בלאט 1 פון 1

ונהפוך הוא א גאצע יאר

נשלח: מאנטאג אפריל 01, 2019 11:19 am
דורך זאפטיג
איין טאג טוהן פלוצלונג מיינע געדאנקן שוועבן
שפרינגענדיג טיף אריין אין ציל פון לעבן
ווי דאס שפראך אידיש דאס קינד פון דייטש
האט ביי מיר באקומען יעדעס ווארט א נייע טייטש

א ''פארביטערטער'' רופט מען אן אויפגעקלערטער
א ביליגע פאשעקוויל איז פערל ווערטער
קרעדיט קארד געברויכער איז דער גביר פון שטעטעל
דער עולם הנגינה משפיע איז דער פאסיגע פארן ברעטל

אן אקאנט אין אמאזאן אלי ועוד איז ביי מיר פארצווייגטע געשפעטן
אלס מיטגליד אויף לינקדין ועוד טיה איך זיך מיט גרויסע קשרים באהעפטן
אויפן שכל פאריקט מיט גייסטישע לעכער
איז פאר מיר הייליג און עס איז עפעס העכער

אמונת צדיקים מיינט ליידן און שווייגן און זיך נישט שיצן
מצוות צדקה מיינט ארויסשלעפן געלט בכח (עקסטורשן) פאווער צי אויסנוצן
רשעות און שפיכות דמים ומידות רעות
ר' יהודה היה נותן בהם סימן ''קנאות''

גזירת הטכנוגלוגיה האט א שידוך געטוהן למזל טוב
מיט גיאות רציחה ושלל רב
אויסדריקליך איין משמעות האט ''והחזקת בו''
נכדי ר' אלימלך וצאנז כויוצ''ב

נשלח: מאנטאג אפריל 01, 2019 11:20 am
דורך זאפטיג
סארי געשריבען שנעל און אויפגערעגט

נשלח: מאנטאג אפריל 01, 2019 11:28 am
דורך וואלווי
זאפטיג האט געשריבן:סארי געשריבען שנעל און אויפגערעגט


מיינסט צו זאגען פון טיפען הארץ...