אלעס איבער ווייסע האר
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
אלעס איבער ווייסע האר
אין א אנדערע אשכול האבן טייל מיטגלידער געשריבן וועגן זייערע ווייסע האר, וואלט איך געוואלט דא אביסל מרחיב הדיבור זיין אין דעם נושא, דהיינו ווען איז די נארמאלע עידזש צו באקומען די ערשטע ווייסע האר, און וואס קען מען טון צו פארמיידן פון ווערן פרי ווייס, און בכלל צו איז ווערן פרי ווייס א נישט געזונטע זאך.
ווער עס האט א שטיקל ידיעה אין די ענינים איז מכובד איבערצונעמען דאס ווארט.
ווער עס האט א שטיקל ידיעה אין די ענינים איז מכובד איבערצונעמען דאס ווארט.
- קלאר
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1230
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
- האט שוין געלייקט: 162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל
איך האב מיך קיינמאל נישט אריינגעטוהן אין דעם ענין
איך קען נאר נאכשרייבן וואס מען שמיעסט אין אינזער מקוה אדער קאווע שטובעל
עס איז דא 2 שטארקע פאקטארען וואס מאכען אינז ווייס
חוץ צער גידול בנים
קודם די שפע קאלארין וואס אינזערע מקוה אידן ניצן
די קאלארין אין צוגאב וואס ער הרג'ט אסאך באקטיריעס, העלפט ער אויף שטארק ארויס די פילטער
צווייטענס איז די שעמפא
ביידע א''ד סיבות זענען לפי ידעתי אויך פאקטארען וואס מאכען ביי געוויסע מענטשן אויך ארויספאלען די האר
ווייסקייט ביי די האר קומט פין שוואכקייט ביי מקור פין די האר
אין פאר די זעלבע סיבה קען עס ארויספאלען
געהערט אמאל פין איינעם וואס פלעגט ליידען פין ארויספאלען אין ווייסע האר אז ער האט אויפגעהערט צו ניצן העד ענד שאלדערס שעמפא
אין עס איז בעסער געווארען
ער האט געזעהן בחוש ווי די שארפע שעמפא מאכט זיין האר צוגיין
אויף קול מבשר איז געווען אינטערוויו איבער דעם ענין, יענער האט רעקמענדירט זיין פראדוקט
עפעס א נאטורליכע שעמפו
סייוויאזוי, איין טאג וועסטו ממילא ווערן ווייס
וואס האט מען פין אפשטופן?

:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
ווי ווייט איך געדענק האלט מען נישט היינט אז עס האט צופיל צו טון מיט האבן צרות. ווען די האר הערן אויף פראדוצירן די זאך וואס געט קאליר פאר די האר (מעלענין), האט די האר מער נישט קיין קאליר.
ווען עס הייבט זיך דער פראצעדור, געווענליך אויף דער עלטער, אבער ווי אלט האט בעיקר צו טון מיט די גענעטישע צוזאמשטעל פונעם מענטש, פונקט ווי רוב אנדערע זאכן. עס איז אפשר דא זאכן וואס קענען אויך צוברענגען דערצו, אבער א פיצעלע פראצענט, דער עיקר ווענדט זיך אין די דזשינס.
ווילסט זיך איבערצייגן אז איך בין גערעכט: קוק (אדער פרעג) אויף דיין טאטן און זיידן ווען זיי האבן אנגעהויבן ווערן גרוי, און פלאי פלאים, רוב מאל וועסטו אויך אנהייבן אין יענע יארגאנג. (פארשטייט זיך עס קען אויך זיין די מאמע אדער באבע, אבער איך ווייס נישט צי קענסט דאס נאכקוקן ביי זיי). אויב זעסטו אמאל מען זאגט אויף איינעם אז ער האט אנגעהויבן ווערן זייער פרי ווייס נעבעך וועגן ער איז גע'גט וכדומה, קוק נאך וועסטו געווענליך זען אז ווי אינטערעסאנט איז אויך פונקט זיין טאטע (אדער מאמע) אויך געווארן אין זיינע יונגערע יארן. בקיצור, עס לויפט אין משפחות, פונקט ווי די קאליר האר נעמסטו פון דיין טאטע/מאמע, דאס זעלבע אויך די עלטער ווען זיי האבן זיך אן עלטערן אין פריידן.
בקיצור, א שאד צו ווייס ווערן וועגן ווייסע האר...

(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
שרגא האט געשריבן:ווי ווייט איך געדענק האלט מען נישט היינט אז עס האט צופיל צו טון מיט האבן צרות. ווען די האר הערן אויף פראדוצירן די זאך וואס געט קאליר פאר די האר (מעלענין), האט די האר מער נישט קיין קאליר
גערעכט! אבער פארוואס הערט די באדי אויף פראדעצירן מעלענין? ס'דא וואס זאגן אז "סטרעס" איז דער גורם דערצו!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
זר זהב האט געשריבן:שרגא האט געשריבן:ווי ווייט איך געדענק האלט מען נישט היינט אז עס האט צופיל צו טון מיט האבן צרות. ווען די האר הערן אויף פראדוצירן די זאך וואס געט קאליר פאר די האר (מעלענין), האט די האר מער נישט קיין קאליר
גערעכט! אבער פארוואס הערט די באדי אויף פראדעצירן מעלענין? ס'דא וואס זאגן אז "סטרעס" איז דער גורם דערצו!
דא וואס זאגן אויך אז וועגן שלעטכע דיעטע און איינער קען זאגן ווען מ'איז אונטער די זון צופיל, אבער דאס זענען בלויזע השערות. יעצט ווען דער פאקט ווייזט אז רובא דרובא מענטשן שטימט די עידזש ווען זיי הייבן אן גרוי ווערן מיט זייערע עלטערן, איז די נארמאלסטע אנצונעמען אז עס איז גענעטיש. דאס הייסט אז נישט קיין חילוק די סיבה פארוואס די באדי הערט אויף פראדוצירן מעלענין, איז דער פאקט אז עס הערט אויף ווען עס האט אויפגעהערט ביי די עלטערן. און די אלע פאלשע האפענונגען און איינרעדענישן איז פשוט א שאד די געלט און צייט.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
ניין, ס'בלייבט נישט די זעלבע! ווייל אויב מאכט זיך אז איינער פארפארט פון זיינע דזשינס ווייל ער האט למשל גאר שטארקע צרות און פראבלעמען און ער נעמט זיך יא צום הארצן אנדערש ווי זיין טאטן... דעמאלטס קען ער אפשר ווייס ווערן פריער! ס'איז א קלער.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
זר זהב האט געשריבן:ניין, ס'בלייבט נישט די זעלבע! ווייל אויב מאכט זיך אז איינער פארפארט פון זיינע דזשינס ווייל ער האט למשל גאר שטארקע צרות און פראבלעמען און ער נעמט זיך יא צום הארצן אנדערש ווי זיין טאטן... דעמאלטס קען ער אפשר ווייס ווערן פריער! ס'איז א קלער.
דא האסטו דיין פירכא. אויב רובא דרובא הייבט זיך אן די ווייסע האר ווי ביים טאטן, ווי קען זיין אז רוב מענטשן ליידן די זעלבע מאס צרות ווי זייערע עלטערן? די צרות מעסטל איז זיכער פיל מער רענדאם, אבער דאך איז עס געווענליך די זעלבע ווי עלטערן. תיובתא.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
- DotCom
- ידיד ותיק
- הודעות: 631
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
- געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
- האט שוין געלייקט: 299 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל
זר זהב האט געשריבן:זקנה מיינט סתם א בארד
סתם א בארד ווערט עקסטער אויסגערעכנט, וזלה"ק:
כל השטוף בבעילה זקנה קופצת עליו. וכוחו תשש. ועיניו כהות. וריח רע נודף מפיו ומשחיו ושער ראשו וגבות עיניו וריסי עיניו נושרות ושער זקנו ושחיו ושער רגליו רבה, שיניו נופלות והרבה כאבים חוץ מאלו באים עליו.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
יאנקל האט געשריבן:שרגא האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:מען קען אננעמען אז דער מאס פון צרות איז אין אלגעמיין נישט קיין סך אנדערש פון מענטש צו מענטש, און נאך מער אזוי ביי גענעטישע ליניעס.
טאטאל מחולק אויף די הנחה.
אפילו אויב דו האלטסט אז דער מציאות איז נישט אזוי, דארף אן ערנסטער פארשער אזוי אננעמען פאר ער מאכט א שטודיע וואס ציילט ארויס דעם צרות פאקטאר.
לאמיר מאכן א שנעלע "לאקאלע" שטודיע: דו האלטסט אז דו ליידסט בערך די זעלבע מאס צרות ווי דיין טאטן? און דיינע ברידער און שוועסטער מאכן אויך מיט בערך די זעלבע סארט אדער מאס צרות ווי דיינע עלטערן (אדער כאטש האלב פון זיי)? און איין שוואגער בערך ווי דעם אנדערן? ווי ווייט איך קען טראכטן זע איך עס נישט אזוי. א גרויסע פראצענט פראבלעמען האבן מיט די סביבה און ענווייראנמענט, וואס זענען גאנץ אינדיווידועליסטיש און אנדערש פאר יעדן פון די משפחה, אפילו זייער גענעטישע ליניעס זענען ענליך.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
יידל האט געשריבן:http://www.ehow.com/about_5498661_white-hair-come-stress.html
ehow איז א שוואכער קוואל ווען עס קומט צו די סארט פראגעס. אבער קוקנדיג זע איך טאקע אז עס זענען דא וואס זענען חושש אז ווייסע האר קען מעגליך זיין פארבינדן מיט סטרעס. אבער די שליסל ווארט איז דא געווען "קען מעגליך זיין". זיי זאגן אז עס איז נאכנישט קלאר, סאו איך בין טאקע חוזר פון דעם וואס איך האב עס אינגאנצן אוועקגעמאכט.
אבער די בעסטע מאכט מיר דערווייל סענס וואס ער ברענגט אין "סייענטיפיק אמעריקען":
In short, scientists are beginning to gather clues that stress can hasten the graying process, but there is no scientific evidence demonstrating a cause-and-effect relationship.
דאס הייסט אז אפשר זעט מען טאקע אז זיי קענען גיין צוזאמען, אבער עס איז נאכנישט דא קיין באווייזן אז איינס ברענגט די צווייטע (נאר עס קען למשל זיין אז ביידע זענען א רעזולטאט פון א דריטע זאך, וכדומה).
ווייטער ברענגט ער דארט אז: Cymet suspects that going gray is "genetically outlined, but stress and lifestyle give you variation of plus or minus five to 10 years."
און דאס קען טאקע זיין, ווייל למעשה קוק איך שוין לאנג נאך דעם פאקט אז ווען מ'זעט איינער הייבט אן ווייס ווערן זייער יונג, וועסטו זען אויך עטליכע פון זיינע ברודער די זעלבע זאך, און אויך האב איך שוין געזען מענטשן וואס האבן זיך אויפגעטון אז זיי זענען שוין כמעט זעכציג און האבן נישט קיין ווייסע הארל, האב איך געזען אז אויך זיינע ברידער האבן די זעלבע ברכה. און צו זאגן אז אויך "צרות לויפט אין משפחה" איז מיר זייער נישט מסתבר. סאו קען זיין אז די צרות קען העכסטנס אויך אביסל אויסמאכן און פארשנעלערן.
אגב איז אינטערעסאנט וואס ער ברענגט דארט נאכדעם אז בלאנדע מענטשן קענען אפט אויסקוקן ווי זיי ווערן שפעטער ווייס, דאס איז ווייל די ווייסע האר טוט זיך גרינגער באהאלטן צווישן די ליכטיגע האר און טוט זיך פשוט נישט אזוי גרינג דערקענען ווי ביי א שווארץ האריגן מענטש. אבער למעשה, זאגן זיי, טוען שווארצע האר געווענליך לענגער בלייבן מיט זייער קאליר.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
יאנקל האט געשריבן:נאכאמאל, מיר דארפן נישט יעצט שטודירן צי מענטשן האבן אין דורכשניט דעם זעלבן מאס צרות ווי זייערע עלטערן, נאר ווען מיר דעזיינען א שטודיע איבער ווייסע האר, דארפן מיר זען אז די שטודיע זאל ארויסשניידן דעם פאקטאר פון צרות.
נאכאמאל, אויב האלט איך אז צרות איז עפעס וואס האט גארנישט איינגעלייגט מיט גענעס, און דעריבער איז רענדאם די רעלאטיוו מאס צרות פון א טאטן קעגן זיינע קינדער, און דאך זע איך אז דאס ווייס ווערן לויפט אין פאמיליעס, איז מיין אייגענע שטודיע דא געענדיגט.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
זר זהב האט געשריבן:און אפשר איז דאס וויאזוי מ'נעמט אויף פראבלעמען אויך גענעטיש? ודו"ק
און אפשר זאל דור ישרים אופערן א ווייסע האר גענעטיש טעסט?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)