בלאט 1 פון 2
קלמן יעגער - טרעט אפ פון אמט!!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2019 7:38 pm
דורך איסר האטלקי
א שרעקליכער קאנטראווערסיע האט זיך אנטוויקלט אין בארא פארק נאך ווואס דער אומ'אחריות'דיגער יונגאטש קאנסילמען קלמן יעגער האט ארויסגעשיקט א טיפשות'דיגן טוויט אז פאלעסטינע עקזיסטירט נישט און עס האט אנגעזייעט אן אינטערנאציאנאלער שטורם.
מאסן זענען יעצט פארזאמלט פארנט פון זיין אפיס אויף 16'טע עוועניו צו פראטעסטירן זיין אקט, צווישן זיי אנשי נטורי קרתא און מוסלמענער שכנים. צוהיצטע ציוניסטישע שטיצער גיסן נאך צו נאך אויל צום פייער טראגנדיג איזראעלישע פענער.
מיר רופן צו קאנסולמאן קלמן יעגער, ער זאל זיך אנטשולדיגן און פארמעקן די טוויט אדער ריזיגנירן פון אמט!!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2019 9:58 pm
דורך סמבטיון
איך האב שוין לאנג געהאלטן אז בעצם איז נטירי קרתא פשוט די שופר פון סאטמער, האסט עס יעצט קאנפירמד.
מיר זעט אויס ווי די ב"פ עולם איז מיט דוב הייקינד , און ב"ה אז מען האט פאטריבן די פאר סאטמערע ישמאלים און א פאליס טרעקעל.
נ.ב. עס וואלט אפשר געווען אן איידיע אז די סאטמערע דארט זאלן ארויף לייגן אויף זייערע אקסלען אפאר פאלאסטינע קינדער בעסער ארויס צו ברענגן זייער פוינט.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2019 10:09 pm
דורך אדונינו
איסר האטלקי האט געשריבן:א שרעקליכער קאנטראווערסיע האט זיך אנטוויקלט אין בארא פארק נאך ווואס דער אומ'אחריות'דיגער יונגאטש קאנסילמען קלמן יעגער האט ארויסגעשיקט א טיפשות'דיגן טוויט אז פאלעסטינע עקזיסטירט נישט און עס האט אנגעזייעט אן אינטערנאציאנאלער שטורם.
מאסן זענען יעצט פארזאמלט פארנט פון זיין אפיס אויף 16'טע עוועניו צו פראטעסטירן זיין אקט, צווישן זיי אנשי נטורי קרתא און מוסלמענער שכנים. צוהיצטע ציוניסטישע שטיצער גיסן נאך צו נאך אויל צום פייער טראגנדיג איזראעלישע פענער.
מיר רופן צו קאנסולמאן קלמן יעגער, ער זאל זיך אנטשולדיגן און פארמעקן די טוויט אדער ריזיגנירן פון אמט!!
פארמעקן וועט נישט העלפן, ער מוז פערזענליך אראפ פארן קיין פאליסטינע, און זיך אנטשולדיגן פארנט פונעם פאלעסטיניען פרעזידענט, און מקבל זיין נזיפה אינעם פאליסטיניען פארלאמענט, און די גאנצע פאליסטיניען מיליטער וועט שפייען, ביז די חרון אף וועט צולאזט ווערן.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2019 10:25 pm
דורך איסר האטלקי
ווער האט פארטיידיגט ניטורי קרתא דא?
א קאנסולמאן וואס פארטרעט אויך מוסלמענער דארף זיך רעכענען מיט די אראבער פון זיין דיסטריקט. פונקט ווי מיר אידעלעך וואלטן פארשריגן סיי וועלכער קאנגרעסמאן פון מיסיסיפי וואס וואלט בטעות גענוצט א פארצייטישער נאצי סימבאל אויף טוויטער.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2019 10:28 pm
דורך אדונינו
איסר האטלקי האט געשריבן:ווער האט פארטיידיגט ניטורי קרתא דא?
א קאנסולמאן וואס פארטרעט אויך מוסלמענער דארף זיך רעכענען מיט די אראבער פון זיין דיסטריקט. פונקט ווי מיר אידעלעך וואלטן פארשריגן סיי וועלכער קאנגרעסמאן פון מיסיסיפי וואס וואלט בטעות גענוצט א פארצייטישער נאצי סימבאל אויף טוויטער.
נאצי סימבאל מאן דכר שמיה? אזויווי א מוזארי קאנגרעספרוי טוויט: ״כנען דאזענט עקזיסט״ קבל את האמת ממי שאמרו.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2019 10:33 pm
דורך איסר האטלקי
ביסט גערעכט. ס'איז טאקע די זעלבע זאך. חטאתי עויתי ופשעתי.
פארמעקן מיין תגובה איז גענוג אדער איך דארף אראפפארן צו זיין אפיס אים איבערבעטן?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2019 10:37 pm
דורך אדונינו
איסר האטלקי האט געשריבן:ביסט גערעכט. ס'איז טאקע די זעלבע זאך. חטאתי עויתי ופשעתי.
פארמעקן מיין תגובה איז גענוג אדער איך דארף אראפפארן צו זיין אפיס אים איבערבעטן?
דאס איז שוין א שאלת חכם פאר מ״ב [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אויב ער לעבט נאך, אויב נישט קענסטו פרעגן זיין רעבין ר׳ יאסיר ז״ל.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2019 10:40 pm
דורך איסר האטלקי
אדונינו האט געשריבן:מ״ב [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אויב ער לעבט נאך
רמ"ב איז טאקע נישט אין איינקלאנג מיט אונזערע שיטות, ער איז אויך נישט אזא גאון ווי יעגער, אבער עפעס לערנען געדענקט ער נאך פון זיינע אינגע יארן אין וויזניץ.
Re: קלמן יעגער - טרעט אפ פון אמט!!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2019 11:01 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
הגם אז איך בין נישט קיין אנטי-ציוניסט, מ"מ פארשטיי איך גוט די אויפברויז פון דער פותח האשכול, לויט זיין געשיכטע. עס איז זינלאז און טאקטלאז זיך אריין צו לייגען אין א קאנטראווערסיע וואס האט נישט קיין קלארען וועג צו א נצחון. וועמן העלפט עס צו טוויטען אזעלכע מימרות? וועלכע איד ווערט געהאלפען דערמיט? און אויפרעגן מענטשן איז נישט גענוג א סבה דאס נישט צו טון? זיצען ביין אמט און זיך פיהרען כאילו מ׳קראצט זיך די פיס אין מקוה איז א סכנה.
נאר למעשה, וואס האט מען געמיינט? ווען ער האט דען גענוג שכל, וואלט ער דען אריין געגאנגען אין אזא ארבעט?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
יעגער = רודף
נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2019 12:21 am
דורך דאכצעכמער
איך בין נישט סאטמאר און נישט נטורא חרטא ימח שמם וזכרם
אבער דער יעגער = רודף און לשון הקודש, האט גענומען א שטילע באשיידענע געגענט פון בארא פארק און פאר סיי וואס פארא סיבה צו פאר אויפמערקזאמקייט אדער סתם פאר טיפשות געמאכט א ריס צווישן די אראבישע געמיינדע און די אידישע געמיינדע
קיינער איז נישט אינטרעסירט אויב עס עקזעסטירט פאלעסטינע אדער איזראעיל,
ברוקלין בכלל און בארא פארק בפרט, איז א געגענט ווי מיר וואוינען זייט ביי זייט בלויז קעפיגע, אפ העטס מיט טורבאן געדעקטע קעפ, מיר גריסן זיך און מיר לעבן מיט פרידן
אידן און ברוקלין ווילן קענען שיקן די קינדער שפאצירן רואיג צווישן טיכליך באדעקטע מענטשן אן קיין שרעק, און ב"ה מען האט עס באוויזן אלע יארן אידן זענען געזעצן פולע יארן רואיג
יעצט פארוואס זאלן אומפאראנטפארטליכע פארשוינען ווי יעגער צושטערן אונזער מנוחה
לייג חסידות פאליטיק שם שמים אין די זייט ביסט א פאלעטישן ווילט עטענטשין טו עס אויף א וועג ווי עס וועט נישט שטערן דיינע שכנים
Re: קלמן יעגער - טרעט אפ פון אמט!!
נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2019 12:50 am
דורך חוקר ודורש
דאכצעכמער האט געשריבן:איך בין נישט סאטמאר און נישט נטורא חרטא ימח שמם וזכרם
אבער דער יעגער = רודף און לשון הקודש, האט גענומען א שטילע באשיידענע געגענט פון בארא פארק און פאר סיי וואס פארא סיבה צו פאר אויפמערקזאמקייט אדער סתם פאר טיפשות געמאכט א ריס צווישן די אראבישע געמיינדע און די אידישע געמיינדע
קיינער איז נישט אינטרעסירט אויב עס עקזעסטירט פאלעסטינע אדער איזראעיל,
ברוקלין בכלל און בארא פארק בפרט, איז א געגענט ווי מיר וואוינען זייט ביי זייט בלויז קעפיגע, אפ העטס מיט טורבאן געדעקטע קעפ, מיר גריסן זיך און מיר לעבן מיט פרידן
אידן און ברוקלין ווילן קענען שיקן די קינדער שפאצירן רואיג צווישן טיכליך באדעקטע מענטשן אן קיין שרעק, און ב"ה מען האט עס באוויזן אלע יארן אידן זענען געזעצן פולע יארן רואיג
יעצט פארוואס זאלן אומפאראנטפארטליכע פארשוינען ווי יעגער צושטערן אונזער מנוחה
לייג חסידות פאליטיק שם שמים אין די זייט ביסט א פאלעטישן ווילט עטענטשין טו עס אויף א וועג ווי עס וועט נישט שטערן דיינע שכנים
איך בין מוחה אויף דיין ווערטער רבי ״דאכצעכמער״, מיר אלע ווילן ״יא״ ווייטער זעהן איזראעיל עקזעסטירן און בליען, ווילן דען סאטמאר זעהן אלע אידן ארויס פון א״י? אפשר ווילן א חלק ״אויך״ זעהן א ״פאלעסטינע״ לאנד (ווענד זיך צו מען האלט פון א Two state solution) חכמים יזהרו בדבריכם!
ולגופו של ענין, קלמן יעגער איז יא גערעכט, עס איז טאקע אנגענומען צו רופן די אראבער בשם פאלעסטינע, אבער דאס מיינט נאכנישט אז עס איז דא א לאנד בשם Palestine, און דאס האט קלמן יעגער געשריבן
נאר מקען זאגן אז ער וואלט נישט געדארפט זאגן די אמת ווייל עס רעגט אויף די אראבער, און ווען די אראבער דא וואלטן געמאכט די פראטעסט מדעת עצמם וואלט דוב הייקענד קיינמאל נישט געהייסן גיין דאס צו באשרייען, נאר וויבאלד Linda Sarsour האט דאס גערופן וואס זי שטיצט טערעריסטען, האט הייקענד גערופן קומען זי זאגן אז קום די נישט אונז זאגן וואס איז גערעכט ווען די אליינס ביסט פארפאלט און קאראפטירט, אבער למעשה איז זי נישט אנגעקומען
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: קלמן יעגער - טרעט אפ פון אמט!!
נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2019 1:14 am
דורך חוקר ודורש
לאמיר זאגן קלאר סאטמאר ווילן זעהן א שטארקע איזראעיל פונקט ווי יעדע איינע! נאר וויבאלד לשיטתם איז די עצם מדינה נישט לרוחו פונעם באשעפער וכמבאור בויואל משה ווילן זיי אז משיח זאל קומען און דאס שנעל מבטל זיין, די איינציגסטע וואס זאגן ארויס קלאר אז זיי ווילן זעהן יאסיר אראפאט ביים רעדל פון גאנץ א״י זענען די נטורי קרטא און פארדעם זענען זיי טאקע משוגע
אבער אפי׳ סאטמאר פירט זיך נישט אויף ווי זיי ברבים, טוט אבער ״נטרונא״ אויף Social media דאס וואס נטורי קרטא טוט אויפן גאס וכדי בזיון וקצף
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: קלמן יעגער - טרעט אפ פון אמט!!
נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2019 1:46 am
דורך חוקר ודורש
אונזער פערזענליכע שליח צום ווייסען הויז Turx, לייגט עס גוט אראפ כדלהלן
Palestine, as a region, had existed for centuries.
Palestine, as a British colony, had existed for decades.
Palestine, as a nation, is a recent invention.
Palestine, as an independent country, has never existed.
Enjoy these facts, have a nice day.
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: קלמן יעגער - טרעט אפ פון אמט!!
נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2019 3:56 am
דורך מיינונגזאגער
חוקר ודורש האט געשריבן:לאמיר זאגן קלאר סאטמאר ווילן זעהן א שטארקע איזראעיל פונקט ווי יעדע איינע! נאר וויבאלד לשיטתם איז די עצם מדינה נישט לרוחו פונעם באשעפער וכמבאור בויואל משה ווילן זיי אז משיח זאל קומען און דאס שנעל מבטל זיין, די איינציגסטע וואס זאגן ארויס קלאר אז זיי ווילן זעהן יאסיר אראפאט ביים רעדל פון גאנץ א״י זענען די נטורי קרטא און פארדעם זענען זיי טאקע משוגע
אבער אפי׳ סאטמאר פירט זיך נישט אויף ווי זיי ברבים, טוט אבער ״נטרונא״ אויף Social media דאס וואס נטורי קרטא טוט אויפן גאס וכדי בזיון וקצף
Sent from my iPhone using Tapatalk
ביסטו קאנווינסט אז נטרונא איז יא סאטמאר, אדער איז עס בלויז אפאר יונגען וואס האבן געטראפן א מאני מאשין פון ווי צו פרעסען געלטער און דריקן אויף די שוואכקייטן פון די סאטמערער געמיינדע?
איך דענק נישט אין ערגעץ זעהן אן אפישעל דעקלעראציע אז סאטמאר שטייט אונטער דעם.
Sent from my SM-N960U using Tapatalk
נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2019 11:24 am
דורך סמבטיון
ביזט גערעכט, לכאורה איז עס א קבוצה גערע חסידים פארשטעלט ווי סאטמערע.
נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2019 2:18 pm
דורך פליישיג
דער חשובע פותח האשכול פירט א פעסטע מערכה ב'ה.
סיי דא און סיי אויף אייוועלט.
נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2019 4:38 pm
דורך שבת אחים
חוקר ודורש האט געשריבן:אונזער פערזענליכע שליח צום ווייסען הויז Turx, לייגט עס גוט אראפ כדלהלן
Palestine, as a region, had existed for centuries.
Palestine, as a British colony, had existed for decades.
Palestine, as a nation, is a recent invention.
Palestine, as an independent country, has never existed.
Enjoy these facts, have a nice day.
Sent from my iPhone using Tapatalk
א גאנץ געשעפט מיט די היסטאריע פון די פאלעסטינער... למעשה איז היינט דא דארט אפאר מיליאן פון זיי און מ׳דארף זיך רעכענען מיט זיי צי מ׳וויל יא צי מ׳וויל נישט. נישט קיין חילוק וואו זייער עלטער באבע האט געטרוקענט די וועש...
דאס וואס יעגער טוט מאכט נאר די מצב ערגער... און גארנישט בעסער. ער מעג האלטן וואס ער וויל, ער האט רעכט, אבער אלץ א פאליטשאן דארף ער מאכן ״חשבונות״... דאס גייט נאר פארערגערן די אנגעצויגנע מצב צווישן אידן און אראבער אין אמעריקע. קיין איין איד גייט נישט ווערן געהאלפן פון זיינע נערישע טוויטס... טוה צו די זאך און רעד וואס ווייניגער זאכן וואס וועט אונז נאר קאליע מאכן.
נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2019 4:47 pm
דורך שמעון וואלף
איסר האטלקי האט געשריבן:מאסן זענען יעצט פארזאמלט פארנט פון זיין אפיס אויף 16'טע עוועניו צו פראטעסטירן זיין אקט, צווישן זיי אנשי נטורי קרתא און מוסלמענער שכנים. צוהיצטע ציוניסטישע שטיצער גיסן נאך צו נאך אויל צום פייער טראגנדיג איזראעלישע פענער.
נישט ממש מאסן. געווען 20 פראטעסטירער קעגן יעגער, דוב הייקינד מיט אפאר מענטשן פראטעסטירט קעגן די פראטעסטירער, עטליכע נטורי קרתא פראטעסטירט קעגן דוב הייקינד, עטליכע יונגעלייט בחורים פראטעסטירט קעגן נטורי קרתא און הינדרעטע ציקוקער, והעיר שושן צהלה ושמחה
נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2019 5:13 pm
דורך איסר האטלקי
אמת. ווען איך האב עס געשריבן האט עס געהאלטן אינמיטן פאסירן און עס האט אויסגעקוקט גרעסער ווי ס'איז...
נשלח: זונטאג מערץ 31, 2019 12:33 am
דורך אישתישבי
און כאילו טאמער יעגער טרעט אפ קומט נישט א צווייטע טיפש במקומו.
דער פראבלעם איז אז אונז מיינען אונז זענען אמעריקאנער אידען, אונז זענען אין גלות, און וואלטען נישט געדארפט האבן אייגענע אידען אין די ממשלה בכלל. אונזער מיינדסעט איז דער פראבלעם.
נשלח: זונטאג מערץ 31, 2019 2:05 am
דורך איסר האטלקי
אישתישבי האט געשריבן:און כאילו טאמער יעגער טרעט אפ קומט נישט א צווייטע טיפש במקומו.
דער פראבלעם איז אז אונז מיינען אונז זענען אמעריקאנער אידען, אונז זענען אין גלות, און וואלטען נישט געדארפט האבן אייגענע אידען אין די ממשלה בכלל. אונזער מיינדסעט איז דער פראבלעם.
עס איז נישט קיין פראבלעם צו האבן אידן, און אפי' ציוניסטן אין פאליטיק. שמחה פעלדער טוט אויף פאר כלל ישראל, דוב הייקינד איז געווען א געטרייער עסקן און שמחה אייכנשטיין און דוד שווארץ זענען דא פארן כלל.
ס"ה דער יעגער האט נישט קיין שום קוואליפיקאציעס אויסער א בעקיטשע ביים קאמפיינען און א טוויטער אקאונט, און ער גייט אין די דרכים פון דוד גרינעלד מיטן נישט גארנישט טון צו העלפן ב"פ אויסער מאכן פרעסע קאנפערענסן.
נשלח: זונטאג מערץ 31, 2019 2:32 am
דורך פליישיג
איסר האטלקי האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:און כאילו טאמער יעגער טרעט אפ קומט נישט א צווייטע טיפש במקומו.
דער פראבלעם איז אז אונז מיינען אונז זענען אמעריקאנער אידען, אונז זענען אין גלות, און וואלטען נישט געדארפט האבן אייגענע אידען אין די ממשלה בכלל. אונזער מיינדסעט איז דער פראבלעם.
עס איז נישט קיין פראבלעם צו האבן אידן, און אפי' ציוניסטן אין פאליטיק. שמחה פעלדער טוט אויף פאר כלל ישראל, דוב הייקינד איז געווען א געטרייער עסקן און שמחה אייכנשטיין און דוד שווארץ זענען דא פארן כלל.
ס"ה דער יעגער האט נישט קיין שום קוואליפיקאציעס אויסער א בעקיטשע ביים קאמפיינען און א טוויטער אקאונט, און ער גייט אין די דרכים פון דוד גרינעלד מיטן נישט גארנישט טון צו העלפן ב"פ אויסער מאכן פרעסע קאנפערענסן.
אבי גערעדט
נשלח: זונטאג מערץ 31, 2019 8:38 am
דורך אישתישבי
פליישיג האט געשריבן:איסר האטלקי האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:און כאילו טאמער יעגער טרעט אפ קומט נישט א צווייטע טיפש במקומו.

גוט גערעדט