בלאט 1 פון 2

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 2:22 pm
דורך ונבנתה העיר
בראשית לאנדעט אויף די לבנה. ככתוב, והארץ נתן לבני אדם.

בראודקעסט הייבט זיך אן א פערטל צו דריי.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=HMdUcchBYRA[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 3:23 pm
דורך קאך_לעפל
גייען זיי אויך איינפלאנצן א ציוניסטישער פאן אויף די לבנה? כ'האף אז נישט, ווארום מ'וועט מער נישט קענען מקדש זיין די לבנה...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 3:27 pm
דורך איסר האטלקי
דורכפאל!!!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 3:34 pm
דורך קאך_לעפל
חסדי השם, די מצוה פון קידוש לבנה איז געראטעוועט געווארן, און א הארבע כותל איסור איז פארמיטן געווארן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 3:40 pm
דורך טאמבל סאס
אצינד קענען מיר לייענען בראשית היתה תהו ובהו וחושך.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 3:42 pm
דורך טאמבל סאס
א נייע פארטי האט זיך יעצט פארמירט 'כחול ולבנה'

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 3:43 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ביזדערווייל ווייסט מען נאכנישט צו די נעקסטע וועט הייסן נח אדער שמות, האלט מיט פאר ווייטערדיגע מעלדונגען...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 3:43 pm
דורך טאמבל סאס
צו די ערשטע קאנטרי צו לענדן ווייס איך נישט אבער די ערשטע צו קרעשן יא.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 3:45 pm
דורך טאמבל סאס
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ביזדערווייל ווייסט מען נאכנישט צו די נעקסטע וועט הייסן נח אדער שמות, האלט מיט פאר ווייטערדיגע מעלדונגען...

קודם זאל עס זיין ויחי און נאכעדעם וועט מען שמועסן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 3:46 pm
דורך קאך_לעפל
וואס אייגענטליך האבן זיי געוואלט עררייכען מיטן באזוך אויף די מאנען? זיי האבן זיך געוואלט מער דערנענטערן צו ג-ט? וואס איז דאס געווען א מיליטערישע מיסיע? א סייענסטיפישע?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 3:47 pm
דורך טאמבל סאס
.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 3:49 pm
דורך טאמבל סאס
קאך_לעפל האט געשריבן:וואס אייגענטליך האבן זיי געוואלט עררייכען מיטן באזוך אויף די מאנען? זיי האבן זיך געוואלט מער דערנענטערן צו ג-ט? וואס איז דאס געווען א מיליטערישע מיסיע? א סייענסטיפישע?

זיי האבן געוואלט ס'איז זאל זיין ישראל מעל לבנון.

אפשר א מאדערנע דור הפלגה

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 3:59 pm
דורך טאמבל סאס
די ישראלים זענען געווען צו עקסייטעד האבן זיי געזאגט כשם שאני רוקד כנגדך ואיני יכול 'לנגוע' בך.

פון מתרפק על דודה איז געווארן מתפרק.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 4:31 pm
דורך טאמבל סאס
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ביזדערווייל ווייסט מען נאכנישט צו די נעקסטע וועט הייסן נח אדער שמות, האלט מיט פאר ווייטערדיגע מעלדונגען...

אן ריפלעקשן, אז ס'וועט זיין נח, ווייסט מען כאטשיג אז ס'האט גערוהט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 4:48 pm
דורך יואליש
'בראשית' דורכפאל לעיני כל ישראל.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 5:02 pm
דורך רויטע וואנצעס
בראשית... היה תהו ובהו.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 5:06 pm
דורך טאמבל סאס
זאג, איך בין אפשר פון דיינע נודניקעס?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 5:33 pm
דורך וואלווי
לא הי' צריך להתחיל מבראשית, אלא כח מעשיו הגיד לעמו לתת להם נחלת...

כ'הא קיינמאל נישט געוויסט אז רש"י האט געהאט א סענס אוו היומאר מיט סארקעזם...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 5:39 pm
דורך קאך_לעפל
אראפ געפלאשט אזוי מיר נישט דיר נישט א הונדרעט מיליאן דאללאר, אידיש אויסגעהארעוועט געלט. וויפול אידן וואלטן ווען געקענט פסח מאכן מיט די געלט? אפרים שטערן מיט אלע פסחא דקמחא חליקות אינאיינעם וואלטן ווען ארויס פון ביזנעס, ווען די געלט קומט ווען אן צו די חרדים...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 6:14 pm
דורך יואליש
וויאזוי שרייט נאר מנשה פילאף? "ניטאמאל א הוה מינה איז דא אז אלוהים ברא בראשית. די מדרש איז א סילוף, ושלטו בו ידי זרים."

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 10:51 pm
דורך מיימון
טאמבל סאס האט געשריבן:זאג, איך בין אפשר פון דיינע נודניקעס?


איך האב אלץ געמיינט עטץ זענטס די זעלבע מענטש (און אויך אפטעמיסט) איך ווייס נישט פארוואס.

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2019 3:45 am
דורך berlbalaguleh
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ביזדערווייל ווייסט מען נאכנישט צו די נעקסטע וועט הייסן נח אדער שמות, האלט מיט פאר ווייטערדיגע מעלדונגען...

רביה"ק זי"ע: שמות קען נישט זיין. ווייל קהילת מהר"א האט שוין רעזערווירט א' שמות פאר א יום טוב אין זייער קהילה...!

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2019 4:06 am
דורך וואלווי
וואלט געקאנט זיין א פרישע פארזעצונג ארטיקל פאר די צייטונג, "די בראשית יארן אין די לבנה". ממש א שאד.

ווער געדענקט..