בלאט 1 פון 3
וועם גייט ראמני נעמען פאר וויצע פרעזידענט?
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 6:04 pm
דורך עסקן
לאמיר הערן וואס זאגט דער עולם אויף "קאווע שטיבל"? וועם גייט מיט ראמני נעמען, אדער וועם זאל ער נעמען פאר וויצע פרעזידענט?
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 6:09 pm
דורך שמעקעדיג
איך ווייס נישט.
אויב נעמט ער מיך וועט אמעריקע ווערן אויפגעראכטן! און אויך די אידן (הינט: כ'וועל נישט צולאזן מציצה בפה. און אפשר אויך באפרייען פאלארד).
אקעי, מוזט נישט לאכן. כ'ווייס ס'איז געווען א סטופיד דזשאוק.
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 6:10 pm
דורך שמואל הלוי
עסקן; ביסט א עסקן פאר ראמני?

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 6:23 pm
דורך שמואל הלוי
ראמני אליין האט זיך שוין איינגעשריבן דא אין שטיבל, אפשר איז ער געקומען מעלדן וועם ער נעמט אלס ווייס פרעזידענט.
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 11:40 pm
דורך ניו יארק
מיר נישט (ביזדערווייל), איך ווייס נישט פארוואס ער האט מיר נאכנישט געבעטן?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 12:20 am
דורך שמואל הלוי
נוי יארק האט געשריבן:מיר נישט (ביזדערווייל), איך ווייס נישט פארוואס ער האט מיר נאכנישט געבעטן?
איך ווייס יא, ווייל ניו יארק איז דעמעקראטיש געשטימט און ראמני איז א רעפובליקען.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 12:52 am
דורך לאדיך אפ
זייער שיינע שמייכל שמועס. כ'האלט אז ראמני גייט נעמען קאנדאליזא רייס. זי איז א פרוי, זי איז שווארץ. פערפעקט.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 10:42 am
דורך נפתלי
לאדיך אפ האט געשריבן:זייער שיינע שמייכל שמועס. כ'האלט אז ראמני גייט נעמען קאנדאליזא רייס. זי איז א פרוי, זי איז שווארץ. פערפעקט.
דאס האט ער געזאגט עטליכע וואכן צוריק און ס'האט נישט גוט אויסגענומען ביים עולם, לכאורה איז זי אראפ פון די ליסטע
די ראמני קאמפיין האט
ארויסגעגעבן א עפפ דורן וועלכע זיי וועלן מעלדן ווער ס'גייט זיין ווייס פרעזידענט נאך פאר די נייעס וועט אנקומען צו די מידיא
אבאמא האט געטוהן די זעלבע זאך פיר יאר צוריק מיט טעקסט מעסעדזשעס אבער דארט האט עס געליעקט צו די מידיא עטליכע שעה פאר די טעקסט מעסעדזש איז געשיקט געווארן
נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 6:14 pm
דורך ציבעלע-קיגל
עס איז נאך א סוד אבער דאכט זיך אז ער גייט נעמען די אלעמען באקאנטע באבע צירל
נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 6:18 pm
דורך זר זהב
איך האלט ער זאל נעמען דוב הייקינד. אזוי וועט ער האבן די אידישע שטימען און אויך וועט דער טיקעט זיין באלאנסירט צווישן ביידע פארטייען.
נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 6:31 pm
דורך שמעקעדיג
דוב הייקינד קען מען נעמען צו פארטרעטן די מדינה, נישט אמעריקע.
זה שמו נאה לו: היי-קינד. ער איז אסאך מאל צו היי, און אסאך מאל עקט ער ווי א קינד.
כאטש ע"פ רוב בינעך מודה אז ער טוט א גוטע דזשאב.
נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 7:47 pm
דורך איך אויך
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:עס איז נאך א סוד אבער דאכט זיך אז ער גייט נעמען די אלעמען באקאנטע באבע צירל
זאג נאר ציבעלע איז אפשר משפחה מיט צירל?
נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 7:50 pm
דורך זר זהב
באבע צירל האט קלאר געאגט אז זי וויל נישט, אבער די עלטערן אירע ווילן יא.
נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 11:49 pm
דורך ניו יארק
דער שטערן פארגאנגענע חודש האט געשריבן ווי פאלגענד:
לויט א באריכט איז די געוועזענע סעקרעטערי אוו סטעיט ק. רייז גאר הויך אויף ראמני'ס ליסטע פון פאטענציעלע וויצע פרעזידענט קאנדידאטן. אסאך רעפובליקאנער האלטן אז זי איז גאר א פאסיגע וויצע פרעזידענטקע פאר ראמני: ראמני האט ערפארונג מיט אמעריקאנער דזשאבס, רייס האט ערפארונג מיט אנדערע לענדער, און וויבאלד אלע אמעריקאנער דזשאבס זענען אין אנדערע לענדער איז נישט פאראן קייו בעסערע סעט....
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 8:49 pm
דורך ציבעלע-קיגל
איך אויך האט געשריבן:ציבעלע-קיגל האט געשריבן:עס איז נאך א סוד אבער דאכט זיך אז ער גייט נעמען די אלעמען באקאנטע באבע צירל
זאג נאר ציבעלע איז אפשר משפחה מיט צירל?
אויסער מיין באבעת זי פלעט מיר מאכן עפעל שטראדל מיט ראז'ינקעס פאר שלחמנית
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 11:49 pm
דורך גדעון
איך האלט אז ער וועט נישט נעמען קאנדי צוליב איר פארבינדונג צו די בוש אדמיניסטרעישאן,
לדעתי וועט ער נעמען רייען אדער רוביאו
נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 2:10 am
דורך רומני
שא שא שא !!! נאר פאר מיינע קאווע שטיבל חבירים בין איך מגלה דעם סוד.......באראק אובאמה וועט זיין דער וויץ פרעזידענט !!!!!!!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 2:47 am
דורך זר זהב
רומני האט געשריבן:שא שא שא !!! נאר פאר מיינע קאווע שטיבל חבירים בין איך מגלה דעם סוד.......באראק אובאמה וועט זיין דער וויץ פרעזידענט !!!!!!!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 9:36 am
דורך אשכנ
גדעון האט געשריבן:איך האלט אז ער וועט נישט נעמען קאנדי צוליב איר פארבינדונג צו די בוש אדמיניסטרעישאן,
לדעתי וועט ער נעמען רייען אדער רוביאו
רייען וואלט געווען א מעלה ווייל ער הייסט פון די איינציגע מענטשן אין לאנד וואס פארשטיין צו די גאנצע budget process. דער פראבלעם איז אבער אז די ענין איז צו טיף און boring פאר רוב בירגער.
און בכלל, עס זעהט מיר נישט אויס אז ראמני האט א געהעריגע פלאן וויאזוי צו דראסטיש רעדוצירן די בודזשעט אויף א רעאליסטישע אופן.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 9:52 am
דורך שמואל הלוי
שמואל הלוי האט געשריבן:ראמני אליין האט זיך שוין איינגעשריבן דא אין שטיבל, אפשר איז ער געקומען מעלדן וועם ער נעמט אלס ווייס פרעזידענט.
האב איך גוט מרגיש געווען
רומני האט געשריבן:שא שא שא !!! נאר פאר מיינע קאווע שטיבל חבירים בין איך מגלה דעם סוד.......באראק אובאמה וועט זיין דער וויץ פרעזידענט !!!!!!!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 10:28 am
דורך זר זהב
ען בי סי באריכט איצט אז די אויסוואהל איז אראפ צו 3 קאנדידאטן. פארטמאן, פאלענטי און רייען.
איך גלייב נישט אז ס'גייט זיין פאלענטי.
מסתם פארטמאן.
(אויב איז ען בי סי ריכטיג)
נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 11:00 pm
דורך יואליש
איך האלט נישט מיט די וואלן דערווייל. אבער אויף פאפיר איז רוביאו די מערסטע לאגישע אויסווייל - חוץ אויב רוביא איז שוין נישט פאפולער אין פלארידא פאולס. נעמען א פרוי מאכט סענס ווייל ראמני איז שוואך צווישן פרויען, אבער ס'וועט שמעקן צופיל פון מ'קעין פעלין.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 10:53 am
דורך אשכנ
איך האב געהערט רומארס אז די announcement פון זיין אויסוואל איז גאנץ נאנט.