בלאט 1 פון 1

"די היסטאריע פון מאשין מצות" , צ. רובין

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2019 4:03 pm
דורך כוכב
לכבוד דעם יו"ט פסח הבא עלינו לטובה איז ערשינען א חידוש אין דער וועלט פון אידישער ליטעראטור: א הערליכער פול-קאלירטער בוך פון אן אריגינעלער פארש-ארבעט אין דער היסטאריע פון "מאשין מצות".

יא, יעדער ווייסט אז מאשין מצות איז אן אויסגעדראשענע טעמע. יעדע פסח ביילאגע פון יעדע היימישע צייטונג און אויסגאבע דרוקט יעדעס יאר איבער די זעלבע ארטיקלען אויף מאשין מצות. יא, דער צאנזער רב און הג"ר שלמה קלוגער האבן גע'אסר'ט מטעם הכמוס, און דער שואל ומשיב האט מתיר געווען. יעדער ווייסט דאס.

אבער דא רעדט מען פון איבער 350 זייטן מיט 25 קאפיטלען היסטאריע וואס גייט איבער די גאנצע נושא פון ווען דער מאשין איז ערפינדן געווארן, ביז דעם מציאות פון דעם היינטיגן טאג, אריינגערעכנט יעדע מדינה איבער דער וועלט וואו דער מאשין איז אנגעקומען און יעדער גדול בישראל וואס האט אריינגערעדט אין דער נושא. דאס אלעס איז באגלייט מיט הערליכע בילדער און דאקומענטן – טייל בפרסום ראשון.

דער בוך (אדער ספר) איז געשריבן געווארן דורך הרה"ג ר' יוסף האלבערשטאם, מגי"ש אין מתיבתא באבוב, און איז געשריבן געווארן אין לויף פון די לעצטע פיר יאר אין פארזעצונגען אין דעם באבובער אויסגאבע "שערי ציון" אונטער דעם פסעוודאנים צ. רובין. פארשטייט זיך אז דער פאקט אז דאס איז א באבובער יצירה באדייט אז מ'דארף נעמען די מסקנות קעגן מאשין מצות מיט א שפרענגל זאלץ, ווייל די נגיעות זענען דאך זייער שטארק... אבער דאס נעמט נישט אוועק פון די אויטענטישקייט פון דעם בוך, וואס איז באמת מלא וגדוש מיט חידושים נפלאים סיי איבער די נושא פון מאשין מצות זעלבסט, און סיי איבער די היסטאריע פון כלל ישראל איבער די אלע פלעצער וואו דער מאשין איז אנגעקומען, און סיי איבער תולדות פון גדולי ישראל.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2019 4:18 pm
דורך רימון
דאכט מיר כ'האב ערגעץ געליינט אז ביים ערשטן באבובער רב אינדערהיים האבן די קינדער געגעסן מאשין מצות.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2019 4:40 pm
דורך [NAMELESS]
פריער געווען אין בית הספר און עס נישט געזעהן. שוין דא אין אלע געשעפטן?

רימון האט געשריבן:דאכט מיר כ'האב ערגעץ געליינט אז ביים ערשטן באבובער רב אינדערהיים האבן די קינדער געגעסן מאשין מצות.

נע שווער צו גלייבן. מסתמא מישסטו אויס מיט געבראקטס.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2019 2:38 am
דורך לבי ובשרי
איי איי איי...
אז מהאמיר כוכב לייוו, האבעך מורא אז צ. רובין צאלט פאר כוכב...

Re: "די היסטאריע פון מאשין מצות" , צ. רובין

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2019 10:54 am
דורך גראף
זעהט אויס אינטערסאנט (נאך כוכב'ס הקדמה 'שטייטס זעך) ענד לוקינג פאווערד.

ווער איז ר' יוסף האלבערשטאם, זון/איידעם פון?


Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2019 2:45 pm
דורך וויליאמסבורגער
.

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2019 12:45 pm
דורך כוכב
א הפלא ופלא'דיגע מעשה איז יעצט ארויסגערינען בשייכות מיט דעם בוך "די היסטאריע פון מאשין מצות". א שרייבערין מיט'ן נאמען דבורה אבראמס-קאפלאן דערציילט (https://lettersfromnj.wordpress.com/201 ... ms-kaplan/) אז עטליכע חדשים צוריק האט זי באקומען אן אימעיל בעטנדיג רשות צו נוצן בילדער וואס זי האט געכאפט פון א טור אין מאנישעוויץ מצה פאבריק פאר א באבובער חסידישע אויסגאבע.

זי האט גערן מסכים געווען אז זיי זאלן דרוקן די בילדער אומזיסט, און האט צוגעשיקט די הויך-רעזאלוציע בילדער, נאר האט פארלאנגט אז מ'זאל עס קרעדיטירן צו דבורה אבראמס-קאפלאן.

נאך עטליכע חדשים איז געקומען נאך אן אימעיל: איז מעגליך צוליב טעכנישע סיבות צו שרייבן "ד. א. קאפלאן"? זי האט געענטפערט אז ניין, זי וויל איר פולן נאמען, און אלס נייגער געפרעגט וואס איז די טעכנישע סיבה.

דער רעדאקטאר האט געענטפערט:
“SINCE SHAAREI ZION IS A HASIDIC PUBLICATION, WE USUALLY DON’T MENTION THE FULL FIRST NAME OF WOMEN (WHO ARE ALIVE), ONLY THEIR INITIALS AND FULL FAMILY NAME. SO WE WOULD CHOOSE TO GIVE PHOTO CREDIT TO: D. ABRAMS-KAPLAN. WE APPRECIATE YOUR UNDERSTANDING OF THIS ISSUE (KNOWING THAT NO OFFENSE IS INTENTED ח”ו). THANK YOU.”

מרת אבראמס-קאפלאן איז שאקירט געווארן און האט זיי געענטפערט אז זי איז בשום אין אופן מסכים. זי האט זיי געזאגט אז אויב זיי צאלן 500 דאלאר פאר די בילדער איז זי מסכים אז זיי זאלן איר קרעדיטירן אן "דבורה".

עטליכע חדשים איז דורכגעגאנגען, און פאריגן דאנערשטאג איז אנגעקומען א טשעק פונעם שרייבער (מיט זיין נאמען, און – איראניש – זיין ווייב'ס נאמען דערויף) פאר 500 דאלאר.

מרת אדאמס-קאפלאן האט געמאלדן אז זי האט מנדב געווען דאס געלט פאר דריי פרויען-רעכטן צדקה ארגאניזאציעס, אריינגערעכנט "נשות הכותל".

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2019 1:18 pm
דורך יעקב מענטש
איך בין נאכנישט זיכער וועלכע חלק פון די מעשה האט ערוועקט פליאה אין דיר.

אבער איך מוז קרעדיטירן די רעדאקציע פון די אויסגאבע פארן האנדלען ערליך, זיי וואלטן פונקט אזוי געקענט דרוקן די בילדער מיט ראשי תיבות ד. אבראמס-קאפלאן און זיך פארלאזן אז דאס הייסט נאכגעקומען די תנאים, אנשטאט האבן זיי געפרעגט א שאלה (וואס איז ווי געווענליך טרייף) און געווען אויפריכטיג מיט איר.


אגב, וואס אין די וועלט האט איר געשטערט אז מ'דרוקט די בילדער מיט די אינישעלס? פון איר רעאקציע האט אויסגעקוקט ווי זי איז געווארן טיעף באליידיגט. אויב אזוי דארף זי פשוט האבן אביסל עדיוקעישאן וויאזוי די חסידישע געזעלשאפט ארבעט, און ווי ווייט איך ווייס פיהלן זיך נישט פרויען ווי צווייטע קלאס בירגער טראץ די שטרענגע צניעות הלכות וואס די גזעלשאפט פראקטיצירט.

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2019 1:42 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
גראף האט געשריבן:זעהט אויס אינטערסאנט (נאך כוכב'ס הקדמה 'שטייטס זעך) ענד לוקינג פאווערד.

ווער איז ר' יוסף האלבערשטאם, זון/איידעם פון?


Sent from my SM-G950U using Tapatalk


דער אינגערמאן הייסט הרב יוסף האלבערשטאם. א חשובע אינגערמאן וואס איז א מגי״ש אין באבובער ישיבה
ער איז א איידעם ביי הרב נטע לנדא פון נר יהושע.
ער איז א זוהן פון ב״צ שלמה האלבערשטאם (חתן פלדמאן א טאטע פון שרה פעלדמאן וואס איז פארלוירן געגאנגען אין וואלד)בן חיים הערשעלע האלבערשטאם בן הרב שלמה רובין חתן קדושת ציון.
הרב שלמה רובין איז געווען א איידעם ביי הרב יצחק טובי רובין א איידעם ביי צאנזער רב.

בעצם איז זייער נאמען רובין, אבער חיים הערשעלע האט זיך געטוישט צו האלבערשטאם מיינענדיג די ביזנעס וועט עיהם גיין בעסער מיט משפחה נאמען האלבערשטאם.

Re: "די היסטאריע פון מאשין מצות" , צ. רובין

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2019 1:47 pm
דורך גראף
שכוח @שטאפענע.
מיט אזא יחוס מיט נעמען ווי האלבערשטאם, רובין,לאנדא און צאנז און פארלוירען אין וואלד, עס פילט זיך ממש ווי אין דער אלטער היים...

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

Re: "די היסטאריע פון מאשין מצות" , צ. רובין

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2019 1:54 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איינער קען מיר געבן צו פארשטיין די חכמה פון שרייבן אזעלכע זאכען אויף אידיש?

ער האט נישט גענוג כבוד פאר זיין ארבעט דאס צו דרוקן אויף לשון הקודש? זיין ציל איז פרויען און עמי הארץ?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2019 2:10 pm
דורך איסר האטלקי
דיינע ק"ש תגובות זענען אויך געצילט פאר פרויען און עמי הארץ?

אפשר האט ער מורא צו שרייבן אין לשוה"ק אז אבראמס-קאפלאן וועט אים קלאגן אז ס'איז צו מענעריש.

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2019 3:13 pm
דורך בן ישי
ער האט עס געשריבן אין א יודישע אויסגאבע און זעהט אויס אז ער האט באקומען גיטע גריסן האט ער עס געדריקט ווייטער און יודיש.

Re: "די היסטאריע פון מאשין מצות" , צ. רובין

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2019 4:59 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איסר, שמועסן שמועסט מען אויף אידיש\ענגליש. לערנען לערנט מען אויף לשוה"ק. פונקט ווי מ׳טרעפט נישט (כמעט) הויך קאליבער ספרים אויף ענגליש, ווייל דער וואס קען נישט קיין לשוה"ק, וועט קיין הויך קאליבער לערנער נישט זיין. אזוי אויך אידיש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: "די היסטאריע פון מאשין מצות" , צ. רובין

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2019 4:59 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איסר, שמועסן שמועסט מען אויף אידיש\ענגליש. לערנען לערנט מען אויף לשוה"ק. פונקט ווי מ׳טרעפט נישט (כמעט) הויך קאליבער ספרים אויף ענגליש, ווייל דער וואס קען נישט קיין לשוה"ק, וועט קיין הויך קאליבער לערנער נישט זיין. אזוי אויך אידיש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 11:47 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איינער קען מיר געבן צו פארשטיין די חכמה פון שרייבן אזעלכע זאכען אויף אידיש?

ער האט נישט גענוג כבוד פאר זיין ארבעט דאס צו דרוקן אויף לשון הקודש? זיין ציל איז פרויען און עמי הארץ?
שאלת חכם חצי תשובה...

Re: "די היסטאריע פון מאשין מצות" , צ. רובין

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2019 11:23 pm
דורך חוקר ודורש
א תשובה ספר צו א למדיש׳ע ספר וכו׳ וועט קיין איינער נישט ארויסגעבן אין אידיש, אבער אן היסטוריה ספר געמישט מיט הלכה איז אנדערש און יא עס איז דא א געוויסע געשמאק מיט אידיש אויך איז דאס גרינג׳ער פאר קינדער/בחורים


Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2019 9:20 am
דורך אישתישבי