בלאט 1 פון 1

ארגאן דאנאר בילל - פראבלעמאטיש?

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2019 8:47 am
דורך חתם סופר
איך ליין היינט אין די דעילי איד

פראבלעמאטישע "ארגאן דאונער" ביל
אלבאני – א ניו יארקער אסעמבלימאן האט אויפגעברענגט א געזעץ פארשלאג איבער "ארגאן דאונערס", וואס קען זיין פראבלעמאטיש פאר אידישע איינוואוינער. אסעמבלימאן פעט בורק זאגט, אז זיין געזעץ פארשלאג וועט ברענגען אז יעדער ניו יארקער איינוואוינער וועט אויטאמאטיש ווערן רעגיסטרירט אלס "ארגאן דאונער", ווי נאר מען ווערט אכצן יאר, און אויב וויל מען נישט זיין אויף דער ליסטע, וועט מען זיך דארפן עקסטער בעטן. דאס וועט שאפן קאמפליקאציעס, ווייל יעדער איד וועט דארפן אינזין האבן זיך אראפצונעמען פון דער ליסטע.


ס'איז טאקע א חסרון אז יעדע איד וועט דארפען געדענקען איין מאל אין לעבן ווען מ'ווערט אכצען אראפצוגיין פון די ליסט, אבער די מעלה איז אסאך אסאך מער ווייל דאס וועט ברענגען אסאך מער עוועילעבל ארגאנס וואס וועט בענעפיטן אידן אויך.

לוינט זיך נישט די קליינע טירחא צו דארפען געדענקען אראפצוגיין פון די ליסט ווען מ'ווערט 18 כדי צו קענען האבן עוועילעבל אסאך מער ארגענס על כל צרה שלא תבוא??