וועגן דער אטעם - ויפח באפיו

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

וועגן דער אטעם - ויפח באפיו

שליחה דורך טאמבל סאס »

וועגן דער אטעם - ויפח באפיו

דער בלוט צורקולאציע, דער אטעם און דער הארץ זענען געקניפט און געבינדן. דער הארץ איז א מאטאר וואס האט א נערוו אינעוויינג וואס קלאפט אוועק סתם ווייל ס'קלאפט אוועק, פארשטייט זיך רעספאנדענדיג צו די געברויכן פון די קערפער, אמאל שטארקער אמאל שוואכער. דאס מאכט דעם הארץ עקספאנדן און קאנטראקטן, דינענדיג ווי א פאמפ וואס שלעפט אריין בלוט פון דער לינקער זייט און שטופט זי ארויס פון דער רעכטס. דער פאקט העלפט די בלוט מאכן נוצן פון דער הארץ צו קענען ארומטראוועלען דער גאנצער קערפער. וואס זענען אזוי שטארק די געברויכן פון די קערפער? אט דער געברויך איז דער נשמת חיים, דער רוח אפיו, קרי ליה אקסיגין. אלץ וויל אקסיגין, די בלוט די באדי טישו (רוף עס פלייש) און וואס נישט. פארוואס? ווייל אקסיגין ווערט קאנווערטערד צו ענערגיע, פונוואס ארום דרייסיג פראצענט ווערט עפישענטלי באנוצט פאר מאוועמענט און די אבריגע צו אויסגיבן היץ (און אויך וואסער און קארבאן דיאקסייד c02 – גאז - עכירות הדם ווי די ספרים רופן עס..) און א בלוט צעל זענען דא מאלעקיולס וואס האבן אזעלכע אייאן אטאמען וואס ווען זיי הונגערן נאך אביסל אקסיגין שטעקן זיי זיך ארויס דאס קעפל צום עדזש פון מאלעקיול און שרייען, נו, הלעיטנו נא מן האקסיגין הזה און ווי נאר מען שטילט זייער הונגער גייען זיי אריין צוריק אינווענדיג און זענען באפרידיגט פאר א וויילע. יעצט וואו אזוי דערגרייכט מען אז די אקסיגין זאל אנקומען צו אלע כנפות פון די קערפער? הוי אומר דורך די בלוט, זיי זענען די כמו טרעגער. וואס וועט זיין אבער אויב דער הארץ איז אין בויך און די בלוט ברויך אנקומען אין קאפ, ברויך מען האבן א פאמפ וואס איבט אויס גענוג פרעשור אויף די ארויסשטראמנדע בלוט ארויפצוגיין ביז'ן קאפ פונעם דזשיראף. דערפאר זענען די ווענט פון די ארטשעריס נעבן הארץ דיק צו קענען אויסהאלטן די פרעשור און די אדערן דין און די קאפילאריס נאך דינער צו קענען איינזאפן אקסיגין און אויסגעבן co2 אדער פארקערט. הא? וואס האסטו געזאגט? אקעי לאמיך גיין צושטאטעלעך.

סימפלי פוט, טראכטן פון די מקואות דעסקרייבט אין תלמוד אוואו מען ליפערט אדורך א רער מיט הייסע ווייסער צו הייצן דער מקוה אבער די הייס וואסער מישט זיך נישט אריין די מקוה, נאר עס ווערט כמובן אפגעקהילט דורכאויס די דזשוירני און פארלאזט די מקוה פון די אנדערע עק רער. ענליך, די לופט וואס א מענטש אטעמט אריין דורך די טראַקיע לויפט אדורך א נעץ פון רערן, אין צו די ברייטערע בראנקיי וועלכער ווערט וואס אמאל מער צעטיילט צו מערערע צווייגן, ביז צו די לונגען לאבס, ביז צו די אלוועאלוס וואס זענען אזעלכע בית קיבולים וועמענס ווענט גרעניצן זיך מיט די ווענט פון די בלוט אדערן (וועינס) וואס טראגן אין זיך אצינד בלוט וועלכע קומען פון הארץ און זענען ארעם פון אקסידזשין (און רייך פון קארבאן דיאקסייד – שפעטער מער איבער דעם) און היות די לופט-רערעלעך (קאפילעריס) וועלכע קומען אהן אין דער בית קיבול זענען אזוי קליינטשיק און דין, טוען די פרישע אקסיזשין, וועלכע ביי דעט טיים מאכן אויס לאמיר זאגן א 100 מילימיטער אין מערקורי-פרעשור (די לופט קומט לכתחילה אריין צום מענטשן ביי ארום 750 mmHg) פון די אוועראל מערקורי פרעשור פון די אריינגעאטעמטע לופט, אצינד אנטלויפן פון די לופט-רערן אריין צו די בלוט-וועינס וועלכע האבן א נידריגערע אקסידזשין פרעשור (אזוי ווי וואסער וועלכע אנטלויפט די מינוט וואס דו עפנסט א ליידיג ארט נידריגער אדער אויפ'ן זעלבן לעוול ווי דער וואסער איז ביז אצינד צוריקגעהאלטן געווארן פון גיין), ווייל נישט פארגעסן, כאטש א מענטש קען טאקע אריינאטעמען לופט ביז זיין מאקסימום יכולת אין טערמס פון וואליום (6 ליטער אין וואליום אן עווערידזש) קען ער קיינמאל נישט גענצליך זיך אויסליידיגן פון לופט, במילא בשעת ער אטעמט ארויס, בלייבט אייביג ארום 1.5 ליטער שיריים, וואס מען רופט 'סטעיל לופט' צוליב וואס זי איז שוין אצינד אויך ארעם פון אקסיגין). און יעצט צו די זעלבע צייט, געשעהט עפעס פארקערט אויך. די בלוט וועינס וואס טראגן אויסגענוצטע בלוט אזוי צו זאגן - רייך פון קארבאן דיאקסייד - (די וועיסט (שמוץ) פראדוקט פראדוצירט ווי א ביי-פראדוקט בשעת'ן קאנווערטן עסן\בלוט (און כמובן אקסיגין) צו ענערגיע) טוען ארויסלאזן די קארבאן דיאקסייד אריין צו די אלוועאלוס פון וואנעט עס קען (צוזאמען מיט די פארבליבענע סטעיל לופט פון דער פריערדיגער ארויס-אטעם) פארלאזן די קערפער (דורך די טראקיע) ארויף צו די אטמעספערע, און אויסמישענדיג זיך מיט די נפיחות, צוהעלפן ארויפטרייבן גלאבעל ווארמינג.

די פרישע אקסיגין-רייכע בלוט פארט ווייטער צום הארץ און ארום די גאנצע קעפער אוואו עס גייט דורך אן ענליכע אבער פארקערטע פראצעדור: מיט די הילף פון א נעץ פון קאפילאריס און וועניולס, אזעלכע קליינטשיגע רערלעך, (ארום צוויי מייקראנס – א מיליאנסטל פון א מיטער - וועלכע לאזן אדורך בלויז איין בלוט צעל אויף אמאל) פיקט עס אויף די קארבאן דיאקסייד פון די באדי-טישו און ס'דעליווערט אקסיגין אריין צו די באדי-טישו (ווי אויך צו די הארץ זעלבסט) און דא אויך אויף די זעלבע פרינציפ, די פארשעל פרעשור פון אקסיגין קאמפענענט אין די בלוט-וועינס וואס איז אצינד העכער פון די פארשעל (partial) פרעשור אין די באדי-טישו העלפט די אויסטויש פון די אקסיגין, און די co2 וכדומה אנדערע וועיסט ארויס פון די באדי טישו.

המשך אולי און אויב כ'וועל האבן נערווען, אביסל פיקשערס.
א מאנומיטער צו פארשטיין לופט פרעשור געמאסטן אין mmHg. https://en.wikipedia.org/wiki/Manometer
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

Re: וועגן דער אטעם - ויפח באפיו

שליחה דורך חסיד פון ליטא »

געוואלדיג!

טישו איז חלב אדער שומן.
די מוסקולען זענען פלייש.
פארשפארט