וועקער 15 - קטלא קניא אויף דער פיטסבורג געשעענישן
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2019 8:50 am
[tag]קטלא קניא[/tag] האט נישט אנטוישט. זיין שעפערישע שפראך און שארפע אויסדרוקן זענען צו באלעקן די פינגער.
זיין מיינונג איז אבער אומקלאר ביי מיר. 'כלל ישראל' מיינט אז טראץ אונזער אונטערשיידען, זענען מיר אלע איינס. איך קען נישט די שפראך וואס א איד וואס וואוינט אין בראזיל רעדט, אבער א געפיל צו איהם האב איך, ווייל אונז האבען איין גאט און ביידער זענען באפליכטעט מיט איין תורה. און אפילו ווען ער האלט נישט די תורה, איז ער נאך אלס באפליכטעט דאס צו טון, און ממילא פיל איך מיט איהם אין זיין פיין און פריי איך מיט איהם אין זיין פרייד. איך עס נישט די זעלבע מאכלים ווי א איד אין פראנקרייך, און איך גיי נישט די זעלבע קליידער ווי מיין קאזין אין קרית ארבע, אבער איין משפחה זע'מיר, אייניקלאך פון אברהם יצחק ויעקב. וואס האט דאס אלס מיט פיטסבורג? יא, אונז ווייטאגען זייער פיין, אבער פון דעם ווערט א קאנסערוואטיווע טעמפל א שול? פון דעם ווערען אונזער מיינונגען נענטער? און ווען איינער רופט עס אן א טעמפל, פילט ער שוין נישט קיין מיטלייד מיט איהם? שטארבען און מיינונגען האבען נישט קיין שייכות, און עס איז א געוואלדיגע פיין צו זען ווי אידען ווערען געצילט צו שוטארבען צוליעב'ן זיין א איד, וואס איך בין אויך אזא פארשוין וואס איז א איד און קען געהרג'ט ווערען דערפאר. דער פראנצויזישע איד מוז יעצט עסן פיצה, ווייל אמעריקאנער אידען זענען דערשאסן געווארען? פונקט אזוי מוז דער טשיף ראביי פון מדינת ישראל נישט אנרופען א קאנסערוואטיווער טעמפל א שול.
די גאנצע טראמפ טענה'ריי איז אפשר ריכטיג אין איהר פלאץ, אבער מיט 'כלל ישראל' האט עס נישט. איינער וואס באשולדיגט נישט טראמפ פאר די מעשה אין פיטסבורג, איז עס אדער א) ווייל ער איז אזא טפש צו מיינען אז טראמפ טויג פאר איהם, די לאנד און די וועלט, אדער ב) ווייל ער איז אזא חכם צו פארשטיין אז טראמפ טויג יא פאר איהם, די לאנד און די וועלט, אדער ג) ווייל ער טראכט נישט בכלל צו טיף אין די זאכען, אדער ד) ווייל ער האט גלאט אזוי אן אנדערען מיינונג ווי מיר און דיר. צוליעב דעם פעלט איהם אין די הרגשה פון כלל ישראל? מה ענין שמיטה אצל הר סיני? איך בין גראדע מסכים מיט קטלא'ס מיינונג אויף טראמפ און זיין שטיצע, און איך האב זאגאר געשריבען דערוועגן אויף קאוועשטיבעל אין מיין אשכול 'וואס מיינען זיי אויפ'ן אמת?'. אבער איינער וואס האלט נישט ווי מיר איז פונקט א טועה, אדער א טפש, אבער נישט קיין שלעכטע מענטש.
יא, שטיצען אידען אין מדינת ישראל מיינט נישט אז מ'דארף זיין א רעכט גענויגטע ציוניסט. א לינק געשטימטע ציוניסט, צו א נישט-ציוניסט צו אן אנטי-ציוניסט קענען אויך זיין שטיצערס פון אידען בכל מקומות מושבותיהם. איינער וואס מיינט אז ציוניזם איז אן אומגליק, מיינט עס אז ער זארגט זיך פאר אידען און ער מיינט אז דאס וועט זיי שעדיגען. איינער וואס מיינט אז עס איז א ישועה, מיינט עס אז ער זארגט זיך פאר אידען און ער האלט אז דאס וועט זיי שטארק צוהעלפען. איינער וואס האלט אז אריין שמייסען אין אראבער איז א גוטער זאך, איז עס פון זארג פאר אידען, פונקט ווי דער וואס האלט אז שלום איז דער וועג.
בקיצור, געפילען האבען נישט מיט מיינונגען, און כלל ישראל האט געוויזען שטארקע מיטלייד מיט זייער ברידער פאר דער צרה וואס האט זיי פאסירט. דאס נוצען די טראגעדיא צו צווינגען ארטאדאקסן צו אנערקענען קאנסערוואטיוו אלס א לעגיטימער שטראם אין אידישקייט איז נישט אוסיגעהאלטען, און לדעתי נישט שיין. פאקטן ענדערן זיך נישט צוליעב געפילען.