גאנץ שיין באשריבן.
די ספרד'ישן עולם התורה קען איך נישט, ס'איז זייער שיין באשריבן,
אבער ווען ער וואלט געשריבן אז ר' יודל ראבי (דובר לשון הקודש בהברה אשכנזית) איז איינס פון זייערע גדולים וואלט איך אויך ניט געקענט פארלייקענען.
די ליטווישע חלק איז מצד אחד זייער אינטערסאנט און נאסטאלגיש,
אבער מצד שני שרייבט ער ווי א אויערבאך'ניק, און איך וועל ברענגען 3 נקודות וואס ער האט נישט מדייק געוועהן, (האפנטליך מטעות וחוסר ידיעה און נישט במזיד מיט א פאליטישע אינטערעס),
1. די אויערבאך'ניקעס לעומת די אנדערע ליטווישע זענען בערך אזוי-ווי מכנובקא-בעלזא לעומת בעלזא, און ער מאכט דאס כאילו ס'איז אייניג.
2. רב שטיינמן האט מעולם נישט זיך אריינגעמישט אין די מחלוקת אין ישיבת פוניבז', פארשטייטזיך אז די א.ג. 'מחבלים' זענען נישט פון זיינע מענטשן, אבער ער האט דירעקט זיך מונע געוועהן פון זיך אריין-מישן אין די סומאטאכע.
(אנדערש ווי הרב אלישיב וואס האט זיך יא אריינגעמישט לטובת צד ר' שמואל מרקוביץ' המכונים: 'מחבלים').
3. והוא העיקר, ער מאכט די גאנצע תחילת הנהגה פון רב שטיינמן מכלומר'שט איז ער געוועהן עפעס אן אנאנים ראש ישיבה לצעירים פון בני ברק
וואס האט געמאכט א יד אחת מיט די תלמידי החזון איש און די 'א.ג. 'שונאים' מיט עפעס א גביר, אפגעקויפט די צייטונג, ויהי לגדול...
קודם כל, 'גאון יעקב' און 'ארחות תורה' זענען נישט ישיבות לצעירים, און ווער ס'געדענקט די מסעות פון רב שטיינמאן מיט'ן גערער רעבי'ן ארום די וועלט,
ס'האט זיך אנגעפאנגען לאנגע יאהרן פאר 'יתד' איז געווארן זייערס און רב אלישיב האט געקלערט נסתלק צו ווערן.
איך האב נאך היבש מאריך צו זיין אבער נישט יעצט,
די חסידישע חלק ליינט-זיך געשמאק, על אף די מאדנע הנחה אז רב וואזנער'ס פטירה האט עפעס א עפעקט אויף די שייכות פון כלל חסידיים צו אגודת ישראל, אבער שוין,
ער האט זיך אביסל גענומען צו די ביינער פון דער גערער רעבין (בארירט אביסל דעם צאנזער אויך, אבער נישט אזוי רכילות'דיג) - איך האף אז ער (אלי ביתאן) וועט מוציא שנתו זיין...
ככלל, פאר א מזרחי'ניק וואס ליינט די באשרייבונגען, איז א פענסטער אריין אין א וועלט וואס זיי פארשטיין זייער ווייניג
אבער אסאך פאקטן זענען נישט מדוייק, וכמו שפירטתי למעלה בדבר הפילוג הליטאי.
דער
אלי ביתאן האט א רעדיא שאו אויף 'כאן מורשת' 4 טעג א וואך צוזאמען מיט
מעענדי גרוזמאן.
(אחר העיון בוויקיפעדיע, איז מיר אביסל פארענטפערט געווארן מיין תמיהה ביי זיין ליטווישע באשרייבונג, ער איז געוועהן א תלמיד אין פוניבז' ביי רב מרקוביץ'ס ישיבה, נו שוין.
געווענליך שרייב איך נישט קיין פרעסע רעוויא אבער איך האב פראבירט.
א פריילעכן פורים
הק' נקודת'ל דפה.