בלאט 1 פון 3
וועט נתני' צובאקומען נאך שטימען, אדער איז עס א חלום
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2019 3:25 pm
דורך איש את רעהו
איו די יעצטיגע שעות באהאגעלט די צה"ל עזה
ווארשיינליך איז עס א שפיל פון ביבי בכדי אים צו העלפן פאר די בחירות
וועט אים עס געראטן?
Re: וועט נתני' צובאקומען נאך שטימען, אדער איז עס א חלום
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2019 7:34 pm
דורך גר ותושב
איש את רעהו האט געשריבן:איו די יעצטיגע שעות באהאגעלט די צה"ל עזה
ווארשיינליך איז עס א שפיל פון ביבי בכדי אים צו העלפן פאר די בחירות
וועט אים עס געראטן?
איר זענט דאך אזוי קליין קעפיג אז עס איז ממש א פחד.
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2019 7:43 pm
דורך חוקר ודורש
עס פעלט נישט אויס קיין אשכול פאר דעם, דאס טוהן זיי יעדעס מאל עס קומט ראקעטס פון עזה, די שאלה איז אויב די גולן הייטס דעקראלאציע פון טראמפ היינט וועט עפעס צוגעבן צו אים, עס איז א שווערע פארמעסט
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2019 7:55 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פאר מער אינפארמאציע קליקט
דא.
Re: וועט נתני' צובאקומען נאך שטימען, אדער איז עס א חלום
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2019 8:08 pm
דורך גר ותושב
חוקר ודורש האט געשריבן:עס פעלט נישט אויס קיין אשכול פאר דעם, דאס טוהן זיי יעדעס מאל עס קומט ראקעטס פון עזה, די שאלה איז אויב די גולן הייטס דעקראלאציע פון טראמפ היינט וועט עפעס צוגעבן צו אים, עס איז א שווערע פארמעסט
דאס איז שוין יא א שאלה.
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2019 8:52 pm
דורך איש את רעהו
גר ותושב האט געשריבן:חוקר ודורש האט געשריבן: די שאלה איז אויב די גולן הייטס דעקראלאציע פון טראמפ היינט וועט עפעס צוגעבן צו אים, עס איז א שווערע פארמעסט
דאס איז שוין יא א שאלה.
ביידע
גולן + אראביש בלוט און עזה באמבאדירונגען האפט ער סוועט אים ראטעווען.
Re: וועט נתני' צובאקומען נאך שטימען, אדער איז עס א חלום
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2019 9:07 pm
דורך גר ותושב
איש את רעהו האט געשריבן:גר ותושב האט געשריבן:חוקר ודורש האט געשריבן: די שאלה איז אויב די גולן הייטס דעקראלאציע פון טראמפ היינט וועט עפעס צוגעבן צו אים, עס איז א שווערע פארמעסט
דאס איז שוין יא א שאלה.
ביידע
גולן + אראביש בלוט און עזה באמבאדירונגען האפט ער סוועט אים ראטעווען.
אייער קליין קעפיגקייט ווערט קלענער פון מינוט צו מינוט.
וויפיל אראבישע בלוט איז היינט פארגאסן געווארן?
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2019 9:11 pm
דורך איש את רעהו
לייען איבעראל ווי זייער בלוט קאכט, דאס דארף ער יעצט דעליווערן פאר די רעכטע
ווי מער אראבער ס'שעלטן האפט ביבי ס'וועט אים ארויפריקן
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2019 9:13 pm
דורך אדונינו
דו ביזט פארנומען מיט די שרעקעדיגע ווארט "בלוט". די ישמעאלים האבן נישט קיין בלוט, און קענסט פארמאכן דעם אשכול.
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2019 9:15 pm
דורך גר ותושב
איש את רעהו האט געשריבן:לייען איבעראל ווי זייער בלוט קאכט, דאס דארף ער יעצט דעליווערן פאר די רעכטע
ווי מער אראבער ס'שעלטן האפט ביבי ס'וועט אים ארויפריקן
ווען נתניהו האט ווען נאר אינזין די בחירות וואלט ער זיי געגעבן היינט אויף רעכטס און לינקס, נישט סתם געשאסן אביסל ליידיגע הייזער מיט ווארנונגען פון פאראויס, נאך די היינטיגע טאג האט נתניהו נאר פארלוירן וואוטס און נישט פארדינט.
(ווען נישט זיינע קעגנער זענען א באנדע קלעץ)
אבער מיט איר האט נעבעך שווארצע גליזער איר זענט מכובד צו קויפן נייע.
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2019 11:38 pm
דורך לולקע באנוצער
גר ותושב האט געשריבן:אייער קליין קעפיגקייט ווערט קלענער פון מינוט צו מינוט.
דאס הייסט צו זאגן אז מ'ווערט קלוגער?
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2019 11:44 pm
דורך גר ותושב
ווענדט זיך וואס מען לייגט אריין אינעם לולקע.
נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2019 8:36 am
דורך mevakesh
ווער עס האלט מיט אביסעל איזראעלי פאליטיקס ווייסט אז ביבי איז זיייער גוט אין רעדן ווי אן עקסטרעמיסט און העצן פאר מלחמה און קעגן די לינקע מיט די אראבער אבער ווען עס קומט למעשה איז ער גאר שטארק איינגעהאלטן און וועט זיך קיינמאל נישט יאגן צו גיין אין מלחמה
אמת אז ער באמבאדירט אביסל צו בארוהיגען זיין באזע אבער ער גוט גאר שטארק אכטונג נישט צו ווערן פארמישט אין א ברייטע מלחמה
לדעתי איז דאס איינע פון די סיבות וואס ער איז אזוי שטארק דארט ווייל דער עולם פיהלט אז ער פיהרט נישט סתם צו מלחמות אזוי ווי אולמרט בשעתו
רעדן און העצן איז א גרויסע עולה און האט ווייטע קאנסעקווענצן אבער עס קומט איהם קרעדיט פארן זיין איינגעהאלטן למעשה
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2019 5:12 pm
דורך גאנצל
ווער האט געוואנען
Re: וועט נתני' צובאקומען נאך שטימען, אדער איז עס א חלום
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2019 7:47 pm
דורך גר ותושב
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2019 10:05 pm
דורך סמבטיון
ווער פון ענק פארשטייט מיין שמחה? ווער וויל קומען מיט מיר טאנצן? מיין הארץ פלאקערט פון פרייד, ביבי א פיפטע מאל, וואס קען זיין בעסער פון דעם אין דעם גלות.. לאור די גרויסע אויפוואכונג ביי די סאטמערע פארטייען צו פאדרייען די קאפ מען זאל נישט גיין וואטן האט יהדות התורה 'ג' געבראכן רעקארד מיט קולות, נאך נישט געווען אזא נאמבער אין די היסטאריע פון מדינת ישראל. יישר כח ר' אהרן יישר כח ר' זלמן לייב, יהדות התורה און שס האבן 8 בענקלעך! ווער האט געגלייבט, געלויבט השי"ת אז ערליכע יודן טוהן וויאזוי רוב מנין ובנין פון אונזערע רבעס זי"ע האבן אונז געהייסן טוהן. אה, שוין לאנג נישט געווען אזא גיטע טאג פאר כלל ישראל. עם ישראל חי!
נ.ב. קאך לעפעל, וואטעווער דו גייסט צוריק פירקלן בנוגע די היינטיגע יום המר והנמהר, ביטע זיך צוריק האלטן פון ניצן די שטירן אפפאל אויסדריק.
מיט דאנק.
Re: וועט נתני' צובאקומען נאך שטימען, אדער איז עס א חלום
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2019 10:40 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז, לויט די אויבען דערמאנטע ציפערן, א יום המר והנמהר.
ביבי וועט גיין מיט כחול לבן, און די חרדים זענען אויף צרות. נאר אזוי שטימען די נומערן. אוודאי איז בעסער צו האבען מער נציגים, אבער די אנדערע נייעס איז נישט גוט. לפיד מיט מאכט איז צרות צרורות, און נישט נאר ווייל ער איז אן אונגארישער...................
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2019 10:44 pm
דורך איסר האטלקי
אגודה האט שוין געהאט 7 בענקלעך פאר 8 יאר צוריק. זיי זענען געפאלן צו 6, און יעצט מיט יחד האבן זיי 8... טאנץ פאר שמחה סאטמאר וואקסט שנעלער ווי דעם.
דאס מיינט אויך אז מיט בני תורה וואלט געווען 9 בענקלעך. שכוח סאטמאר פארן ניינטן בענקל....
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2019 10:46 pm
דורך איסר האטלקי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז, לויט די אויבען דערמאנטע ציפערן, א יום המר והנמהר.
ביבי וועט גיין מיט כחול לבן, און די חרדים זענען אויף צרות. נאר אזוי שטימען די נומערן. אוודאי איז בעסער צו האבען מער נציגים, אבער די אנדערע נייעס איז נישט גוט. לפיד מיט מאכט איז צרות צרורות, און נישט נאר ווייל ער איז אן אונגארישער...................
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
כחול לבן בלייבט נישט צוזאמען פאר קיין איין טאג, זיי זענען שוין צופראסקעט פון ערשטן טאג.
ס'מיינט אז ביבי גייט אפשר מיט גאנץ, און מיט די חרדים האט ער א קאאליציע. בעסטע סצענע פאר די חרדים. מזל טוב שר הבריאות והחולאים ליצמאן, שר האוצר גפני און שר התורה דרעי.
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2019 10:46 pm
דורך סמבטיון
ביבי וועט קיינמאל נישט גיין מיט די לינקע שונאים. סא, סעפיינע נייעס.
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2019 10:47 pm
דורך איסר האטלקי
גאנץ איז נישט לינק און נישט קיין שונא.
Re: 12 מיליאן דאלער'דיגע צוזאמקום איבער די בחירות
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2019 12:46 am
דורך אונטער חכם
עס ווענדט זיך לכאורה אויך אין טראמפ, אויב האט ער באמת דמיונות דורכצופירן עפעס א שלום אפמאך וועט ער פארלאנגען פון ביבי נישט צו גיין מיט די עקסטרעם רעכטע.
Sent from my XT1526 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2019 12:53 am
דורך אדונינו
איסר האטלקי האט געשריבן:אגודה האט שוין געהאט 7 בענקלעך פאר 8 יאר צוריק. זיי זענען געפאלן צו 6, און יעצט מיט יחד האבן זיי 8... טאנץ פאר שמחה סאטמאר וואקסט שנעלער ווי דעם.
דאס מיינט אויך אז מיט בני תורה וואלט געווען 9 בענקלעך. שכוח סאטמאר פארן ניינטן בענקל....
אכט איז דאס ערשטע מאל, זיי זענען צוריק געפאלן צו זעקס פאריגע מאל בלויז ווייל מער מענטשן האבן געוועלט בכלליות, אבער 2013 האבן זיי געהאט 190k שטימען, 2015 האבן זיי געהאט 210k, און יעצט א היסטארישע 238k, די געווינס איז איבריג צו באשרייבן, די פארלירערס היינט נאכט זענען בעני גאנץ, ר׳ זלמן לייב, און יאיר לפיד.