בלאט 1 פון 1

משלוח מנות

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2019 4:37 pm
דורך מיינונגזאגער
איז די מעשה אזוי. דעם שבת באקום איך דעליווערט א באקס שטייט געשריבען צו דעם גרויסען רעבין הרב מדאבשינא שליטא (פארשטייט זיך אויף ענגליש). איך עפען אויף דעם פעקעל ליגט דארט נישט מער אין נישט ווייניגער א שיינעם שאכטעל מיט טשאקאלאט מינים ממינים שונים שיין עלעגענט געפאקט. אין לעבען דעם איז דא א ענוועלאפ מיט א סטעמפ ארויף געלייגט אין א קארטעל ווי מען קען אריין שרייבען א קארטעל נומבער אין עס הייבט זיך אן פון 360 ביז 1800.
יא א חבר פון אונזער גרופ האט דאס געשיקט פאר א וויכטיגע צדקה צוועק.
איז די שאלות אזוי.
1) איך בין אויף א דייעט איך איך עס נישט קיין טשאקאלאט.
2) די טשאקאלאט האט נישט קיין הכשר וואס איך ניץ. ( סאכדעס הנערנים).
3) מיינע קינדער האבען דאס אויף געגעסען דארפן זיי באצאלען.
4) איך קען האבען די פעקעל טשאקלעט פאר 12.95.
5) ער האט דאס זעכער געשיקט פאר נאך 100 מענטשען.
6) מיט די פאסט אפיס האט עים זעכער געקאסט יעדע פעקעל א מינימום פון 36 דאללאר.
7) פאר מיין גא פאנד מי האט ער נישט געגעבען קיין פעני.
8) ער האט נאך קיינמאל בטעות נישט אריין געפאלען א תפלה אדער א טיש אפילו בטעות.
איז מיין פראגע וואס האלט איר וויפיל דארף איך עים געבען?
והשנית אויב איך געב עים נישט קיין פעני דארף איך באצאלען די טשאקלעט אדער נישט?
ביטע מיר זאגען את הדרך ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון.
מיט דאנק

Sent from my SM-N960U using Tapatalk

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2019 4:46 pm
דורך [NAMELESS]
סתם נייגעריג. דו ביסט טאקע הגה"ק מדאבשינא שליט"א, אדער ס'איז ק/פ?

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2019 5:09 pm
דורך מיינונגזאגער
ריכטיג האט געשריבן:סתם נייגעריג. דו ביסט טאקע הגה"ק מדאבשינא שליט"א, אדער ס'איז ק/פ?

באקומט פונעם שרייברע זעלבסט וואס האט נישט דא קיין תגובה. אצונדער וואס איז דער שאלה ?

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2019 5:17 pm
דורך [NAMELESS]
סתם געווען נייגעריג אויב מ'האמיר די זכיה צו האבן דעם דאבשינער זז"ג אלץ שרייבער דא.

לעצם השאלה פארשטיי איך בכלל נישט, אויסער א שיינעם "שכויעך" איז ער יענעם גארנישט שולדיג. אויב איז עס אן אמת'ע צוועק פאר אן ארימאן איז דא א לאו פון "לא תאמץ ידך", דאס אלעס.

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2019 5:18 pm
דורך מיינונגזאגער
ריכטיג האט געשריבן:סתם נייגעריג. דו ביסט טאקע הגה"ק מדאבשינא שליט"א, אדער ס'איז ק/פ?

די חומר איז פון מיינע שוואכע זאכן, ווארט נאר מיט געדולד

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2019 5:19 pm
דורך מיינונגזאגער
ריכטיג האט געשריבן:סתם געווען נייגעריג אויב מ'האמיר די זכיה צו האבן דעם דאבשינער זז"ג אלץ שרייבער דא.

לעצם השאלה פארשטיי איך בכלל נישט, אויסער א שיינעם "שכויעך" איז ער יענעם גארנישט שולדיג. אויב איז עס אן אמת'ע צוועק פאר אן ארימאן איז דא א לאו פון "לא תאמץ ידך", דאס אלעס.

נע עטץ האטס באקומען עפעס אסאך בעסער

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2019 5:24 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
האסט גענומען א פעקל וואס באלאנגט צו א צווייטן און אויפגעגעסן? איך מיין אויף דעם שטייט אין פסוק (אפשר יענער וואכעדיגע פרשה) והשיב את הגזילה וכו'.

אויב עס איז געווען א טעות, דארף מען לכאורה צאלען דמי בשר בזול.

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2019 5:56 pm
דורך מיינונגזאגער
יו איז דאס א ליטוואק

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2019 5:57 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
yoy, are you right!

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2019 7:23 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מיינונגזאגער האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אויב עס איז געווען א טעות, דארף מען לכאורה צאלען דמי בשר בזול.

יו איז דאס א ליטוואק


לאו דוקא, די איראקער זענען אויך געגאנגען אויף דעם מהלך...

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2019 7:25 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מיינסט אוודאי די בבליים וואס האבן פארפאסט א חיבור מיט'ן נאמען 'תלמוד בבלי'.

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2019 7:30 pm
דורך מיינונגזאגער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
מיינונגזאגער האט געשריבן:יו איז דאס א ליטוואק

לאו דוקא, די איראקער זענען אויך געגאנגען אויף דעם מהלך...

די ליטאים נעמען דאס דאך פון ערגעץ [emoji23]