בלאט 1 פון 2

ניו יארק טיימס באשרייבט סוגיא פון פרוכט ביימער

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 1:10 pm
דורך בן תמליון
דער ניו יארק טיימס האט נעכטן שיין באשריבן די סוגיא פון פרוכט ביימער ווי אידן לאזן זיך קאסטן מאות אלפים נישט צו אפהאקן ביימער, זעט אויס ווי די דרויסנדיקע ווערן אבסעסד מיט אונזער לעבנס שטייגער כ'האב מורא עס וועט נישט לאנג דויערן זיי וועלן באשרייבן אונזערע מקואות ווי די אלטרע ארטאדאקס גייען ערום ויחף פון די דריי ביז די ניינציק מיטן רוסישן גוי וואס טוט איהם אזוי אויס. צומאל שייגעצט מען ארויס א פעדאפייל און צומאל זיצט ער שעות ואין פוצה פה.

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 1:13 pm
דורך שמואל הלוי
בן תמליון האט געשריבן:דער ניו יארק טיימס האט נעכטן שיין באשריבן די סוגיא פון פרוכט ביימער ווי אידן לאזן זיך קאסטן מאות אלפים נישט צו אפהאקן ביימער

מ'קען הערן א אינטערוויו דערוועגן אויף קול מבשר ביי די אידישע ווינקל אפטיילונג, 1-1-4 פון די מעין מעניו.

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 2:08 pm
דורך בן תמליון
שמואל הלוי האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:דער ניו יארק טיימס האט נעכטן שיין באשריבן די סוגיא פון פרוכט ביימער ווי אידן לאזן זיך קאסטן מאות אלפים נישט צו אפהאקן ביימער

מ'קען הערן א אינטערוויו דערוועגן אויף קול מבשר ביי די אידישע ווינקל אפטיילונג, 1-1-4 פון די מעין מעניו.

יא האב איך צוגעהערט דעם ראפאפארט ווי ער טענה'ט ער פרובירט צו מאכן א 'קידוש השם' מיט איבערגעבן פאזעטיווע אינפארמאציע וועגן אונז פאר די גויאישע פרעסע אנשטאט זיי זאלן אייביק באשרייבן נעגאטיווס איבער אונז. כל הכבוד הרב ראפאפארט מיין איך דאס ענין איז נישט אזוי פשוט וואס א קידוש השם איז דאס מענטשן זענען אזוי פאנאטיש נישט צו שניידן ביימער? נאכדעם זע איך איינעם שרייבן א קאמענט אויף וואס איז נייעס אז א גוי האט איהם געזאגט ער גייט אנפלאנצן פרוכט ביימער איבעראל ווי ער טראכט אידן וועלן זיך אויסשפרייטן. אפשר איז בעסער צו זיין שטיל ווען מען איז נישט באשאנקען מיט גענוג שכל.

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 2:16 pm
דורך שמעקעדיג
א גוי גייט פלאנצן ביימער? הא הא. ווי ער טראכט? וואס ווייסט א גוי....

און אפשר אויב וועט ער דאס טון, וועלן מיר טאקע נישט האבן קיין ברירה און זיך ארויסציען קיין טעקסאס אדער ערגעץ אנדערש... (הלואי!)

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 2:18 pm
דורך שמואל הלוי
בן תמליון האט געשריבן:א האב איך צוגעהערט דעם ראפאפארט ווי ער טענה'ט ער פרובירט צו מאכן א 'קידוש השם' מיט איבערגעבן פאזעטיווע אינפארמאציע וועגן אונז פאר די גויאישע פרעסע אנשטאט זיי זאלן אייביק באשרייבן נעגאטיווס איבער אונז. כל הכבוד הרב ראפאפארט מיין איך דאס ענין איז נישט אזוי פשוט וואס א קידוש השם איז דאס מענטשן זענען אזוי פאנאטיש נישט צו שניידן ביימער? נאכדעם זע איך איינעם שרייבן א קאמענט אויף וואס איז נייעס אז א גוי האט איהם געזאגט ער גייט אנפלאנצן פרוכט ביימער איבעראל ווי ער טראכט אידן וועלן זיך אויסשפרייטן. אפשר איז בעסער צו זיין שטיל ווען מען איז נישט באשאנקען מיט גענוג שכל.

100% גערעכט, דאס בעסטע איז ווען מען האלט זיך דאס פיסק, און מען איז וואס ווייניגער מסביר פארן גוי פונעם אידישן לעבנס שטייגער.

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 2:21 pm
דורך berlbalaguleh
בן תמליון האט געשריבן:דער ניו יארק טיימס האט נעכטן שיין באשריבן די סוגיא פון פרוכט ביימער ווי אידן לאזן זיך קאסטן מאות אלפים נישט צו אפהאקן ביימער, זעט אויס ווי די דרויסנדיקע ווערן אבסעסד מיט אונזער לעבנס שטייגער כ'האב מורא עס וועט נישט לאנג דויערן זיי וועלן באשרייבן אונזערע מקואות ווי די אלטרע ארטאדאקס גייען ערום ויחף פון די דריי ביז די ניינציק מיטן רוסישן גוי וואס טוט איהם אזוי אויס. צומאל שייגעצט מען ארויס א פעדאפייל און צומאל זיצט ער שעות ואין פוצה פה.

אויף דעם פאקט וואס דער נ.י. טיימס האט אונז "אזוי שיין באשריבן" קען מען זאגן זייער א סאך דרשות , כפטיש יפוצץ סלע. קודם א פאהר פסוקים. "נעתרות נשיקות שונא. אויך "לא מדובשך ולא מעוקצך" אויף ענגליש איז דא א שפריך ווארט "ווארט ביז דער צווייטער שיך וועט פאללן. אזוי ווי איינער פון די שרייבערס האט געזאגט "ווארט ביז זיי וועללן באשרייבן אונזערע מקוואות.אזוי א אויסגעשפראכענער שונא פון אלעם וואס געהערט זיך אן מיט אידן, ווען ער רעדט שיין איבער אידן דארפן מיר נישט נתפעל ווערן. "

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 3:34 pm
דורך יידל
בן תמליון האט געשריבן:נאכדעם זע איך איינעם שרייבן א קאמענט אויף וואס איז נייעס אז א גוי האט איהם געזאגט ער גייט אנפלאנצן פרוכט ביימער איבעראל ווי ער טראכט אידן וועלן זיך אויסשפרייטן.

נע, ס'וועט אים נישט העלפן. קרית יואל איז געווען באוואקסן מיט פרוכט ביימער (דוכט זיך ארענדזשעס) בעפאר סאטמארער רב האט דערפון געמאכט א שטעטל.

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 3:40 pm
דורך שמואל הלוי
יידל האט געשריבן: קרית יואל איז געווען באוואקסן מיט פרוכט ביימער (דוכט זיך ארענדזשעס) בעפאר סאטמארער רב האט דערפון געמאכט א שטעטל.

די ערשטע מאל וואס איך הער דערפון, זייער אינטערסאנט.

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 4:15 pm
דורך בן תמליון
יידל האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:נאכדעם זע איך איינעם שרייבן א קאמענט אויף וואס איז נייעס אז א גוי האט איהם געזאגט ער גייט אנפלאנצן פרוכט ביימער איבעראל ווי ער טראכט אידן וועלן זיך אויסשפרייטן.

נע, ס'וועט אים נישט העלפן. קרית יואל איז געווען באוואקסן מיט פרוכט ביימער (דוכט זיך ארענדזשעס) בעפאר סאטמארער רב האט דערפון געמאכט א שטעטל.

דוכט זיך דאס איז הבלים. אראנאזשעס וואקסן נישט דא נאר אין די טראפישע שטעט ווי פלארידע.

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 4:41 pm
דורך יידל
בן תמליון האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:קרית יואל איז געווען באוואקסן מיט פרוכט ביימער (דוכט זיך ארענדזשעס) בעפאר סאטמארער רב האט דערפון געמאכט א שטעטל.

דוכט זיך דאס איז הבלים. אראנאזשעס וואקסן נישט דא נאר אין די טראפישע שטעט ווי פלארידע.

העי, כ'האב געזאגט דוכט זיך ארענדזשעס. אדער אפשר מיש איך אויס קרית יואל מיט שיכון סקווירא.

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 4:58 pm
דורך שמעקעדיג
און וואס האט מען גע'פסק'ענט? ווי אזוי האט מען זיך אנייצע געגעבן דערמיט?

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 5:08 pm
דורך יידל
שמעקעדיג האט געשריבן:און וואס האט מען גע'פסק'ענט? ווי אזוי האט מען זיך אנייצע געגעבן דערמיט?

לצורך וואוינען מעג מען אפהאקן א פרוכט בוים. דאס וואס מען האקט נישט אפ איז נאר א חומרא וואס מען האט אנגענומען אויף זיך. זעט אויס אז לצורך הרבים האט מען מקיל געווען.

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 5:08 pm
דורך יידל
איינער דא האט דעם בוך "רצון צדיק" די היסטאריע פון קרית יואל?

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 5:20 pm
דורך בן תמליון
האב איך טאקע געגלייבט ראפאפארט אז דער טיימס שרייבט פאזעטיוו פאר א טויש. דערווייל זע איך דער שרייבער לייגט עס אראפ מיט א כיטרען שפאט צווישן די שורות. אט א דוגמה:

אין א ברענענדיק הייס אוונט לעצטע וואך אין בארא פארק א פרוי מיט א לאנגע שווארצע שעסל מוטשעט זיך צו שטופן א קערידזש אראפ די טרעפ פון איר שוועסטערס הויז, דער דאפלט ברייט קעריזש איז ליידיק און די טרעפ גרינג אבער נאכאלץ האט זי א שווערן גאנג, די טרעפ ציען זיך ארויס פון די הויז זייטנדיק מיט א 45 דיגרי אנגל צו אויסמיידן א בוים דירעקט פארנט פון הויז.

ס'איז דא א פרוכט בוים זאגט די פרוי דעריבער האבן זיי געמאכט קרומע טרעפ, זי שלעפט צוקראכענערהייט רעכטס און לינקס זי אטעמט שווער ביז דער באגי לאנדעט ענדליך אויף דער ערד מיט א זעץ.

דאס מיינט נישט אז מיר מאכן נישט קיין אויסנאמען, זאגט ר' גבריאל ציננער זיצנדיק אין זיין באקוועמען האלץ באצירטן ספרים שטוב, ווען א בוים האט געצויגן בערן האבן מיר מתיר געווען אפצושניידן, מיר רעספעקטירן א בוים אבער מיר דארפן רעספעקטירן מענטשן אויך.

זעט איר נישט דאס כיטרע ליצנות?

דער ארטיקל איז דא:

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 5:33 pm
דורך שמואל הלוי
בכגון דא אמרו: גיי לערן מיט א גוי ברטנורא".
א גוי וועט קיינמאל נישט פארשטיין די אידישע הלכות, און אלעס ארום.

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 5:45 pm
דורך יידל
"אין זיין באקוועמען האלץ באצירטן ספרים שטוב".
אשפג, שטעך בתוך שטעך.

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 6:02 pm
דורך שרייבער
יידל האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:נאכדעם זע איך איינעם שרייבן א קאמענט אויף וואס איז נייעס אז א גוי האט איהם געזאגט ער גייט אנפלאנצן פרוכט ביימער איבעראל ווי ער טראכט אידן וועלן זיך אויסשפרייטן.

נע, ס'וועט אים נישט העלפן. קרית יואל איז געווען באוואקסן מיט פרוכט ביימער (דוכט זיך ארענדזשעס) בעפאר סאטמארער רב האט דערפון געמאכט א שטעטל.

דא איז דא עפעס א אגענדע יעדע זאך שלא על פי הלכה צו שלא על פי מענטשליך ארויפצווארפן אויף סאטמאר

אין א אנדערע אשכול די מעשה מיט די קאסטנער באן און דא מיט פרוכט ביימער

סאטמאר זענען טאקע חיות און זענען נישט מקפיד אויף הלכה, אבער נאר 80 פראצענט נישט 100

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 6:09 pm
דורך יידל
שרייבער האט געשריבן:

א. ווי איך האב געשריבן איז עס אויסדרוקלעך נישט קעגן די הלכה.
ג. ווי איך האב געשריבן, קען זיין כ'בין מיך טועה, און דאס איז געווען מיט שיכון סקווירא.
ב. מה ענין קאסטנער'ס באן לפרוכט ביימער? ווייל יענץ איז נישט אמת איז א גזירה שווה אויף דא?

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 7:15 pm
דורך ידען
וואס איז די מעשה מיט קאסטנער באן?

וועלעכע אשכול?

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 7:22 pm
דורך יידל
ידען האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיט קאסטנער באן?

וועלעכע אשכול?

דא

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 7:36 pm
דורך יידל
איך האב אנגעפרעגט איינעם וועגן די קרית יואל'ע ביימער. ער זאגט אז ער געדענקט אז פאר א גוטע צוואנציג יאר פלאס צוריק איז אין די געגנט פון זופניק רד., קאהאן דרייוו און מירון דרייוו געווען פול מיט עפל ביימער. ער זאגט מיר אפילו אז ס'דא א שמועס אז אין די געגנט איז שוין געשען פול מיט טראגעדיעס און מענטשן האבן מורא צו וואוינען דארט. איך ווייס אז א גרויס חלק פון די געגנט איז די סקול, ער זאגט מיר אבער אז ער איז געווען א קליין קינד דעמאלטס און ער געדענקט שוין נישט פונקטליך אבער דאס איז די בערכ'דיגע געגנט. ער זאגט מיר אז ער קען מיר אפשר שאפן בילדער פון אים אלס קליין קינד מיט די עפל ביימער אינעם הונטערגרונט.

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 8:12 pm
דורך real jew
great idea! if you don't want your neighbor to build next to your windows just plant a fruit tree on the vacant lot

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 8:14 pm
דורך real jew
boro park was full with fruit trees years ago