בלאט 1 פון 1
יסודי החסידות בימינו
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 8:36 am
דורך זאפטיג
...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 10:10 am
דורך cictim
יעדע חסידות לייגט אריין כוחות אויף די ענין וואס דארף ביי זיי א תיקון, למשל
סאטמאר - אמונה
באבוב - שלום
וויזניץ - אהבת ישראל
קלויזענבורג - תורה
בעלזא - כיניאקישקייט
וכו' וכו'
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 10:42 am
דורך תורה ומדע
איהר רירט אהן אן אנטרעסאנטער פסיכאלאגישער פענאמענאן. דאס אז א גרופע אדער אינדיווידועל פערזאן פרובירט פעסטצושטעלען ביי זיך און פאר אנדערע אז ער איז ניט סטיריאוטיפיקעל.
דער חסיד וועלכער גהערט צו גאר א פרומער חסידות וואס האט ניט קיין פראבלעם מבזה זיין און פיזיש נאכשרייען גדולי ישראל א שטייגער ווי ר משה פיינשטיין אדער לעצטנס הגראי״ל זצ״ל באיצטלא של קנאות מוגזמת, וועט זיך פרובירען ריינוואשען אט די שגעון מיט ברייטהארציגע חסד און געלט אקציעס, ביקור חולים וכו׳.
אזוי אויך דער חסיד וועלכער געהערט צו א גרופע וועלכער האט א מסורה פון התנזרות פון ענייני עוה״ז און ניט עוסק זיין בהוויות העולם דוגמת די בעלזער יושבים, וועט פרובירען דא און דארט ווייזען ווי פארגעשריטן ער איז, וכו׳
דער רודף שלום חסיד וועלכער איז א תלמיד פונעם מהר״ש מבאבוב זצ״ל, וועט ענגעדשען אין מחלוקת כדי צו ווייזען אז זיין שלום קומט ניט פון שוואכקייט.
דער אוהב ישראל חסיד פירט א רוגזא מיט א האלבער וועלט משום אותו סיבה.
ליטוואק פארקויפט מוסר, מחשבה, און אפילו לעצטנס קבלה אויכעט, אבי ניט צוצוקומען צו א חסידישער דערהער. והפך בה והפך בה.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 11:08 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס ווענדט זיך וואס איז געקומען ערשט, די חסרון צו די פתרון
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 11:32 am
דורך תורה ומדע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס ווענדט זיך וואס איז געקומען ערשט, די חסרון צו די פתרון
יעדע אקציע האט א ריאקציע: סיר אייזיק ניוטון.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 11:43 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך מיין ביסט פארקראכען, אבער גוט.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:05 pm
דורך תורה ומדע
מיין כוונה איז אזוי: א יעדע קיצונישע מהלך וועלכער איז דעוועלאפירט דורך א מנהיג ישראל וועט טריגערן א פארקערטער ריאקציע. ובפרט ביים המון עם וועלכער פארשטייט ניט די יסודות און טוט נאך נאר כמעשה קוף בעלמא. נאך אביסל צייט, הייבט אהן גילט, קאנפיוזשן און זעלבסטפראגן צו שפילען א ראלע ביים ציבור, און די ריאקציע איז דאס פארקערטע פונעם ארגינעלעם ציעל פונעם מנהיג. ולכן יש חסרון אמונה בסקמער, מחלוקת בבאבוב, שנאה בויזניץ, מודרניות בבעלזא, לימוד זוהר אצל הליטאים, וכמו לומדות אצל החסידים.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:44 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
און אלס ליטוואק זאג איך דיר, אז די 'נישט לערנען זהר' האט זיך בכלל נישט געטוישט אין די אלע יארען. נאר ערוואקסענע תלמידי חכמים האבען, און לערנען היינט, זהר און קבלה בצנעא. עס איז נישט קיין רעאקציע, ווייל אזוי האט מען אייביג געהאלטען, זייט די וועד ארבע הארצות.
בעלזא באבוב וויזניץ וכו' זענען נישט מיין דאגה, און איך קען דיר נישט זאגען וואס איז געקומען ערשט.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 5:05 pm
דורך זאפטיג
נישט קיין איין נארמאלע ריאקציע באקומען דא פון אינזער גרויסע קארפן קעפ דא אויף ק''ש

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 5:10 pm
דורך זאפטיג
תורה ומדע האט געשריבן:איהר רירט אהן אן אנטרעסאנטער פסיכאלאגישער פענאמענאן. דאס אז א גרופע אדער אינדיווידועל פערזאן פרובירט פעסטצושטעלען ביי זיך און פאר אנדערע אז ער איז ניט סטיריאוטיפיקעל.
דער חסיד וועלכער גהערט צו גאר א פרומער חסידות וואס האט ניט קיין פראבלעם מבזה זיין און פיזיש נאכשרייען גדולי ישראל א שטייגער ווי ר משה פיינשטיין אדער לעצטנס הגראי״ל זצ״ל באיצטלא של קנאות מוגזמת, וועט זיך פרובירען ריינוואשען אט די שגעון מיט ברייטהארציגע חסד און געלט אקציעס, ביקור חולים וכו׳.
צופעליג נישט אמת. סאטמאר פראבירט זיך נישט ריינוואשן. עס איז לכתחילה אויסגעשטעלט אזוי אז אין מקווה ווארפט מען זיך אן מיט האנטיכר און אינדרויסן וועט מען טיהן אלעס דיך צי העלפן
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 5:27 pm
דורך שבת אחים
זאפטיג האט געשריבן:נישט קיין איין נארמאלע ריאקציע באקומען דא פון אינזער גרויסע קארפן קעפ דא אויף ק''ש

לאמיר דיך פארציילן א אמתע מעשה וואס איז נאך קיינמאל נישט מפרסם געווארן אין ק״ש.
סאיז געוועהן אמאל א טאטע בער מיט א מאמע בער און א בעבי בער. די טאטע בער האט געזאגט פאר די מאמע בער אז די בעבי בער איז. איין מינוט איינער רופט מיך אויף די אנדערע ליין-כקום שוין צוריק.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 6:25 pm
דורך שבת אחים
אקעי איך בין דא צוריק
וויזניץ באשטייט פון אהבת ישראל, תפילה, שבת קודש, ניגוני וויזניץ, שלום, און לימוד התורה.
בעסיקלי וויזניץ איז ״הארץ״ ליעב האבן א צווייטע איד, א ווארימע הארציגע דאווענען מיט אלע קרעכצערייען. א שבת קודש מיט אלע הערליכע וויזניצער ניגונים. וכו׳
פארשטייט זיך אז סהאט זיך אייביג געמאכט א מחלוקה׳לע דא און דארט און אין ר׳ מוישעלע׳ס און ר׳ מאטעלע׳ס צייטן איז ליידער געוועהן אסאך מחלוקות אבער די יסוד איז געבליבן.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 6:59 pm
דורך תורה ומדע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און אלס ליטוואק זאג איך דיר, אז די 'נישט לערנען זהר' האט זיך בכלל נישט געטוישט אין די אלע יארען. נאר ערוואקסענע תלמידי חכמים האבען, און לערנען היינט, זהר און קבלה בצנעא. עס איז נישט קיין רעאקציע, ווייל אזוי האט מען אייביג געהאלטען, זייט די וועד ארבע הארצות.
בעלזא באבוב וויזניץ וכו' זענען נישט מיין דאגה, און איך קען דיר נישט זאגען וואס איז געקומען ערשט.
אלץ תלמיד פו ישיבות ליטאיות קען איך מעיד זיין אויף פיהל אינגעלייט און בחורים וועלכער לעכצן נאך א ביסל מיסטיסזם אין אידישקייט און לערנען מהאי טעמא ספרי רמחל אדער קדמונ׳ישע קבלה ספרים וכדו׳. אבער אין ספרי חב״ד, שפת אמת, אדער אנדערע חסידישע ספרי מחשבה וועלען זיי ניט עוסק זיין.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 7:00 pm
דורך תורה ומדע
זאפטיג האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:איהר רירט אהן אן אנטרעסאנטער פסיכאלאגישער פענאמענאן. דאס אז א גרופע אדער אינדיווידועל פערזאן פרובירט פעסטצושטעלען ביי זיך און פאר אנדערע אז ער איז ניט סטיריאוטיפיקעל.
דער חסיד וועלכער גהערט צו גאר א פרומער חסידות וואס האט ניט קיין פראבלעם מבזה זיין און פיזיש נאכשרייען גדולי ישראל א שטייגער ווי ר משה פיינשטיין אדער לעצטנס הגראי״ל זצ״ל באיצטלא של קנאות מוגזמת, וועט זיך פרובירען ריינוואשען אט די שגעון מיט ברייטהארציגע חסד און געלט אקציעס, ביקור חולים וכו׳.
צופעליג נישט אמת. סאטמאר פראבירט זיך נישט ריינוואשן. עס איז לכתחילה אויסגעשטעלט אזוי אז אין מקווה ווארפט מען זיך אן מיט האנטיכר און אינדרויסן וועט מען טיהן אלעס דיך צי העלפן
ומי יעמוד בסוד קדושים...