פארוואס זענען מיר נישט ערלויבט זעלבסט צו טראכטן?
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2019 12:46 pm
[justify]פאריז – ס'איז יאר 1789 די רעוואלוציע איז אין פולן קראפט. דאס פאלק איז שוין זאט פון די קירכע און פון די מאנארכיע. דער געשריי פאר רעוואלוציע און דער פארלאנג פאר דראסטישע ענדערונג אינעם אלגעמיינעם געזעלשאפטליכער לעבן הילכעט אפ איבער גאנץ אייראפע.
וואס האט אייגענטליך פאסירט? וואס האט מיטאמאל אויפגעוואכט די באפעלקערונג? דער מענטשהייט האט זיך ענדליך גענומען זעלבסט צו טראכטן! די מענטשהייט האט ביסלעכווייז אנגעהויבן צו לעזען די טיפזיניגע פלאזאפישע ווערק פון גרויסע בארימטע פריי דענקער און פילאזאפן וואס האבן דאן פארשיינט די וועלט, אין רעזולטאט האט א גייסט פון אויפקלערונג און באלייכטערונג ארום געכאפט גאנץ אייראפע ווי קיינמאל בעפאר. פאר טויזענטע יארן האבן די קאטוילישע קירכע און די דינאסטישע מאנארכיעס מאניפולירט מיט די מוחות פון די באפעלקערונג, זיי האבן בייזוויליג קאנטראלירט די אינפארמאציע צו וועלכע די מענטשהייט זאל האבן צוטריט, אין רעזולטאט האט א פולשטענדיגער דענקן-קורצשלוס געהערשט איבער גאנץ אייראפע. אח און וויי איז געווען פאר עמיצער וואס איז דורכגעפאלן און געטראכט אנדערש ווי דער קעניג אדער דער גייסטליכער האט געוואלט, ס'האט אים געדראהט יארן טורמע און צומאל אויך דאס לעבן. אויפן איבערישן האלב-אינזל זענען שווערע טויזענטער מענטשן פארברענט געווארן לעבעדיגערהייט אויפן שייטער-הויפן, צוליב דעם וואס זיי האבן זיך געוואגט צו טראכטען אנדערש ווי דעם הויכגעשעצטער פאטער טאָרקוועמאַדאַ האט פארלאנגט.
מיט די פראנצויזישע רעוואלוציע און מיט די ערשיינונג פון די אויפקלערונג און באלייכטונג עפאכע, איז דאס דענקעריי-קורצשלוס געקומען צו א דראסטישער ענדע. נאך לאנגע יארן פון פריי-דענקעריי אונטערדרוקונג, איז זעלבסט-טראכטן ענדליך לעגאליזירט געווארן. די רעזולטאטן זענען געווען מאסטשטאבליכע. ווילד-פרעמדע אנטשואוינגען א שטייגער ווי דעמאקראטיע, ליבעראליזם, גלייכבארעכטיגקייט האבן אנגעהויבן ארויסצושפראצן ווי שוואמען נאך א רעגן. אנטשואונגען וועלכע האבן דראסטיש ג'ענדערט דאס אלגעמיינעם געזעלשאפטליכע לעבן איבער די גאנצע וועלט ביז צום היינטיגן טאג. טראץ די אומאויפהערליכע שטרויכלונגען פון די סאציאליסטישע טיראנען ווי מוסאָליני, היטלער, און סטאלין, וועלכע האבן ברוטאליש אונטערגעדרוקט פריי דענקעריי מיט א אייזענעם פויסט, און האבן בייזוויליג ארויפצווינגען זייערע געדאנקן גענג אויף די מענטשהייט מיט טעראר, האבן פארט די העלישע ליכט פון פרייהייט און זעלבסט-דענקעריי באוויזן צוריק אויפצולייכטן, און פארטרייבן די שווארצע כאמארעס פון פריי-דענקעריי אונטערדרוקונג.
אין אמעריקע זענען די ערשטע טאטעס געגאנגן מיט א שטאפל ווייטער. זיי האבן אונז נישט בלויז געשאנקן די רעכטן פון פריי דענקעריי, זאגאר אפילו פריי שפרעכן איז אויך ערלויבט אין די פאראייניגטע שטאטן. די קאנסטאטוציע שענקט פאר יעדער אמעריקאנער בירגער דער אויסשליסליכסטער רעכט צו טראכטן פריי, און צו רעדן פריי ווי אזוי זיין הארץ באגערט. נישט בלויז אין פרינציפ, נאר אויך אין די ווירקליכקייט. דאס איז געווען א דורכבראך אינעם געזעלשאפטליכער לעבן ווי קיינמאל בעפאר.
נעמליך, דער גאנצער וועלט שפאנט פאראויס מיט א שנעלער גאלאפ, און מיר חסידים שפאנען צוריקוועגס. אין אונזער געזעלשאפט הערשט נאך אלס די זעלבע קולטור וואס ס'האט געהערשט אינעם מיטלאלטער עפאכע. די רבנים און די עסקנים טראכטן פאר אונז אלע. פריי דענקעריי איז טאטאל פארבאטן אין אונזערע געמיינדעס. אויב עמיצער טראכט אנדערש אדער זאגט אנדערש ווי די באהערדע, ווערט ער גענצליך אויסגעשלאסן פון די געזעלשאפט. וו.צ.ב.ש. אויב די באהערדע באשלוסן צו קרוינען עמיצן אלס צדיק הדור, מוז דאס יעדער הייליג אקצעפטירן אפגעזען פון זיין אייגענע מיינונג. און ווער ס'האט די שטארקייט צו זאגן וואס ער זעלבסט טראכט, ווערט באלד פארשריגן און אראפגעריסן מיטן גרעסטן מאס פרעכהייט... פארוואס זאל נישט יעדע אינווידואל באזונדער האבן די רעכט צו באשלוסן אזא קריטישער באשלוס ווער ס'איז ווירקליך צדיק הדור. אתמה....[/justify]