בלאט 1 פון 1
הצדיק עזריאל טויבער זצללה"ה
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 5:46 pm
דורך ימים ידברו
ליידער עלה המוות בחלונינו הרב החסיד הגאון הצדיק בנש"ק רבי עזריאל טויבער זצללה"ה, און מיט א טרערען די טאג פון בדיקת חמץ באגלייטען מיט געבויגענע קעפ די ארון הקודש פון דעם צדיק! וואס האט מפקיר געווען מליאנען פאר אמונה פאר יהדות פאר תורה פאר טהרת המשפחה, דער גרעסטע מזכה הרבים נאכען קריג! מעמיד געווען הדת על תלה מעמיד געווען לגינות פון תורה מייסד געווען צענדליגער ארגענזאציעס פאר חינוך תורה הלכה בעלי תשובות ואכמ"ל,
עס איז זייער פארארימט געווארען אונזערע ארימע דור אוי מי יתן לנו תמורתו!אפען שפיץ גאפעל האטער מייסד געווען, מכון להוראה, אור שמח, שלהבת, טויבערס ישיבה לימים שערי אפרים, אור תורה שאץ, ארויסגעעגבען די ספרים פון הגאון רבי יעקב בלויא זצ"ל, ועוד הרבה
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 5:50 pm
דורך לבי ובשרי
בד"ה
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 6:32 pm
דורך קוקי
.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 11:05 pm
דורך פרייוויליג
איז ער נישט געווען געזונט?
א טייערע איד געווען, א סך געלערנט זיינע ספרים. אן איש מחשבה. זי"ע.
ער איז אוועק אין די זעלבע תקופה פון זיין לאנגיעריגע חבר רבי שמשון פינקוס זצ"ל וואס איז אוועק י"ב ניסן.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 11:19 pm
דורך שמעקעדיג
ער האט זיך נעבעך געמוטשעט יארן מיט די מחלה ל"ע. שוין געווארן געזונט לעצטע יאר, געפראוועט א סעודת הודאה וואס יענע דרשה איז געגאנגען וויירעל, און איז ליידער קורץ דערנאך צוריקגעפאלן.
יהא זכרו ברוך, די נשמה קומט ארויף בעולם העליון מלא זכותים פון צוריקברענגען אזויפיל אידן צו א אמת'ע, טיפע, אויטענטישע אידישקייט, נישט נאר קירוב רחוקים נאר אויך קרובים. איך זעלבסט האב אסאך נהנה געווען פון זיינע שיעורים און שבתים ביי שלהבת. זאל ער רוען אין לעכטיגן גן עדן.
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2019 12:54 am
דורך איסר האטלקי
ר' בערל איז זיין זון?
אויב יא האט ער זיך מסתמא מקבל געווען צו געבן לעילו נשמתו 200 דרשות התעוררות קעגן די פיג-איי (Pig I) הטעכנאלאגיע בתוך השנה.
א מעשה מיט ר' עזריאל
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2019 5:43 am
דורך זאפטיג
ביי איינער פון די סעמינארן פאר בעלי תשובה האט א פרייע איד געוואלט גיין רייעכערן א ציגארעטל אום שב''ק האט אים ר' עזריאל ז''ל געזאגט ווען דער רבש''ע האט נישט מער קיין ציגארעטן און ער קומט ביי דיר שנארן א ציגארעטל וואלסטו אים געגעבן? אפילו עס איז דיין לעצטע ציגארעטל?
אזוי האט דער איד א גאנץ שבת געגעגבן ציגארעטן פארן רבש''ע און נישט גערייכערט.
יהא זכרו ברוך
ר' עזריאל WE MISS YOU
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2019 2:05 am
דורך [NAMELESS]
איינער האט א פיקטשער פון אים אין די לעצטע תקופה?
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2019 4:52 pm
דורך [NAMELESS]
מאך זיכער האט געשריבן:איינער האט א פיקטשער פון אים אין די לעצטע תקופה?
קרעדיט: כל העולם

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 12:20 am
דורך [NAMELESS]
ממש א שוידער, ער זעט אויס ווי א שאטן, ער איז זיכער יעצט אויף א בעסערע פלאץ.