פסח אויסגאבעס תשע"ט

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
[NAMELESS]

פסח אויסגאבעס תשע"ט

שליחה דורך [NAMELESS] »

די ניוססטענדס ווערען שוין פיל און נאך פילער מיט צייטונגן און מעגאזינען און אלע סארטען אויסגאבעס למינהם לכבוד יו"ט און יעדער שטייגט איבער די אנדערע מיט באמבאסטישע דעקלעך אין ארטיגלען

צייטונג
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איד
חלזון
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 24, 2014 7:42 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך חלזון »

אריינבליק אין אינהאלט פון מאמענט מעגא פסח נומער

4 ביכלעך


קדוש במלוכה - אן ערשטמאליגן גרינטליכן אריינבליק אין דעם געהויבענעם דמות פון כ"ק מרן אדמו"ר מסקולען שליט"א \ הרב שמעון שלמה זילבער

סקולענער אורות - באקענט זיך מיט די געהויבענע אחים האדמורי"ם לבית סקולען מוויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, לעיקוואד \ הרב אליהו יואל גליק

פסח אין אידישע שטיבער - פראיעקט: 10 אידן פון 10 אנדערע קהלות דערציילן זייערע אייגנארטיגע פסח מנהגים און חומרות, און שילדערן וויאזוי זיי פראווען א סדר-נאכט
הרה"ג ר' אברהם יהושע העשיל שליט"א מקאפישניץ, בארא פארק - קאפיטשניץ \ ר' יהושע העכט, קראון הייטס - ליובאוויטש \ ר' אברהם האלפערן, מאנטריאל - וויזשניץ \ ר' יואליש קרויס, ירושלים - ירושלימ'ער חסידיש \ ר' בערל איגל, בארא פארק - בעלזא \ ר' אברהם ר., וויליאמסבורג - קלויזנבורג \ ר' שמחה פרידמאן - לעיקוואד - ליטוויש \ ר' יואל אונגאר, שיכון סקווירא - סקווירא \ ר' זלמן גאלדשטיין, וויליאמסבורג (ראזענפעלד'ס גראסערי) - סאטמאר \ הרב עוזיאל אדמוני (ראטה), רב דקהל בני יוסף ומו"ץ בבי"ד תורה ומשפט, פלעטבוש - ספרדיש

דער ניין-פאכיגער יחץ אין וויזשניץ - די וויזשניצער ירושה חלוקה אנטהאלט הונדערטער היסטארישע חפיצים אין ווערד פון מיליאנען דאלארן. וויאזוי זענען צוגעגאנגען די פארהאנדלונגען צווישן די אחים האדמורי"ם און ווער האט למעשה באקומען וועלכן פעקל? ליינט אין דעם אינטערעסאנטן באריכט

מיין באזוך אין לינדען - און דער רעוואלוציאנערישער הייזער-פארקויף סיסטעם \ יואל אדלער

'הארץ' אין כאר - ערשטמאליגער אינטערוויו מיט'ן קאפעליע מייסטער ר' אבא בערקאוויטש פון "לב-וואויסעס", וועלכער האט איבערגעפרישט דעם באדייט פון קלאסישע חסידישע נגינה \ הרב אליעזר ראזען

יציאת ברוקלין - פראיעקט: די אויסוואנדערונג פון חרדישן אידנטום פונעם ברוקלינעם ישיבת כרכים קשה
וויליאמסבורג: יואל גרובער /// דזשערזי סיטי: משה בעריש ווייסמאן /// בלומינגבורג: זלמן שפירא /// גלילות קרית יואל: מתתיהו דייטש /// מאנסי אומגעגנט: מתתיהו דייטש /// סטעטן איילענד: הרב שמעון שלמה זילבער /// לינדען: אליהו יואל גליק /// לעיקוואד: משה לאנדא

יחץ אָן לחץ - שמחה און חינוך ביים סדר נאכט \ הרב אליהו יואל גליק

א ישיבה ווי א היים - אויסשליסליכע אינטערוויוען מיט די רביים פון "ישיבת היכל התלמוד" וואס רעוואלוציאנירט דער עולם הישיבות \ חנוך גרינבערגער

מאמענטאל: מיזעלס און מידיע-העצע - ר' יאסי געשטעטנער /// א שיסעריי דריל אין קוויבעק - אהרן יהודה ווייזער /// אבזערוואציעס ביים כינוס אין ארטער עש - יודל הירש /// א רבי'שע חתונה ביים ראש הכולל ערב שבת - מנחם גאלד


<<ביכל ב'>>

צא ולמד - שיחת החג מיט'ן עילוי'שן גדול הגאון האדיר רבי יחיאל מיכל זילבער שליט"א, באקאנט אלס דער גרעסטער מגיד-שיעור אין דער וועלט \ הרב שמעון שלמה זילבער

הכוכב מלאָנדאָן - ענדלאזער קוואל פון אינטערעסאנטע געשיכטעס און זכרונות פון צדיקים אין אויסשליסליכן אינטערוויו מיט'ן וועלט-בארימטן בדחן און פה מפיק מרגליות הרב החסיד רבי ישראל שטערן \ הרב אליעזר ראזען
יוגנט בצל רבי יאנקעלע און רבי יהודה'לע - אלס סאטמארער תלמיד אין סענז סטריט - אלס בדחן אין בעלזא אויפ'ן טיש - שימוש ביי אמאליגע בדחנים - א שטערן וואס רייזט איבער דער גאנצער וועלט

פון אוזבעקיסטאן צו בארא פארק:
שטימע-מייסטער ר׳ אברהם יוסף איזראעל שילדערט זיין מסירת נפש'דיגע לעבנס-געשיכטע און ווי ער נוצט זיין טאלאנט צו שארפן די שטימעס פון די גרעסטע זינגערס \ אהרן יוסף שפילמאן

איש מפורסם היה - פראיעקט: די באהאלטענע זייטן פון דאס לעבן פון אן עושר, א פאפולערן מענטש און א בנש"ק וואס איר האט קיינמאל ביז היינט נישט געהערט

כל דכפין - ווען דער וואגשאל האט געוויזן "אזא" נומער און קיין שום דיעטע האט עס נישט באוויזן אראפצוברענגען, האב איך געוואוסט אז די איינציגסטע ברירה איז א "סליוו" אפעראציע. אט איז א דעטאלירטע שילדערונג וויאזוי איך האב דורכגעמאכט דעם פראצעדור און וויאזוי עס שפירט צו אראפגיין 7 סייזעס - דערווייל...

ויהי ממחרת הכינוס - הרה״ח ר׳ יצחק אייזיק דאסקאל הי״ו, מגדולי עסקני חצר הקודש סאטמאר, ענטפערט אלע שאלות איבער דעם מעמד אדיר \ מנחם גאלד

יציאת אינדיע -
מעשה שהיה: די דראמאטישע געשיכטע פון רונן דבש וועלכער איז אנטלאפן פון דער מערסטע באוואכטער תפיסה אין אינדיע \ ב. האניג

בליץ רעוואלוציע - ביזנעס גערעדט מיט ענערגישן און מאטיווירטן ר' דובי וואלטער פון 'בליץ', וויאזוי סוקסעספולע ביזנעסער בענעפיטירן פון טעכנאלאגישע פארשריט \ חנוך גרינבערגער
פארשפארט