט בעני בראון וואס איז מעגליך געווען א באנדיט, און האט בזדון פארדרייט כוונת החזון איש (עפעס אין וואס איך בין נישט איבערצייגט אז ער האט טאקע געזוכט בכוונה צו פארדרייען פשט), זענען אלע אנדערע דוגמאות גלייך אינעם פונקט אז זיי רעדן אריין אין אידישקייט כאדם העושה בתוך שלו, ווען אין פאקט האנדלט זיך עס פון ערשטן גראד אמעראצעס. נישט קיין טעות הדפוס, נאר פאלנע אי-ידיעה, אונטערן מאנטל פון אן אלצווייסער. דאס איז א זאך וואס מ'דארף יא אנצייגן.
ג. ווען א שרייבערין שרייבט מודה אני אומריכטיג, איז עס נישט נאר אן עוולה מצד אי ידיעה, נאר אויך - און בעיקר - אן עוולה מצד דעם וואס זי רעדט פון אידישקייט ענינים אן רעדן מיט אן עקספערט. ס'איז דער זעלבער 'סורטש' פראבלעם וואס דער צווייטער מן-הארץ האט געהאט, ציטירנדיג אומריכטיג דעם "האורים והתומים", צי דער "בתר עניא אזלא עניותא" מיט אלע דקדוקי עניות... ס'איז דער זעלבער עוולה אז זיי אלע האבן גענומען א נושא וואס קומט פון אידישע מקורות, און עס אראפגעשריבן מיט א קענטיגע ידיעה, אן האבן דעם מינדסטן מושג וואס זיי רעדן. זיי וואלטן באדארפט רעדן מיט מענטשן וואס קענען זיך בעסער אויס מיט די סארט נושאים.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2019 5:07 pm
דורך יהודה מאשקאוויטש
לעיקוואד האט געשריבן:עס איז זייער אינטרעסאנט און גוט אויף צו לאכן מילתא דבדיחותא קודם הלימוד דער ליקוט טעויות.
דאך איז נישט אזוי שיין צו שטיין און חוזק מאכן פון מענטשען'ס טעותים.
מען קען גאנץ גרינג מאכן אזא ליקוט פון גראבע עמארצישע טעותים אין היימישע ספרים אפילו פון גדולים.
א מענטש איז נאר א מענטש און טייל זענען דאס אויך נישט...
יעדער מאכט טעותים אמאל איידעלע אמאל גראבערע אמאל מחסרון ידיעה און אמאל סתם אזוי.
און פארשטייט זיך אז דאס וואס איינער איז אן אקאדעמיק מאכט עם נישט מער אדער ווייניגער נוטה צו עמארצות ווי איינער אן קיין טיטל.
פונקט ווי עס זענען דא רבנים תלמידי חכמים און רבנים עמי הארצים זענען דא פראפעסארען תלמידי חכמים און עמי הארצים.
און אפילו די תלמידי חכמים מאכן אמאל טעותים.
דער קאצקער רבי האט געזאגט אויף א שטיקל מהר"ל וואס פארשטוישט צוויי פסוקים און מאכט א גאנצער דרוש באזירט אויף דעם טעות, אז דאס איז צו ווייזן אז דער מהר"ל איז אויך געווען א מענטש.
א. עס איז טאקע נישט אזוי שיין חוזק צו מאכן פון מענטשנ'ס טעותים, אבער עס איז נאך ווייניגער שיין צו מאכן אזעלכע גראבע טעותים, אויפן חשבון פונעם לייענער. דער וואס ליינט די סארט אקאדעמישע ווערק לייענט דאס מיטן ידיעה אז דער אקאדעמיקער האט עס גוט אדורכגעטון פון אלע זייטן און ער שרייבט נישט סתם געהאקט אין קאפ. אויב ער שפירט זיך נישט פארפליכטעט נישט צו מאכן אזעלכע אמעראצישע טעותים, דארף מען דאס אנמערקן אין אן ארטיקל.
ב. אמת אז מ'קען גרינג מאכן אזא ליקוט פון גראבע טעותים אויך אין היימישע ספרים, און אין פאקט זענען שוין טאקע ערשינען פילע אקאדעמישע ביכער טאקע דאס צו באהאנדלן, אבער דאס מיינט נישט אז אויב דער אקאדעמיקער מאכט אזא טעות זאל מען דאס נישט באשרייבן. נאכמער פון דעם, וויבאלד דער אקאדעמיקער הייסט אפיציעל איינער וואס באזירט זיינע ווערטער אויף ריכטיגע נאכגעקוקטע אינפארמאציע, איז עס ביי אים פיל א גרעסערע עוולה אויב ער טוט נישט זיין פליכט און שרייבט גראבע אמעראצעס. שלישית, איך האב קלאר ארויסגעברענגט אין מיין הקדמה, אז דער ציל איז נישט חוזק צו מאכן פונעם אקאדעמיקער, נאר פארקערט, וויבאלד דער דורכשניטליכער היימישער איד וואס לייענט עפעס אן אקאדעמישער ארטיקל, מיינט אז דאס וואס עס שטייט דארט איז ווי משה מסיני ואין אחר מעשה אקאדעמיק ולא כלום, דערפאר פעלט זיך אויס אנצוצייגן אז זיי מאכן אויך די אלע סארטן טעותים, און פונקט ווי דער היימישער ספר גלייבט מען נישט נאר נאכן דורכקוקן זיין מקור, אזוי דארף אויך זיין מיט אקאדעמישע ווערק. פערטנס, ווען א מחבר ספר מאכט א טעות איז עס פארשטענדליך אז ער האט פארגעסן א ציטאט, פסוק, נישט גוט אפגעלערנט, וכדו', אבער ווען אן אקאדעמיקער מאכט טעותים וואס מיר זעען אז עס איז באזירט אויף נישט האבן קיין שום ידיעה אינעם נושא וואס ער באשרייבט (בתר עניא... מפני הדליקה ומפני הרוח... אתרוגים...), דאן איז דאס אן עוולה אויף א העכערן שטאפל, ווי דערמאנט אויבן אין תגובה לדברי רימון.
ג. דער טיטל אקאדעמיק מאכט אים גארנישט, אבער אין פאקט רעדן מיר בעיקר פון בארימטע אקאדעמיקער וואס זייער נאמען איז ברייט באקאנט און זיי זענען נישט אמעראצים אין זייער פעלד, נאר אין יהדות. אט דאס איז דער פראבלעם, אז זיי רעדן פון נושאים וואו זייער ידיעה איז כמעט נישטיג, כאילו זיי זענען אקאדעמיקער אויך אין דעם פעלד... אויב זיי קענען נישט קיין יהדות פעלט זיך אויס זיך מער צו דערגרינטעווען דערין, אדער שיקן צו איינער וואס האט יא די נויטיגע ידיעות, אבער צו שרייבן מיט א זעלבסטזיכערקייט כאילו זיי פארשטיין דערצו איז אן עוולה וואס דארף אנגעמערקט ווערן.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2019 5:28 pm
דורך יהודה מאשקאוויטש
לבונה זכה האט געשריבן:עטליכע פוינטס אויפן ארטיקל פון יהודה מאשקאוויטש (כ'וועל אדרעסירן דירעקט צום שרייבער):
1) ביי טייל גרויסע שרייבער מאכן די מראי מקומות און פוטנאוטס נידעריג-ראנגיקע עדיטארס. קען געמאלט זיין אז נישט די שרייבער האבן געמאכט די טעותים.
2) לגבי אברהם אפשטיין'ס רעיונות, זע איך בכלל נישט זיינע טעותים. אפשר איז ער גערעכט און נישט די גמרא אדער ברטנורא. ווען דו זאלסט לערנער אקאדעמישע ווערק אויף די משנה (ווי אשטייגער די ווערק פון יעקב נחום אפשטיין, חנוך אלבק, אדער ספראי) וועסטו פארשטיין וואס איך מיין.
3) דיינע דקדוקי עניות איבער קלייניקייטן ווי נישט ארויסשרייבן א פרק אדער דף געהעריג, קען איך דיך אויך מעורר זיין אז די האסט געשריבן אז טשערניכאווסקי איז געבוירן אין 1975 אנשטאט 1875. יעדער מיט א האלבן מוח ווייסט אז דאס איז א פליטת קולמוס. אדער, מער ערנסט, אז דו ווייסט נישט איבערצוטייטשן דעם העברעיאישן צבר צום אידישן סאברע.
4) אמת, צומאל מאכט זיך אז א שרייבער פארזעט עפעס, ווי למשל בראון'ס נקודה וועגען חזון איש. מאידך גיסא, ווער ס'האט דורכגעטון די טויזנט בלעטער פון דעם בוך איבערן חזון איש איז שווער אז מ'זאל נישט נתפעל ווערן פון דעם מייסטער ארבעט פון בראון. טעותים מאכט זיך ביי יעדן (למשל טעותו של הפלתי על המובא בחינוך כי גיד הנשה שייכת בזכרים ובנקיבות, ויש כזה הרבה דגמאות).
א. דא קומט נישט אריין די טעאריע וועגן נידעריג-ראנגיקע עדיטארס, וויבאלד מיר זעען גלייך אז זייערע טעותים קומען פון נישט גוט אפלערנען דעם ערשטן מקור. עס זעט זיך קלאר ארויס אז דער שרייבער האט געסורטשט, געווענליך אויך נישט גוט..., און באזירט אויף זיין נישט ריכטיגע אינפארמאציע האט ער געשריבן זיין אמעראצישע אפטייטש. ווי "מודה אני", "בתר עניא", "מפני הדליקה ומפני הרוח", א.א.וו.
ב. דיין טענה לגבי אפשטיין איז אויך נישט אין פלאץ. ווען חנוך אלבק און זיינס גלייכן האבן געשריבן א פירוש אויפן משנה, אויפן אקאדעמישן שטייגער, און דערמיט האבן זיי זיך געדינגען מיט טראדיציאנאלע מפרשים און אפילו גמרות און מדרשים, איז דאך דאס זייער טעריטאריע פון אדורכטון דעם משנה מיט אקאדעמישע כלים. אבער ווען אן אקאדעמיקער שרייבט נישט קיין פירוש אויף משניות נאר ציטירט א משנה דרך-אגב, און שרייבט דערויף זיין אייגענעם פשט גענצליך אנדערש ווי אלע אנדערע, דאן באדייט דאס איין איינצעלנע זאך: ער איז א פוסטער עם הארץ. אויב דו האסט ווירקליך אריינגעקראכן אינעם וועלט פון אקאדעמיע, דארף דאס צו זיין א"ב פון אקאדעמישע ווערק. אגב, האב איך גלייך נאכדעם אראפגעברענגט ווי ער האט פאלש אפגעלערנט א גמרא. דארט איז זיכער זיין אמעראצעס אויפן ארט, פשוט נישט גוט אפלערנענדיג די גאנצע קטע פונעם שטיקל גמרא. דאס איז זייער פשוט, ער האט נישט געשריבן אקאדעמישע פשטים אין דברי חז"ל, נאר ער האט געמאכט גראבע אמעראצישע טעותים נישט וויסנדיג וואס חז"ל מיינען.
ג. מינאי ומינך תסתייע מילתא. ווען איך שרייב אויף טשערניכאווסקי אז ער איז געבוירן 1975, פארשטייט דער לייענער גלייך אז ס'איז א פליטת הקולמוס וכאן צריך לומר 1875. אבער אויב איך וואלט געשריבן 1743, וואלט מען גלייך געקענט דן זיין מיינע ווערק לגניזה. פארוואס? ווייל דאן ווייזט עס אויף מיין אי-ידיעה, נישט אויף א פליטת הקולמוס. 1975 איז גראדע א ראי' אז מ'רעדט פון איינער וואס האט אדורכגעטון די דאטומען. אצינד צום עם הארץ וואס שרייבט ארויס א משנה אן א פרק, אדער צייכנט צו מאדנע סארטן ציונים, וואס זענען אגב איינע פון די גרעסטע חטאים אינעם אקאדעמישן וועלט וואו אלס ווערט באצייכנט קלאר [דאס איז געווענליך זייער שטארקייט], און דערנאך זעסטו אז ער האט נישט גוט פארשטאנען דעם נושא וואס ער געבט דערצו דעם נישט-גוט-ארויסגעשריבענעם מראה מקום, דאן פארשטייען מיר אז איינס מיט איינס איז צוויי. ער האט קיינמאל נישט אדורכגעטון דעם נושא, ווייל ער האט ניטאמאל געזען דעם מראה מקום פון אינעווייניג, און דערפאר האט ער אויך נישט באצייכנט דעם מ"מ אויפן ריכטיגן שטייגער.
ד. בנוגע בני בראון'ס טעות, איז גראדע שייך אז דווקא דאס איז א ראי' נישט אויף א טעות נאר אויף א בזדונ'דיגע פארדרייען פשטך, הגם ס'איז נישט מוכרח אז ס'איז בזדון (וישחקו הנערים לפנינו, אז רימון מיט ליטוואק שרייען פוי, און דו מיט לעיקוואד זענען מצדד להקל). נאר וואס'זשע דען, אויב מ'רעדט שוין פון בני בראון איז כדאי אנצומערקן אז כ'האב אויף זיין מעכטיגע בוך צענדליגע גראבע טעותים, און פארדרייען נקודות און מ"מ, און דאס צייגט ווידעראמאל אויף איין איינציגן נקודה: נישט אננעמען יעדעס ווארט פון א פראפעסאר כהלכה למשה מסיני, נישט ווערן דערשראקן פון "אפענע מראי מקומות" פון אן אקאדעמישער ארטיקל, און נישט פאלן כורעים פאר אן הכרעה פון א בוך וואס איז גאר מקיף דעם נושא. אפילו דארט קענען אפטמאל זיין פילע גראבע טעותים.
אויב מ'וועט צייגן אינטערעסע, וועל איך מעגליך ווידמען א פרישע קאפיטל אין א קומענדיגע וועקער, איבער אקאדעמיקער וואס האבן געמאכט טעותים. אבער אנשטאט א שלל פון אקאדעמיקער וואס לא הרי זה כהרי זה, וועל איך קענען ווידמען א קאפיטל פאר א יחיד. צי בעני בראון מיט זיין בוך אויפן חזון איש, צי רחל אליאור מיט אירע פארש ארבעט, צי א דריטער וואס האט געשריבן אקאדעמישע ווערק. אזוי ארום וועט מען קענען זען אז דאס איז א נחלת הכלל, וואס אלע גרויסע קעפ ליידן דערויף פונקט אזוי, מיט אלערליי סארטן טעותים.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2019 5:58 pm
דורך לעיקוואד
/
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2019 8:32 pm
דורך [NAMELESS]
*איך האב נאך נישט געליינט דעם ארטיקל*
איך וויל מיר נאר באציען אויף וואס הרב [tag]יהודה מאשקאוויטש[/tag] טענה'ט אז די טעותים ווייזן אז די חוקרים שרייבן וועגן תורה אן ריכטיגע עקספערטיז און רעספעקט.
אויב ביי אונזערע היימישע ספרים, און אפי' אין ספרים פון אונזערע גדולים, קען מען אויך טרעפן אזעלכע טעותים (און אפשר ערגערע ווי הרב מאשקאוויטש דערמאנט). דאן קען מען דאס דאך נישט צושרייבן צו די חסרון פון עקספערטיז און רעספעקט. נאר צו די פאקט אז ''מענטשן" האבן דאס געשריבן. איז דאך די זעלבע ביי די אקאדעמיקער און וואס איז די ציל פונעם ארטיקל?
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2019 10:58 pm
דורך מיימון
גראדעמעכעלע האט געשריבן:*איך האב נאך נישט געליינט דעם ארטיקל*
איך וויל מיר נאר באציען אויף וואס הרב [tag]יהודה מאשקאוויטש[/tag] טענה'ט אז די טעותים ווייזן אז די חוקרים שרייבן וועגן תורה אן ריכטיגע עקספערטיז און רעספעקט.
אויב ביי אונזערע היימישע ספרים, און אפי' אין ספרים פון אונזערע גדולים, קען מען אויך טרעפן אזעלכע טעותים (און אפשר ערגערע ווי הרב מאשקאוויטש דערמאנט). דאן קען מען דאס דאך נישט צושרייבן צו די חסרון פון עקספערטיז און רעספעקט. נאר צו די פאקט אז ''מענטשן" האבן דאס געשריבן. איז דאך די זעלבע ביי די אקאדעמיקער און וואס איז די ציל פונעם ארטיקל?
Exactly.
אויך נישט געליינט. אבער פון דעם תוכן המאמר וואונדער איך זיך פארוואס אזא ארטיקל וואלט נישט געקענט גיין אין אזא סארט אויסגאבע ווי מעלות וכדומה "אויפצואווייזן" דעם טיפשות און נארישקייט פון די א.ג. פראפעסארן און סייענטיסטן שר"י וואס ווייסן גארנישט ווי "זיי אליין" זענען עס מודה וכו׳ וכו׳. און נאר "אונז" חכמים ווייסן אלעס ווי מען זעט קלאר אין די תורה אז עס שטימט מיט די סייענס וואס כ׳האב געזען אויף וויקיפידיה. כאטש עס איז קלאר אז קיינער איז נישט אלעמאל גערעכט מיט אלעם בפרט ווען עס קומט צו פרעמדע קולטורן און פעלקער ווי דער מציאות ווייזט אויף אסאך מאדנע טעותים וואס זיי מאכן, איז דאס בכלל נישט דוקא ביי פרייע וואס זוכן כאטש דעם אמת, ביי אונז וועט כמעט קיינער אפילו נישט לאכן פונעם טעות ווייל קיינער איז נישט אינטערעסירט צו מברר זיין און מען שרייבט און זאגט כפי הבא לידו (זע צב"ש אין ספר עוללות פון ר"ר מרגליות איבער א מאדנעם טעות פונעם בני יששכר). עס איז זייער א שיינע און אינטערעסאנטע דעבאטע ווען עס קומט פאר בתוך חדרי האקדמיה, אבער עס קומט מיר ארויף א ביטערן טעם ווען איך זע בדמיוני די יושבי חושך וצלמות וואס כאפן זיך ארויף אויפצואווייזן אז זעסטו "זיי" ווייסן נישט וואס זיי רעדן, וואס דעריבער איז דאך אודאי געדרינגען אז מיר ווייסן אודאי יא (עס דערמאנט מיר פון דעם מאדנעם מישמאש וואס אברהם פרימאן פונען צייטונג האט געמאכט מיט סאקראטעס און כוזרי ניטאמאל קענענדיג גוט נאכזאגן די סאפיסטיקירטע אפאלאגעטיקע וואס דער געלערנטער לויער האט אים אריינגעפיטערט, ווי באריכטעט דעמאלטס אינעם וועקער).
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2019 3:23 pm
דורך [NAMELESS]
איך האף אז איך קום נישט אריין ווי אן אקאדעמיקער עם הארץ:
מיין אמעראצישע ידיעה זאגט מיר אז סתם מהר"ם מיינט מען דער מהר"ם לובלין. פון וואנעט נעמט דער שרייבער פונעם ארטיקל אז די רעדע איז פונעם מהר"ם שיף?
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2019 7:00 pm
דורך אגרות צפון
און איך האב אלס געוואוסט אז סתם מהר''ם מיינט מהר''ם מרוטנבורג.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2019 10:48 am
דורך מיימון
יעצט נאכ׳ן דורכליינען, א שטיקל טיפערע אפשאצונג.
נ.ב. איך האב עס געשריבן איידערן דורכליינען דעם אשכול, יעצט זע איך אז כמעט אלעס ווערט שוין בארירט. ומשנה ראשונה לא זזה ממקומה.
קודם, פותחין בשבח. באמת א הערליכע ארבעט, רייכע אינפארמאציע, גוט און ציענד געשריבן, געשמאק און אינהאלטספול. באמת א שיינער ארטיקל.
יעצט לגבי די טעזע פון דעם ארטיקל, האב איך אויבן אויסגעדרוקט זארג איבער דאס אוועקמאכן אקאדעמיקער פאר קליינע טעותים וואס קענען זיך מאכן ביי יעדן, לעומת ביי אונז וואס איז בכלל נישט דא קיין שום בושה און קיין שום אקאונטעביליטי פאר וואס מען שרייבט. דער שרייבער אליין ברענגט דאס ארויס זייער קלאר עטליכע מאל, אבער פארט האב איך מורא געהאט אז אפשר וועט דאס קענען באנוצט ווערן אין א "אונז קעגן זיי" וועג פאר ווער אימער עס וועט וועלן "אויפווייזן" וויאזוי די א.ג. מומחים ווייסן נישט וואס זיי רעדן.
למעשה דערקענט זיך אביסל דער דאזיגער צוגאנג ביים שרייבער אליין וועלכער איז כולל יעדן סעקולערער שרייבער וואס איז נישט מאנשי שלומינו אלס "אקאדעמיקער וואס ווייסן נישט וואס זיי רעדן", בעת וואס עס איז ווי פארשטענדליך דא טויזנטער אקאדעמיקער אין טויזנטער מקצועות און אין הונדערטער דרגות פון התמחות, וואס געוויסע האט מען נאך כמעט נישט געכאפט ביי א פליטת הקולמוס אין די צייט וואס אנדערע האבן געשריבן ביכער מיט בלויז גרייזן.
א ביישפיל זענען די ערשטע פאר דוגמאות וואס די שרייבער זענען בארימט אינעם פעלד פון ליטעראטור, אבער האבן קיינמאל נישט זיך בארימט אז זיי פארשטייען צו אידישע היסטאריע אדער קולטור, וואס אזא איינער האט נישט וויאזוי צו וויסן וואס מודה אני איז און עס איז בכלל נישט וויכטיג פאר זיין/איר ארבעט. ליטעראטור איז נישט קיין פארש ארבעט, עס איז א סארט ארט וואס דער מחבר באשאפט, און מען קען זיין גאר גרויס אין דעם און נישט האבן קיין ידיעות אין אידישע ליטורגיה.
דאס זעלבע מיט די אנדערע דוגמאות, לגבי מהר"ם האט שוין איינער געשריבן אז מהר"ם מלובלין ווערט ענדערש גערופן סתם מהר"ם, דאס ברעגט אבער אויף א וואונדער היות דאס איז נישט באקאנט צו זיין אזוי טיף ווי מהרש"א צום ביישפיל, אבער דאס וועט אפשר וויסן עמיצער וואס איז באקאנט אין פארצייטישע ליטעראטור אויב מהר"ם איז באטראכט געווארן ווי א דוגמה פון שווערע לימודים (ווי מהרש"א היינט)...
יעצט קומען די ערנסטערע דוגמאות. איז קודם כל דעם ספר ערכי האגדה וההלכה האט נישט געשריבן דער "חוקר ידוע אברהם הלוי אפשטיין". א. א. הלוי האט געהייסן אלימלך אפשטיין הלוי. אברהם אפשטיין איז פון די סארט וואס מען וואלט שווער געקענט כאפן ביי א טעות. אבער אפילו דא איז עס נישט אזוי ווייט א טעות ווי א חילוק אין השקפה.
עס איז וואויל באקאנט אז פילע חוקרי עתיקות האלטן אז אויב מען וויל ריכטיג פארשטיין די היסטאריע פון זמן המשנה איז וויכטיג אפצולערנען די משנה אן קיין גמרא, כאטש די גמרא איז זייער חשוב און וויכטיג, איז אבער קלאר אז טיילמאל האבן זיי נישט געהאט קיין קבלה וויאזוי מפרש צו זיין די משנה און האבן דאס פרובירט מפרש צו זיין מסברא, וואס ווען עס האט זיי געפעלט די קולטורעלע אומגעבונג פון זמן המשנה האבן זיי צומאל נישט פארשטאנען וואס די משנה וויל זאגן. דאס איז א באקאנטע מהלך וואס ווערט באנוצט דורך די חוקרים כסדר און כאטש ביי חרדישע אידן וועט מען עס אפשר אנקוקן ווי א זלזול אין חז"ל (אויב נישט א נארישע צוגאנג) האט דאס א שטיקל מסורה אויך ביי אונז כידוע פון תוי"ט והגר"א ועוד. דער חוקר מעג לערנען אז די סיבה פארוואס דוקא די קטנים האבן געגעסן די אתרוגים איז נישט מחמת מוקצה וואס די משנה דערמאנט נישט, נאר די באשרייבונג וואס די משנה גיט אונז האט צוטון מיט א פראקטישע סיבה, וואס שטימט אויך מיט אנדערע מקורות.
דער אויסצוג פון עבודה זרה קען אויך אויסקוקן מאדנע פאר א בוגר ישיבה, אבער פאקטיש אריינטראכטנדיג זעט מען פון די גמרא - כאטש נישט אזוי סימפליסטיש ווי יוליאנוס (נישט יוליוס) קיסר לייגט עס אראפ - אז כפירה בע"ז איז דער עיקר יהדות וואס אזוי נעמט אויך אן דער רמב"ם און איז מאריך אין דעם בכמה מקומות. מיר קענען דא זען חז"ל'ס מהלך המחשבה אז כפירה בע"ז מאכט א איד אדער נישט.
דערנאך קומען ווידעראמאל ליטעראטור שרייבער, טאקע א לאכעדיגער טעות מיט פרים הנשרפים... דער ווערטל מיט המכבה את הנר איז געוואלדיג גוט, אין א קאמישע מעשה'לע מאכט עס גאר שטארק סענס, כאטש איך בין נישט זיכער צו דער שרייבער האט געקענט דעם פשט פון די משנה, איז עס אבער גאר גוט פאר די צוויי כאראקטערן אין די מעשה וואס דארפן נישט צו וויסן דעם אמת'ן פשט, בפרט אין אזא פארמאט וואס די מעשה ערשיינט.
אויך דער קומענדיגער ביישפיל איז פון א אימעיל פארמאט וואס איז אסאך ווייניגער פארמאל ווי א בוך און עס ווערט געשריבן offhand. דער שרייבער וויל ברענגען א באקאנט ווערטל וואס גייט אויך אין אידיש "א עושר האט מזל", ער צייכנט אן אז מיר טרעפן א מקור פאר דעם ווערטל שוין אין חז"ל וואס אין די משנה איז קלאר דער המשך אז די עשירים פארדינען נאר, כאטש עס איז נישט א ציטאט (ווי דער "כמו שנאמר" טוט אנדייטן, אזוי ווי מען זאגט), נאר א מראה מקום (הגם נישט פונקטליך) אויף דעם ערשטן (טיילווייזן) באנוץ פון דעם ווארט. פאר דעם פארמאט איז עס גוט.
דער דוגמה פון חזון איש איז שוין יא זיכער א וויכטיגער טעות, כאטש איך מיין אז בראון האט נישט געוואוסט דעם אמתן פשט, נישט זייענדיג געוואוינט צו די שפראך פון "הנהגות האדם" וואס איז פארשפרייט אין ספרים.
סוף הכל זעען מיר אז עס זענען דא גרויסע חילוקים צווישן יעדן מענטש און פאל, עס קומט פאר ווי איינער זאל פארהאלטן די רבנים ווייל איין מחבר האט זיך טועה געווען בענייני דקדוק אדער קבלה. מיר טרעפן גאר גאר אסאך טעותים אין די אידישע ספרים אפילו אין די גאר וויכטיגסטע, גיט נאר א זוך פאר דעם ווארט "אשתמיטתיה" וויפיל מאל עס ערשיינט. רבנים האבן אלעמאל געוואוסט אז ווען מען באמערקט א טעות איז מען מעורר בדרך כבוד און מען גייט ווייטער, אנשטאט מזלזל זיין אין די גאנצע מוסד האקדמיה צוליב דעם. און אפשר וואלט געווען א גוטער געדאנק פאר א צוקונפטיגער ארבעט, אדער וועקער ארטיקל, איבער וויכטיגע אדער מאדנע טעותים אין אונזערע ספרים.
און נאכאמאל, עס איז באמת א וואונדערבארע ארבעט, די פילע דעטאלן און בילדער זענען גאר געשמאק און אינטערעסאנט און באלערנדע אינפארמאציע, און מיר קוקן ארויס אויף נאך פון אייערע ארטיקלען.
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2019 4:56 pm
דורך לבי ובשרי
אין די צייטונג (פסח) איז געווען אויפגעקלאפט א דרשה פון עמרם אופמאן איבער היסטאריע און טעותים אין היסטארישע פונקטן וכו'.
ער ברענגט דארט עטליכע פאר טעותים וואס מכלומר'טע יודע ספר האבן געאמכט אויף גדולים וגאונים.
כ'ווייס נישט וואספארא גרויסער ידען דער אופמאן זעלבסט איז, אבער עפעס זאגטער אינעם ארטיקל וואס קען זיין נוגע צו דעם אשכול.
דער אונטערשייד איז נאר אז יענעם ארטיקל איז די רעדע פון "היימישע" דענקער וועלכע האבן געמאכט ערנסטע עמעראצישע פארדריסליכע טעותים און דאס איז פארבליבן לדורות.
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2019 5:04 pm
דורך לבי ובשרי
בילד פונעם אויבנדערמאנטן ארטיקל אין די צייטונג
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2019 8:32 pm
דורך מיימון
א גרויסע קונץ צו חוזק מאכן פון זאב יעבץ און תורה תמימה, לאמיר זען צו ער קען נאכברענגען די 150 טעותים וואס דער חיד"א האט צוזאמגענומען אין "העלם דבר" ווי גדולי ישראל האבן געמאכט טעותים דורכ'ן זיך נישט אויסקענען מיט היסטאריע. אדער די טעותים וואס ווערן געברענגט אין הקדמה פון "סדר הדורות".