Medicare for All פאר דיר
נשלח: זונטאג מערץ 31, 2019 6:31 pm
עס ווערט ערוואטערט פון אונז צו זיין רעפובליקאנער, און ממילא זייער אלע שיטות ווערן אדאפטירט אלס אידישע. דער עולם רעדט פון די שיטה כאילו דאס איז די סבה צו גיין צום וואלען און אלע אונזער שטיצע איז צוגעשטעלט צום שיטה.
מיר ווערן דערמיט אויסגענוצט ביי די וואס נוצען די שיטה צו שטופען זייער אגענדע. אונז פערזענליך איז ווייניג נייטיג צו מעקסיקאנער קומען יא אריין צו נישט, אונזער שטייערן זענען פונקט ווי זיי קענען זיין, און די פאליטישע ווילונג דאס צו טוישען איז נישט דא. און אזוי איז עס ביי אסאך זאכען אויף וואס מענטשן נעמען אן די פאליטישע שטעלונג פון יענעם, נישט כאפענדיג אז יענעמ'ס אינטרס'ן ווערען דא געדינט.
לגבי 'מעדיקעיר פאר אלל' קען מען טוישען דער נאראטיוו. לאמיר לאזען די שיטה אין די זייט, וואס קען דאס טון פאר אונז?
מיר זענען צוגעוואוינט צו א קאמפליצירטע סיסטעם פון העלטה קעיר. מיר ווייסען אז עס איז דא נעטווארק און אוט אוו נעטווארק סיסטעםס. מיר ווייסען פון ארגאניזאציעס ווי בוני עולם און RCCS וואס העלפט מענטשן מיט געזונט פראבלעמן וואס זייער אינשוארנס העלפט נישט. מיר זענען צוגעוואוינט נישט צו קענען וויילען מעדיצין לויט אונזער געברויכען, נאר לויט יענעמ'ס קאפריסען. ווען איינער האט א ביזנעס, זאגאר א גרויסע ביזנעס, מוז ער איינשטעלן א גאנצע חלק פון זיין ביזנעס אויף דער אינשוראנס ביזנעס, ער מוז האנדלן יערליך מיטד י קאמפאניס און ער מוז צושטעלן כל מיני סערוויסעס פאר זיין ארבעטארערס.
שטעל זיך פאר ווען די גאנצע חלק פון לעבן איז נישט דא.
א. דארפסט נישט יערליך טרעפן נייע אינשוראנס אדער זען וואס האט זיך געטוישט אין דיין אלטע אינשוראנס.
ב. קענסט גיין צום דאקטאר אן טראכטן א מינוט וועגן געלט מיט דעדאקטיבלס.
ג. מעדיצין האט אן אינטרס אז דו זאלסט זיך האלטען געזונט א גאנץ לעבן, ממילא וועסטו האבען הילף זיך אפ צו געוואוינען פון שלעכטע אויפפיראכצן און בודק זיין דיין קערפער פאר געזונט פראבלעמן לאנג איידער זיי זענען ערנסט.
ד. טאמער דו האסט יעצט מעדיקעיד, מוזטו האלטען דיין אויג אויף דיין פינאנצן, אדער האסטו מורא מ'וועט דיר כאפען מיט א קליין ליגענט. מיט מעדיקעיר פאר אלל, ביסטו פטור פון די אלע דאגות.
ה. דיין אויסוואל פון דאקטוירים איז פיל ברייטער ווי דיין שמאלע נעטווארק, און קענסט וויילען לויט וואס דו דארפסט, נישט לויט די קאפריסען פון דער וואס זיצט ביים טלפון אין די קאמפאני.
ו. די רעגירונג האט שוין נישט קיין אינטרס צו שטיצען די קאמפאניס וואס זאגען דיר ליגענט וועגען דיין געזונט, ווייל עס קאסט זיי געלט ווען מ'עסט צופיל צוקער ווייל צוקער קאמפאניס האבען געשטיצט די טעאריע אז פעטס איז די פראבלעם (איין משל פון אסאך).
ז. די פרייז פון די אינשוראנס וואס מענטשן וועלען יא קויפען, טאמער זיי ווילען עפעס מער ווי די פשוט'ער, וועט זיין פיהל ביליגער. אזוי איז עס אין ענגלאנד און אנדערע אזעלכע לענדער וואס האבען אומזיסטע אינשוראנס מיט די אפציע פון צוקויפען אינשוראנס.
ח. די מעדיצין ביזנעס ווען האבען אן אינטרס דיר צו שלעפן צו זיי, אנשטאט'ס פארקערט. ווען זיי האבען דיר נישט ביי די גארגל, ווייל דו האסט אן אויסוואל און ביסט נישט משועבד צו די וואס האבען געחתמ'ט מיט דיין פראוויידער, וועלן זיי מוזען האלטען דיין צייט טייער, צושטעלן אינפארמאציע באצייטענס און זיין אפען אין צייטען וואס דער עולם דארף.
ט. די שטייערן טענה איז א רויטע העררינג. יא, שטייערן וועלען אפשר זיין העכער, אבער וואס גייט עס דיר אן? יעצט צאלסטו אכט הונדרעט דאללאר א חודש פאר דיין אינשוראנס, און דעמאלס וועסטו מוזען צאלען אכט הונדרעט דאללאר א יאר מער. האסט עפעס דערלייגט? אז מ'קוקט די נומערן גוט, זעט מען א א דורכשניטליכע מענטש וועט זיכער גארנישט דערלייגען, און גרויסע עשירים וואס האבען גרויסע ביזנעסער וועלן פארדינען פון דעם אז איין עקספענס פון זייער ביזנעס וועט ער קענען שניידען, און דאס וועט דעקן די שטייער העכערונג. די איינציגסטע וואס וועלן מעגליך דערלייגען איז די גרויסע עשירים וואס האבען געירשנ'ט זייער געלט און פירען נישט קיין קאמפאניס. זיי צאלען שטייערן אבער וועלן גארנישט קענען שניידען. איך זארג זיך נישט פאר די חברה און איך בין נישט פון זיי. דער מיעוט פון די לאנד וואס איז פון זיי, זאל זיך טאקע זארגען.
י. דער גאנצע ענין פון פאר פראפיט געזונט ביזנעס איז א פלעק אויף די גאנצע לאנד. דורך דער סיסטעם ווערן מענטשן מער און מער קראנק און קיינער האט נישט קיין אינטרס זיי צו היילען. די פרייע ביזנעס פון אן אפענע מארקעט איז נאר נוצליך ווען מענטשן האבען אפענע קעפ און א רואיגע מוט ביים איינקויפען. ווען די סערוויס איז לכתחילה נאר גענוצט אין אן עקסטרעמע צושטאנד, האט דער סיסטעם נישט קיין שכל. די מארקעט האלט נישט נידריג די פרייזען או עס האלט נישט הויך די סערוויס. א רעסטאראנט דארף זיין אפען אן קיין רעגירונג'ס אריין מישען. א שפיטאל טאר נישט.
אויך דער געוועב וועסטו קענען טרעפן אסאך קראנטע אינפארמאציע, אבער היט זך פון פראפאגאנדא. ליין יעדער זאך צו עס שטימט פאר דיר. לאז זיך נישט פון שיטות און פילאזאפיע, טראכט אריין וואס איז פראקטיש בעסער פאר דיר.