הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
- calculator
- היימישער באניצער
- הודעות: 368
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
די לעצטע פאר חדשים הער איך אים אויס אויף "תורה-עני-טיים" אין אויף זיין "במנוחות ינהלינו האט-ליין", איך בין ממש ערשטוינט פון דעם איד, איך מיין ער איז היינט דער איינציגסטער מורה הוראה פון די חסידישע קרייזן וואס פארשטייט צום דור, אין ער האט ארויס אינזער קאראפטע סאסייעטי וואס איז דורך געפאולט מיט אסאך צודרייטע הנחות און הנהגות און אייגען געבאקטע הלכות דאורייתא'ס מיט דרבנן'ס, איך האב אויסגעהערט 100'טע פון זיינע קורץ און שארפע שיעורים אין הלכות בהרבה מקצועת בתורה, ווי ער האלט שוין אריבער 700 שיעורים, ווי ער שטעלט אוועק וואס איז אן הלכה און וואס א מנהג און וואס איז סתם שטותים, אן קיין סאסייעטי חשבונות בלויז וואס דער אייבערשטער וויל פין אונז, אין מען זעהט פין זיין רעדן ווי ער מיינט עס אמת'דיג, נישט סתם וויאזוי מענטשען וואלטן געריפן אזא מענטש, קל, אויפגעקלערטער. יא, אויפגעקלערט אבער מיט א יראת שמים להורות את המעשה אשר יעשון. אין בפרט בין איך זייער נתפעל געווארן פין הלכות כיבוד אב ואם, יחוד, עונה, צניעות, אבער אין אלעס נישט נאר אין הלכה נאר אויך אין שלום בית חינוך ווי ער גייט צי צו עס מיט אזא מין תורה'דיגע צוגאנג הפלא ופלא, ממש קולע אל השערה.
נו. קומט זיך אים אן עקסטער'ן אשכול
נו. קומט זיך אים אן עקסטער'ן אשכול
- calculator
- היימישער באניצער
- הודעות: 368
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
דאכצעך אז די אשכול איבער איהם איז אין מאחורי.
איך פערזענליך גלייך איהם נישט צו סך, אבער כ'ווייס פון אסאך וואס האבן זייער הנאה געהאט פון זיינע שיעורים און עס האט געטוישט זייער לעבן.
לדעתי איז א שאד אבער אז ער האט אביסל איבערגעצויגן דאס שטריק, ווען ער זאגט ווען אביסל ווייניגער אפען געוויסע זאכן, וואלט ער נישט מבאיש ריחו געווען, און וואלט געקענט אויפטוהן אסאך מער.
(לדוגמא, אויף די שאלות ותשובות סעריעס זענען זייער אסאך בייז וכדומה)
מהר"א האט גערעדט בכלליות איבער מדריכים וואס זענען נישט אונטער זיין שליטה, ולא שמעתי אינו ראיה.

- שריפטשטעלער
- הודעות: 702
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
- האט שוין געלייקט: 394 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל
בן ישי האט געשריבן:וואס האט די רבי געזאגט?
מהר"א האט אים גאר שטארק אראפגעפליקט און אונטערגעריסן.
בתוה"ד האט ער געזאגט בערך ווי פאלגענד: אונזער קהילה שטעלט צו פאר יעדן אן אויסנאם חתן מדריכים, די א.ג. מדריכים פון פארשידענע ערטער זענען ריקים און מנוולים, בפרט דער הרב פלוני וועלכער איז זעלבסט ארויסגעווארפן פון זיין קהילה און ער פאררופט זיך אלס דיין. מ'וועט פון היינט און ווייטער שטרענג פארסירן די וועלכע ברענגען אים דא אריין אין שטאט און טוען ארגאנעזירן אייגענע שיעורים מיט אים. וכו' וכו'
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
בן ישי האט געשריבן:זיין סייט
https://pricelessknowledge.com
וואס זאגט ער priceless, ס'האט דאך יא פרייזן דארט?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- calculator
- היימישער באניצער
- הודעות: 368
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
בשעת איך האב געפענט די אשכול האב איך נישט געהאט געוויסט אז ר' אהרן זאל מיר זיין געזונט האט זיך געעפענט נעכטן זיין מויל אנטקעגן אים, ווען יא וואלט איך מיך אוודאי נישט דערוואגט צי עפענען אן אשכול אנטקעגן דעם דעת פונעם חכם מכל אדם, אבער זאג פאר ר' אהרן'ען אז ער זאל זיך פארמאכן זיין מויל, ווייל עס איז מוחזק אז ווען ער רעדט מאכט ער זיך נאר קאליע, ביי די בארקלעס ראלי האט ער גערעדט אנטקעגן האבן די זאליס געהאט א הצלחה און יעצט ביי די ארטער-עש ראלי איז ער געווען שטיל האבן די זאליס געהאט א דורכפאל.
- calculator
- היימישער באניצער
- הודעות: 368
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
דאס האב איך טאקע ארויסגעברענגט אז ער רעכנט זיך נישט מיט די סאסייעטי, ווען ער זאל רעדן ווייניגער אפען געוויסע זאכן (דהיינו זיך רעכענען מיט די סאסייעטי'ס הנחות און נישט מיט די תורה) וואלט זיין בליק אין אידישקייט בכלל נישט געווען אויף אזא קלארע פארנעם ווי אזוי ער האט יעצט, ווואלט ער אויסגעקוקט ווי די אנדערע שיינע און גוטע בעלי דרשנים און דיינים וואס האבן טאקע אויבן אויף מער הצלחה און זיי זענען מער אנגענומען אבער באדעם ליין זענען זיי פול אויף בעלאני.נעגעל וואסער האט געשריבן:דאכצעך אז די אשכול איבער איהם איז אין מאחורי.
לדעתי איז א שאד אבער אז ער האט אביסל איבערגעצויגן דאס שטריק, ווען ער זאגט ווען אביסל ווייניגער אפען געוויסע זאכן, וואלט ער נישט מבאיש ריחו געווען, און וואלט געקענט אויפטוען אסאך מער.
(לדוגמא, אויף די שאלות ותשובות סעריעס זענען זייער אסאך בייז וכדומה)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1702
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
לבי ובשרי האט געשריבן:בן ישי האט געשריבן:וואס האט די רבי געזאגט?
מהר"א האט אים גאר שטארק אראפגעפליקט און אונטערגעריסן.
בתוה"ד האט ער געזאגט בערך ווי פאלגענד: אונזער קהילה שטעלט צו פאר יעדן אן אויסנאם חתן מדריכים, די א.ג. מדריכים פון פארשידענע ערטער זענען ריקים און מנוולים, בפרט דער הרב פלוני וועלכער איז זעלבסט ארויסגעווארפן פון זיין קהילה און ער פאררופט זיך אלס דיין. מ'וועט פון היינט און ווייטער שטרענג פארסירן די וועלכע ברענגען אים דא אריין אין שטאט און טוען ארגאנעזירן אייגענע שיעורים מיט אים. וכו' וכו'
ער געבט דרשות אין קרית וואך?
האט מהר"א דערמאנט זיין נאמען?
דוד בן ישי עבדך משיחך
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 702
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
- האט שוין געלייקט: 394 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל
בן ישי האט געשריבן:לבי ובשרי האט געשריבן:בן ישי האט געשריבן:וואס האט די רבי געזאגט?
מהר"א האט אים גאר שטארק אראפגעפליקט און אונטערגעריסן.
בתוה"ד האט ער געזאגט בערך ווי פאלגענד: אונזער קהילה שטעלט צו פאר יעדן אן אויסנאם חתן מדריכים, די א.ג. מדריכים פון פארשידענע ערטער זענען ריקים און מנוולים, בפרט דער הרב פלוני וועלכער איז זעלבסט ארויסגעווארפן פון זיין קהילה און ער פאררופט זיך אלס דיין. מ'וועט פון היינט און ווייטער שטרענג פארסירן די וועלכע ברענגען אים דא אריין אין שטאט און טוען ארגאנעזירן אייגענע שיעורים מיט אים. וכו' וכו'
ער געבט דרשות אין קרית וואך?
האט מהר"א דערמאנט זיין נאמען?
א) יא, ער פלעגט צו מענטשן אינדערהיים, גרופעס, פאר קורסעס.
ב) ניין.
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
יעקב מענטש האט געשריבן:צו האבן א ריכטיגן בילד איבער אים, ברויך מען האבן דא איינעם וואס זאל אראפשרייבן זיין דרשה ביי 'קרבתנו' וואס ער גיבט שבת נאכמיטאג ווען מ'קען נישט רעקארדירן.
כפי ידיעתי האט מען איהם שוין נישט גערופן צום היי יעריגן שבת קרבתנו, שוין צו לינק פאר זיי אויך.
קארעקט מי איף איים wראנג.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
נעגעל וואסער האט געשריבן:יעקב מענטש האט געשריבן:צו האבן א ריכטיגן בילד איבער אים, ברויך מען האבן דא איינעם וואס זאל אראפשרייבן זיין דרשה ביי 'קרבתנו' וואס ער גיבט שבת נאכמיטאג ווען מ'קען נישט רעקארדירן.
כפי ידיעתי האט מען איהם שוין נישט גערופן צום היי יעריגן שבת קרבתנו, שוין צו לינק פאר זיי אויך.
קארעקט מי איף איים wראנג.
נישט זיכער צו ס'האט מיט לינק ווס. רעכט, איך ווייס נישט צו ביי די לינקע איז יא דא אזוינע סארט דרשות.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 235
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל
איך זעע יעצט אז ער האט אנגעפאנגען זאגען שיעורים אויף שיר השירים.
איך גלייב סוועט זיין א גרויסע אינטרעסע און זיינע שיר השירים שיעורים.
ער זאגט און זיין הקדמה אז נאך אלע פשטים מוז מען פארשטיין די פשט אז נישט העט מען נישט פארשטיין די נמשל, איז זעעט אויס אז ער גייט מאכען א לענגס און א ברייטס אויף די פשט הכתוב.
דער עולם קען עקספעקטען טיפע לאוו שיעורים
https://t.me/JewishLectures/10476
איך גלייב סוועט זיין א גרויסע אינטרעסע און זיינע שיר השירים שיעורים.
ער זאגט און זיין הקדמה אז נאך אלע פשטים מוז מען פארשטיין די פשט אז נישט העט מען נישט פארשטיין די נמשל, איז זעעט אויס אז ער גייט מאכען א לענגס און א ברייטס אויף די פשט הכתוב.
דער עולם קען עקספעקטען טיפע לאוו שיעורים
https://t.me/JewishLectures/10476
- calculator
- היימישער באניצער
- הודעות: 368
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
אספקלריה האט געשריבן:איך זעע יעצט אז ער האט אנגעפאנגען זאגן שיעורים אויף שיר השירים.
דער עולם קען עקספעקטן טיפע לאוו שיעורים
עטץ זענטס א באנדע מצומצמים. רעדן פון אהבה אדער לאוו ווי אזוי דו רופסט עס, איז נאר אינטערסאנט פאר די חזירים ווען די מטרה פון דער וואס רעדט איז אויך אויף שמוץ, נאר ע"פ תורה, אויב אבער מיינט ער נאר די תכלית פאר זיך ווייל תורה היא וללמוד אני צריך, טרעפן זיך נישט די חזירים דאס פלאץ, ווער עס הערט אויס אפאר שיעורים פון ר' שמואל שפירט גראד אז מטרתו איז נאר ווייל ער האט ליב דעם אמת כמו שהוא.
(ווען מען זאל ווען דרוקן תלמוד בבלי וירושלמי אין אונזער היינטיגע פאלשע צניעות'דיגע וועלט וואלט מען אסאך גמרות ארויסגענומען).
מיינט נישט איך בין סתם א פען פאר אים, איך קען אים נאר פין זיינע שיעורים, איך האב אים נאך קיינמאל נישט געזעהן לייוו, נאר את האמת אהבתי ואת שקר שנאתי.
אגב, רוב שיעורים פין אים איז נישט פון די ענינים, אבער אין אלעס גייט ער צן מיטן זעלבן מהלך.
- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
בל"נ וועל איך איין טאג אים באשרייבן, סיי אלס מורה הוראה און סיי אלס מומחה בשלום בית/תורת הנפש וכו'. און אויך אלע מיינע עקספיריענסעס מיט אים.
נאר אפאר נקודות פאר יעצט,
א) ער האט א לויזן וועג פון רעדן. נישט שמוציג אדער שלעכט נאר זייער לויז.
ב) ער איז א מורה הוראה מובהק, גענומען הוראה און שימוש ביי גאר גרויסע רבנים, ממילא האט ער א אינטרעסאנטע דרך פסק, אמאל גאר לויז און אמאל שטארק מחמיר.
און בכלל זה נכלל ער איז נישט קיין רעכטער און נישט קיין לינקער! ער איז וואס ער איז, אין איין ענין אזוי און א אנדערע ענין קען ער זיין פונקט פארקערט.
(ווער עס האט געליינט זיין ביכל nine to five וועט זיך אנשטויסן דערמיט. אגב עס איז שוין אפאר מאל איבערגעדריקט געווארן און אסאך שפראכן. ער האט נאך אפאר ספרים, א שו"ת ספר קל כנשר, א ספר אויף קצות און נאך).
ג) ער איז באמת א ירא שמים!
ד) ער איז גאר honest, סיי מיט זיך סיי מיט אנדערע.
ה) ער איז א געלערנטער טערעפיסט דורך גאר וועלט-בארימטע פסיכאלאגן, אבער נאר וואס ער האט זיך געלערנט פון זיי קען ער גוט. (ער איז אבער אויך עוסק און אנדער מענטל העלט ענינים וואס ער האט זיך נישט געלערנט ביי זיי, און אין יענע תחומים סאקט עס.. לענ"ד)
ו) ער ברענגט זיך זייער אסאך מאל נישט גוט ארויס. Hard to express himself. דהיינו אסאך מאל זאגט ער זאכן ער פרובירט זיך מסביר זיין און מען פארשטייט אים נאכאלץ נישט גוט. מענטשן זענען זיך טועה פון זיינע ווערטער.. און ער רעדט אסאך מאל מיט טעותים, אין זיין שכל ווייסט ער וואס ער וויל, אבער עס זאגט זיך שווער ארויס. (מען דארף אים הערן גענוג צו פארשטיין וואס איך מיין), און בשיטה גייט אים עס נישט אן..
צו פארשטיין די שיטה דארף מען קויפן איינע פון די שלוות הנפש שיעורים...
ז) ער העלפט הונדערטער צו טויזענטער אידן א יאר! מיט שלום בית, מענטל העלט, און סתם אזוי אלס אוזן קושבת און מורה הוראה, ועכ"ז האט ער נישט קיין פרוטה! (מען שאפט אים געלט צו חתונה מאכן).
ח) גדולי מורי הוראה שיקן אים מענטשן מיט OCD אס ער זאל זיין זייער דיין פאר זייערע שאלות.. ער האט אפאר שיעורים פאר רבנים מורי הוראות און מחנכים וויאזוי זיך צו אומגיין מיט מענטשן וואס ליידן פון OCD וכדו' אין הלכה. סיי הלכות נדה, סיי בשר בחלב און נאך, ווען מען איז מחמיר און ווען מען איז מקיל, בשיעור עיון בעניני תורת הנפש וויאזוי צו וויסן ווען איינער מיט OCD פרעגט א שאלה, "אבער אפשר..." אויב איז עס טאקע אזוי ווי ער פרעגט אדער נישט, און לגבי וועלכע הלכות מען קען זיך פארלאזן אויף די חזקה. (בתוכם גייט ער אריבער פילע כללי הוראה, ובעיקר איזה שאלות הם ספק דאורייתא ואיזה ספק דרבנן ויכולים להקל).
ט) זיינע שונאים זענען מודה אז ער איז גערעכט אין אסאך ענינים מיט אן "אבער" צו דער זייט..
י) ער איז א שונא מובהק פון סעלפאונס! כשר'ע פונקט ווי מאושר! סמארטפאון און "זך" איז ביי אים די סעים לעוועל, לאז עס אין קאר! בעט ער זיך מיט טרערן צו די אינגעלייט. נישט אויף ווייברעיט נאר קאמפליטלי off ווען מען איז אינדערהיים מיט די ווייב..
ובלי נדר עוד ארחב מיט א באזונדע באשרייבונג אויף אים.

- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
כגלייב נישט אז מהאט אים ארויסגעווארפן פון וויזניץ. איינער ווייסט דא אויב סאיז טאקע אמת?
זיין טאטע, זיין גאנצע משפחה, זיין שווער הרה״ח ר׳ יחיאל לעבאוויטש זענען ממש איין שטיק וויזניץ מאנסי. זיין טאטע איז געוועהן די נענטסטע מענטש צו ר׳ מאטעלע. ווען ער האט זיך געצויגן קיין מאנסי האט ר׳ מאטעלע געבעטן הרה״ג ר׳ אברהם ניסן ניימאן ער זאל מיטקומען. און ער האט אים געזאגט ״אָן דיר גיי איך נישט״. ער איז טאקע געוועהן פון די ״עשרה ראשונים״. זיין שווער ר׳ יחיאל איז געוועהן די ערשטע היימישע קאָנטראַקטאר אין מאנסי ער האט געבויט גאנצע גאסן דארט און פון די נענטסטע מענטשען צו ר׳ מאטעלע.
א זעלטענהייט, ר׳ מאטעלע טאנצט מיט א שטריימל אויף די חתונה פון הרה״ג ר׳ אברהם ניסן ניימאן אין יאר תשי"ב
לינקס איז ר' חיים סענדער ניימאן ז"ל (שווער פונעם ריבניצער זי"ע), א שוועסטער-קינד מיט ר' אברהם ניסן שליט"א

Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius