בלאט 1 פון 1

א רעזאלוציע אין די יו-ען: פארדאמונג פון אנטי-גוי'איזם

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 9:42 am
דורך מיימון
[center] U בילד N [/center]
אדר א' שנת ו' אלפים א' (6121 לויט די אידישע ציילונג. 2241 לויט די קריסטליכע)

אידישע שפראך דורך: די א'פיס פאר א'ידיש אין די יו.ען. (אאי"נ OYUN)

רעזאלוציע נומ: G007-56-4483

אין קורצן:
אין די יו.ען. איז אדורכגעפירט געווארן א רעזאלוציע וואס טוט פארדאמען יעדע סארט אויסדרוק פון אנטי-גוי'איזם וואס טוט סטערעאטייפן א גאנצע קבוצה פון מענטשן און זיי דערנידערן. די פעלקער רופן פאר אנערקענונג און צווישן-לעבן פון די מענטשהייט מיט שלום און אחדות פאר'ן וואוילזיין פון די מענטשהייט.

ערקלערונג:
אזוי ווי עס זענען שוין אדורך לאנגע יארן זינט די יו. ען. האט ערפאלגרייך באקעמפט און אויסגעראטן אנטיסעמיטיזם און איסלאמאפאביע וואס פלעגט זיין גאר שטארק פארשפרייט הונדערטער יאר צוריק און האט געפלאגט די וועלט פאר טויזנטער יארן, זענען מיר געווארן אויפמערקזאם צו א פיל קלענערן אבער אויך וויכטיגן סארט פון האסע און פיינטשאפט וואס איז שטארק פארשפרייט צווישן די מיליאנען אידיש-רעדנדע בירגער פון די לענדער: אמעריקא, ישראל, בריטאניע, בעלגיע, קאנאדע, קאליפארניע (יו. ען. מיטגלידער) און פאלם-טרי (א נישט יו. ען. לאנד).

אנטי-גוי'איזם נעמט אריין א רעטאריק וואס דרוקט אויס דערנידערונג און פיינטשאפט צו די "גוים" וואס מיינט בעיקר ווייסע קריסטליכע איינוואוינער פון אייראפע און אמעריקא, כאטש אין ברייטערן טערמין קען זיך עס אויך באציען צו אלע מענטשן וואס זענען נישט קיין מיטגלידער פון דעם אידישן פאלק. עס קומט אין פארשידענע פארמען, פון צו אנדייטן אז "גוים" זענען טמא און נאריש, ביז פרעדיגן אז אלע "גוים" וועלן גיין אין גיהנום אדער וועלן זיין קנעכט פאר אידן.

אנטי-גוי'איזם ווערט געפרעדיגט אין טייל שולעס וואו קינדער ווערן געפיטערט מיט האס און פיינטשאפט קעגן די "גוים" פון קליינווייז אן, זיך באנוצנדיג מיט אנטי-גוי'אישע סטעריאטיפן פון דעם מיטל-אלטער ווצב"ש אז אלע "גוים" זענען נאריש, שמוציג און שלעכט, א זאך וואס ברענגט אריין א פיינטשאפט אין די הערצער פון יונגע קינדער נאך איידער זיי קענען זיך אפילו באקענען מיט די וועלט.

די אנטי-גוי'אישע רעטאריק פירט אפט צו שריט, ווי אויסנארן און אויספאפן נישט-אידישע מענטשן אדער אונטערשטעלן שפיצלעך פאר נישט-אידישע ארבעטערס אין שולעס און קעמפס. פילע רייניגער אין די שולן (רעליגיעזע ערטער) טוען זיך באקלאגן אז מען לאכט פון זיי צוליב זייער נאציאנאליטעט, א זאך וואס איז אומאקצעפטירבאר. אין געוויסע פעלער איז שוין אפילו געקומען צו פיזישע אדער פראפערטי שאדן.

א שטודיע וואס די יו. ען. האט אדורכגעפירט ווייזט אז אכציג פראצענט פון די ארטאדאקסישע אידן באנוצן זיך טעגליך מיט נעגאטיווע אויסדרוקן און דערנידערנדע טיטלען קעגן "גוים" (ווי "שרץ", "שקצים", "שיקסע" און נאך) און א גרויס טייל גלייבן אז אידן האבן מער רעכטן ווי "גוים". א אומאידענטיפיצירטער חלק פון זיי באנוצן זיך מיט קללות צו שעלטן די "גוים" און גלייבן אז זיי דארפן איבערנעמען אלע אידישע צרות און קרענק. און טייל טוען אקטיוו מתפלל זיין אויף די פארניכטונג פון אלע "גוים" ווען דער אידישער אויסלייזער קומט אן.

די יו. ען. טוט דעריבער שארף רופן פאר א אויפהער צו די סארט העצערייען און פיינטשאפט צו אנדערע מענטשן בלויז באזירט אויף זייער אפשטאם און גלויבן. זי פאדערט אויף דאס אידישע פאלק צו געדענקען די יארן וואס זיי זענען גע'רודפ'ט געווארן בלויז וויבאלד זיי זענען נישט קריסטן אדער מוסלעמענער און זענען אפגעשפעט געווארן מיט סטעריאטיפן ווצב"ש אז אלע אידן זענען גנבים אדער שווינדלער. די פלאג וואס דאס האט געשאפן פאר אידן איז אומבאשרייבליך און איז צום פרייד שוין אינגאנצן אויסגעראטן. דאס זעלבע זאלן די אידן נעמען אין באטראכט אין באצוג צו זייערע "גוי'אישע" שכנים און קאלעגן.

די יו. ען. טוט שארף רופן פאר א אויפוואכונג צו נוצן אויפמערקזאמקייט צו די רעטאריק מיט וואס מען באנוצט זיך. און טוט אויפפאדערן יעדן קערפערשאפט צו אכטונג געבן אויף די רייד וואס מען נוצט, ארויסצונעמען דערפון יעדן סארט פיינטשאפט און ביגאטרי און דערנידערונג צו אנדערע מענטשן, פעלקער, ראסן און רעליגיעס, און שטרעבן צו א פאראייניגונג פון די פעלקער מיט שלום אהבה און אחדות.

א קאמיסיע וועט ווערן אויפגעשטעלט צו האלטן אן איבערזיכט איבער דעם מצב פון אנטי-גוי'איזם איבער די וועלט. און די פעלקער טוען רופן צו אלע אידישע ארגאניזאציעס און רבנים צו מיטארבעטן מיט די קאמיסיע און ארויסהעלפן די ארבעט, אריינגערעכנט צוצושטעלן רעקאמענדאציעס איבער וויאזוי צו רעדוצירן דעם פראבלעם.

עס איז דער האפענונג פון די מענטשהייט אז עס וועט קומען א צייט וואס דער גאנצער מענטשליכער מין וועט זיין פאראייניגט, אן קיין שנאה און מלחמות, און א שענערע תקופה וועט אויפשיינען פאר די וועלט, וואס וועט נאר ברענגען שפע און גוטס פאר יעדן צוגלייך.

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 1:07 pm
דורך וואלווי
וואס הייסט! אוודאי זענען גוים נידעריג, זיי עסען טרייף און ס'פארשטאפט זייער הארץ.

דיין רבי האט דיך דאס נישט אויסגעלערנט...?

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 1:12 pm
דורך שבת אחים
וואלווי האט געשריבן:וואס הייסט! אוודאי זענען גוים נידעריג, זיי עסען טרייף און ס'פארשטאפט זייער הארץ.

דיין רבי האט דיך דאס נישט אויסגעלערנט...?


מיט זייערע עקעלדיגע טמנע דאגיס...פעך...!

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 1:18 pm
דורך שבת אחים
די יו ען אליינס איז דאך פול מיט האס קעגן אידן און קעגן מדנ״י??? נישט אזוי?

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2019 9:27 pm
דורך רביה''ק זי''ע
וואס איז די מקור פון אנטיסעמיטיזם? הלל הזקן זאגט אונז אויס די גרויסע סוד: "אף הוא ראה גולגלת אחת שצפה על פני המים, אמר לה, על דאטפת, אטפוך. וסוף מטיפייך יטופון..."

Re: א רעזאלוציע אין די יו-ען: פארדאמונג פון אנטי-גוי'איזם

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2019 11:26 am
דורך אונטער חכם
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואס איז די מקור פון אנטיסעמיטיזם? הלל הזקן זאגט אונז אויס די גרויסע סוד: "אף הוא ראה גולגלת אחת שצפה על פני המים, אמר לה, על דאטפת, אטפוך. וסוף מטיפייך יטופון..."
ווען די אנטיסעמיטן וואלטן אונז ווען בלויז "צוריק אויסגענארט" אדער "צוריק חוזק געמאכט" וואלט ווען טאקע גוט געווען.

Sent from my XT1526 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 4:42 pm
דורך שליח
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואס איז די מקור פון אנטיסעמיטיזם? הלל הזקן זאגט אונז אויס די גרויסע סוד: "אף הוא ראה גולגלת אחת שצפה על פני המים, אמר לה, על דאטפת, אטפוך. וסוף מטיפייך יטופון..."


זו משנה ראשונה, די אויסגעדראשענע טענה פון Jewish misanthropy שטאמט פון די אור-אלטע שונאי ישראל, ווי Apion, Manetho, און Lysimachus. די העלעניסטן האבן דערמיט גערופן ביים נאמען זייער אייגענע עליטיזם. אבער די פארגעשריטענע דייטשן זענען געקומען מיט א פארקערטע מהלך, באשולדיגנדיג די אידישע שוואכלינגען מיטן פאר'סם'ן די דייטשע אויבערמענטשן מיט זייער "מאראל פון קנעכט", דערביי אראפקלאפנדיג זייער אמאליגע העראאיזם (ליין: רציחה).
און ווער ס'קען נאר אביסל היסטאריע ווייסט אז די לעצטע זענען גערעכט. אידישע אנטאגאניזם צו גויים איז געקומען בעיקר אין רעאקציע צו, און פיל שוואכער ווי, די פעלקער'ס שנאה און פאקטישע אגרעסיע צו אידן. מ'קען מאריך זיין ביז מארגן, אבער אדרבה, אפשר ברענגסטו איין ביישפיל אויף פארקערט?

די נביאים ישעי' און ירמי', פאראויסזאגנדיג די מפלה פון מואב, באוויינען דאס און פילן מיט איר צער. דאס איז די זעלבע מואב וואס איז זיך באגאנגען מיט שוידערליכע אכזריות צו די אידן, ווי מישע מלך מואב רימט זיך אין די באוואוסטע מצבה. נישט אומזיסט איז געווען א חידוש צווישן די פעלקער די מלכי ישראל'ס פירונג, כי מלכי חסד הם (מל"א כ).
וואו טרעפט מען דעם "ואני לא אחוס על העיר הגדולה", אויב נישט אין די ווערק פון א פאלק וועמען נינוה, די הויפטשטאט פון אשור, האט פראבירט צו פארטרייבן בלי שום סיבה און חרוב מאכן זייער "עיר הגדולה" ירושלים, און פאקטיש פארטריבן 5/6 פון זיי?
ווען די רומיים האבן זיך אויפגעפירט מיט די גרעסטע מאס רשעות, מתיר געווען דמי ישראל אן קיין ברעקל גערעכטיגקייט אדער מענטשליכקייט, האבן אונזערע חכמים מחדש געווען דעם חביב אדם שנברא בצלם און אפי' עכו"ם העוסק בתורה הרי הוא ככהן גדול. (נישט אריינגייענדיג אין פשוטע, פארשטענדליכע תירוצים, ווי אין אדם נתפס על צערו און הבא להרגך השכם להרגו, איז פאקטיש טוב שברומיים הרוג און לא מורידין ולא מעלין קיינמאל נישט געווען אנגענומען געהעריג אויף למעשה. אלעמאל האט דאס אידישע הארץ געטראפן תירוצים ווי דרכי שלום, חשש איבה און ישוב העולם. אדער איז דאס העלפן געווען א לכתחילה בלי שום שאלות, ווי אין קהלת רבה פרשה יא).
אין פערטן יארהונדערט קאמפלימענטירט Libanius די אידן אלס א פאלק וואס העלפט יעדן, “taking care of all as human beings, but of the best as living a life of virtue.”

קען מען בכלל צוגלייכן דעם מאמר "כל העולם כולו לא נברא אלא בשביל ישראל", צום קריסטליכן דאקטרין אז די אידן עקזיסטירן נאר כדי צו טראגן אן אות קין, און וויפיל זיי וועלן ליידן וועט עס בכלל נישט פארלעשן גאט'ס צארן אויף זיי?
פונעם אכטן ביזן צוואנציגסטן יארהונדערט האבן קינדער געלערנט אין די קאטוילישע שולעס און סעמינארן Chrysostom's homilies, וואו כמעט אויף יעדן בלאט ווערן די אידן פאראורטיילט צום ערגסטן. צום ביישפיל: "the Jews themselves are demons", “[Jews] fought against the commands of God and danced with the Devil.”, און "while they were making themselves unfit for work, they grew fit for slaughter .”
קענסטו טרעפן עפעס ענליכס דערצו אין די הייליגע רייד וואס מ'האט געקנעלט מיט אידישע קינדער?
און אין די זעלבע פינסטערע תקופה האט דער מאירי געשריבן זיינע רייד, אז די היינטיגע גויים זענען "גדורים בדרכי הדתות" און מ'טאר זיי נישט דיסקרימינירן. ווען, אויב נישט צווישן איין פאגראם און בלוט-בלבול און צווייטן, האט זיך דער באר הגולה געזעצט מאריך זיין שלא כדרכו, אז אפילו טעות עכו"ם איז אויך נישט ריכטיג צו נעמען?

די באשולדיגונג איז נישט נאר נאריש און פאלש, נאר אויך שלעכט. כאילו מיר זענען זיך אליינס שולדיג אויפן אומקום פון מיליאנען קדושים במשך הדורות, דאס איז בכלל נישט cute.

ווי אלע אנדערע פעלקער און עטנישע גרופעס, האבן מיר אויך געהאט אונזער חלק פון ethnocentrism און exceptionalism, אבער מיר האבן באטראכט דעם גוי פיל ווייניגער שלעכט ווי דער קריסט האט באטראכט דעם איד. און - פאליטיקל קארעקטנעס אין א זייט - מיר האבן געהאט מער רעכט. אין כמעט אלע צייטן און פלעצער זענען מיר געווען פיל העכער פון אונזערע שכנים אין מענטשליכקייט און געטליכקייט, נישט מצד אידישע טעאלאגיע נאר מעסטנדיג לויט אוניווערסאלע ווירדן.
און ביי אונז איז די שנאה בעיקר געווען אינטעלעקטועל, נישט צופיל ווייטער פונעם ספרים-שאנק. ווען מיר האבן געזען א גוי אין פיין האבן מיר פארגעסן אלע חשבונות. גענוג וויצן זענען פארפאסט געווארן אויפן חשבון פונעם איד דער שוואכלינג, וועלכער קען זיך נישט ברענגען צו הרגענען זיין פיינט.
נאכן האלאקאסט האבן זיך צאמגענומען גרופעס, פון די בריגדה העברית און פון ווילנער געטא, נקמה צו נעמען פון די דייטשן, אבער זיי האבן שנעל איינגעזען אז אלס אידן רחמנים בני רחמנים טויגן זיי נישט דערצו. (חנוך ברטוב אין פצעי בגרות שרייבט מיט ביטערניש דערויף, פארוואס איז ער באשאפן געווארן מיט א צלם אלקים וואס לאזט אים נישט נאכמאכן די נאציס).
מיין זיידע ע"ה פלעגט פארציילן, אז ביים באפרייאונג האט מען זיי געגעבן די געלעגנהייט זיך נוקם צו זיין אין זייערע באצווינגער, און איינער האט דערלאנגט א פראסק פאר איינע פון די וועכטער. האט זיך א יוגאסלאווישער סאלדאט אנגערופן, "פארשאלטענע דזשידן, אפילו נקמה נעמען קענען ענק נישט".


איבער אנטי-גוי'איזם אין אונזער געזעלשאפט, הגם איך בין נישט איבערגעצייגט אז דער דורכשניטליכער חסיד האט פאקטיש פיינט דעם גוי מער ווי דער דורכשניטליכער גוי האט פיינט דעם חסיד, (רוב פון די נעגאטיווע אויסדרוקן זענען "בחינות" און זענען נישט צופיל נוגע אין פראקטישן לעבן), דארף זיך עס אוודאי פארבעסערן. עס וועט אבער העלפן צו פארשטיין, אז זייענדיג א טראדיציאנעלע געזעלשאפט נעמט אונז פשוט לענגער זיך אפצוגעוואוינען פון די אמאליגע אלוועלטליכע ethnocentrism און exceptionalism, פלוס מיר טראגן נאך דאס אנגעווייטאגטקייט פון אמאל.

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 4:53 pm
דורך רביה''ק זי''ע
וואס וואלסטו געוואלט, אז די קריסטן זאלן זיך אליינס פיינט האבן...?

איך קען דיר געבן נאך א ביישפיל צו דעם טעאריע, ביי אונז אין בארא פארק איז דא א פאלק וואס ליידט אויך פון דעם עם הנבחר סינדראם, מ'רופט זיי די טשייניז, און דער עולם וועלכע האט אסאך שייכות מיט זיי האט זיי טאקע נישט עקסטער ליב טאקע צוליב אט דעם סיבה. ווי מיין שווער זז"ג זאגט אלץ "די עקלדיגע כינעזער, ווער מיינען זענען זיי...".

דער אמת איז אז אלע אור-אלטע עטנישע גרופעס ליידן פון דעם סינדראם, נאר וויבאלד זיי האבן געוואוינט יעדער אין זיין אייגענע טעריטאריע האט עס נישט אריינגעפראסקעט איינעם דעם אנדערן אין פנים אריין. משא"כ די אידן (און אזוי אויך די ציגיינער) וועלכע האבן זיך אלץ געדרייט ביי יענעם אונטער די פיס, האבן זיי טאקע אלץ באוויזן אלעמען ארויסצונעמען פון די גלייזן. איי וועסטו וועלן פרעגן אז ס'דאך אמת אז אונז זענען בעסער און קלוגער פון די נארישע גוים, נו נו, טאקע ווייל ס'איז אמת, טאקע דערפאר האבן זיי אונז אזוי שטארק פיינט...

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 9:18 pm
דורך מיימון
א גרויסן יישר כח[tag]שליח[/tag] פאר די הערליכע ווערטער. עס ווארימט דאס הארץ צו הערן אזעלכע שיינע רייד אויף אונזער פאלק. וואס ווייניג פעלקער קענען זיך פארגלייכן צום טיפן איידלקייט פונעם אידישן פאלק. מיין כוונה מיט דעם ארטיקל איז נישט געווען ח"ו צו באשמוצן אידן אדער זיי באשולדיגן אלס האסערס. מיין כוונה איז געווען מעורר צו זיין אויף א ענין וואס טוט זייער וויי ווען מען זעט וויאזוי די פעלקער הייבן אן צו ווערן וואך אויף די ענינים און עס איז א אפיציעלע דיאלאג וואס קומט פאר שוין יארן איבער וואס עס איז עטיש און אויסגעהאלטן צו פונאנדערשיידן צווישן פעלקער און ראסן, אין די צייט וואס ביי אונז לייגט מען זייער שוואך צו קאפ דערצו. טאקע די מאמרי חז"ל וואס דו ברענגסט וואלט מען אסאך מער באדארפט צו מדגיש זיין (און נישט, ווי טייל, אוועקמאכן די וואס ציטירן דאס אלס מה יפית'ניקעס), און מער אויסלערנען די קינדער די וויכטיגקייט פון שעצן און רעספעקטירן א אנדערע קולטור, בפרט ווען מיר זענען די וואס דארפן דאס מערסטע צוקומען דערצו. דאס אז בשעת אידישע עסקנים זענען פארנומען אויפצוטרעטן אויף די מידיא אראפצורייסן איינעם וואס רופט אידן מיט א שמוציג ווארט בשעת ביי אונז איז שגור על הלשון מיאוסע עפיטעטן אויף "גוים", וואס מיינט באמת דער גאנצער מין האנושי, ברענגט סיי שאדן מכח שנאת ישראל, ווען כמים הפנים לפנים א גרינגשעצונג אין מענטשן ברענגט צוריק שנאה און זלזול. און אזוי אויך פארדארבט עס אונזער קולטור וואס באטראכט אלע מענטשן אויסער די אייגענע ווי אוממענטשן און צרות פון וועם מען דארף פטור ווערן. דאס איז גורם א פארמאכטקייט און איזאלירטקייט וואס שלעפט מיט עקסטרעמיזם און אמונות טפילות. מיר דארפן זיך געבן א שאקל דערויף און ארבעטן אויף דעם מיט אן אמת און נישט בלויז דורך שליחים צו דער גאס וואס שטעלן אן א שיין פנים נאר טאקע ביי אונז אין בית המדרש.

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 9:56 pm
דורך מי אני
דברים כנים ונכונים כדרבונות אויף דעם ענין פון הרב יואל אשר לאבין שליט"א.

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 10:22 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך כאפ נישט די גאנצע דיון דא, צו גוים זענען נידריג צו נישט און צו אונז זענען אויסדערוועלט צו נישט, איז בכלל נישט אונזער געשעפט. אונז דארפן נאר טון וואס אונז האבן צוטון, דעלך סאני לחברך לא תעביד, ועשית הישר והטוב, זיין חכמים הרואים את הנולד און המכירים את מקומם בסאסייעטי. פון די אנדערע זאכן וועט שוין דער באשעפער קעיר נעמען, דאס גייט שוין אריין אינעם בהדי כבשי דרחמנא למה לך, אדער ווי מ'רופט עס אין ענגליש "mental masturbation".

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2019 1:51 am
דורך berlbalaguleh
מיימון:נאכדעים וואס די גוי'אישע פעלקער פון די וועלט האבן געוואלט אדורכפיהרן די אנטי-גוי'אישע רעזאלוציע האט ציך אויפגעשטעלט דער אמבאסאדאר צו די יו. ען. פון די זיבעטע גרויסמאכט, מדינת ישראל. (יא. אט די מדינה הטמאה וועלכע האט שוין פון לאנג געדארפט בטל ווערן.) און געזאגט אז ער/זי וועט נוצן זיין/איהר וועטא רעכט. און נישט צו לאזן אז די אנטי גוי'אישע רעזאלוציע זאלל אדורכגיין. פאר די פאלגענדע טעמים.: ערשטנס. די רוימישע אימפעריע האט חרוב געמאכט די אריגינאלע אידישע מלוכה אין מדינת ישראל. און די קרייץ צוג'לער האבן אנגעמאכט גרויסע פאגראמען. און אויס גהרג'עט אריבער א האלבן מיליאן אידן. און די קעניגין איזאבעללא, ימ"ש און איהר מאן האבן פארטריבן די אידן פון שפאניע. אויך באגדאן כמיעלניצקי שר"י, ימ"ש, עפ"ל, ארענדז"ש, באנאנע האבן אין די יארן 1648/49 אויסגעהרג'עט אריבער א האלבן מיליאן אידן. און והעולה על כולנה היטלער ימ"ש מיט די נאציס און דאס גאנצע דייטשע פאלק האבן אויסגעהרג'עט און אויסגעשאכטן אריבער 6 מיליאן אידן. בשותפות מיט פאליאקן, אוקריינער און ליטוואקעס, ימ"ש. און זיי אלע זענען דאך געווען גוי'אישע פעלקער. און אונז. די פיהרערס פון די נארוואס ערוויילטע רעגירונג פון מדינת ישראל, אין שפיץ פון דעם הויכגעשעצטן פרעמיער רוני כידור שריד נתניהו. אן אור אור אור אור אור אייניקל פון דעם געוועזענעם פריים מיניסטער בנימן נתניהו. פאדערן אויף אלע גוי'אישע פעלקער אז א קאמפענסאציע פון א פארהעלטניסמעסיגן קליינעם סכום פון 750 טריליאן דאללער זאלל ווערן אריינגעלייגט אין די אקאונט פון אונזער רעגירונג ביז 24 שעה. אנישט וועט די רעזאלוציע נישט אדורכגיין. און די נטורי חרתא זענען געשטאנען אינדרויסן פון די יו. ען. געביידע. און אפגעהאלטן א דעמאנסטראציע אז די גויים זענען גערעכט. און די ציונים שר"י זענען מקיים די מצוה פון התגרות באומות. זייער פארשטייער. דער בעל טשיווע ..."הרב"...ישראל דויד יאסל פייוויש בערל חאצקל גרונם עמרם יאסיר אבו מאזן ווייס שליט"א. אן אור אור אור אור אור אור אייניקל פון דעם ערשטן שמוציגן שטינקעדיגן באל טשיווע הרב ישראל דויד אראפאט אבו מאזן ווייס זכר צאפיק לבראכעה...!

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2019 6:48 am
דורך זאפטיג
איך האב יעצט יו''ט געזעהען אין א ספר, א שאד איך קען מיך נישט דערמאנען ווי אז דער סיבה וואס מען גיסט אויס וויין ביי די צעהן מכות איז ווייל אז א צווייטע לייד (אפילו א גוי! א רשע!) זיץ דיך נישט על סיר הבשר נאר האב מיטלייד און געב עפעס אוועק פון דיך (כדוגמת איסור תשמיש בשנת בצורת)
איך האב זיך נישט געקענט בארויגן פון דעם געדאנק א גאנץ פסח איך האב נאך נישט ביי מיר ארויס קלאר

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2019 1:06 am
דורך berlbalaguleh
זאפטיג: איך 'על דיר איבערזאגן א זיס ווארט. אפשר וועסטו דיך דורכדעים בארואיגן...!

ס'איז דא א מדרש וואס זאגט אז בשעת די מצריים זענען אריינגעפאללן און האבן געזינקען אין ים סוף האבן די מלאכים געוואלט זאגן שירה. האט זיי דער אייבישטער געזאגט..."מעשי ידי טובעים בים. ואתם רוצים לומר שירה"...! איז דאך שווער א קשיא. די מצריים האבן דאך געפייניגט די אידן פאר 210 יאר. און זיי האבן נאכגעיאגט די אידן. איז זיי דען נישט געקומען זייער פארדינטע שטראף...?! נאר דער תירוץ איז. אז פונקט אזוי ווי ביי סנחריב האט דער אייבישטער געמאכט אז סנחריב און זיין מיליטער זאללן הערן די שירות און געזאנג פון די מלאכים. און דורכדעם זענען זיי געשטארבן. האבן די מלאכים דא, ביי קריעת ים סוף אויך געוואלט טון די זעלבע זאך. זיי האבן געוואלט זינגען שירה. און פון גרויס מתיקות וועללן די מצריים שטארבן. האט זיי דער אייבישטער געענטפערט..."מעשי ידי טובעים בים"... זיי האבן דאך דערטראנקען די אידישע קינדער. "ואתם רוצים לומר שירה"...! און עטץ ווילטץ זיי הרג'נען דורך זינגען שירה. ניין זייער שטראף דארף זיין מידה כנגד מידה. און זיי דארפן שטארבן דורך דערטראנקען ווערן...!

נ.ב.:דער טייטש איז נישט געמאכט פאר בליעדינג הארט סאציאליסטישע ליבעראלס. אזוי ווי אונזער גוטער פריינט שבת אחים. ווייל ס'איז נישט פאליטיקלי קארעקט...!

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2019 3:52 am
דורך cictim
מי אני האט געשריבן:דברים כנים ונכונים כדרבונות אויף דעם ענין פון הרב יואל אשר לאבין שליט"א.


זיין מאמר איז א תגובה אויף ר' יוסף מנחם דייטש וואס זאגט איבער פון קלויזענבורגר רב וואס האט כסדר גע'חזר'ט די שנאה צו א גוי וואס א יוד דארף האבן.

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2019 7:49 am
דורך זאפטיג
[tag]berlbalaguleh[/tag] קודם כל איז דא אן אינטערשיד פון זאגן שירה און אוועקגעבן פון זיך...
צוויטנס דעם ענין פון מדה כנגד מדה איז א וועג וואס דער רבש''ע פירט דעם וועלט פאר וואטעווער סיבה

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2019 5:58 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אונטער חכם האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואס איז די מקור פון אנטיסעמיטיזם? הלל הזקן זאגט אונז אויס די גרויסע סוד: "אף הוא ראה גולגלת אחת שצפה על פני המים, אמר לה, על דאטפת, אטפוך. וסוף מטיפייך יטופון..."
ווען די אנטיסעמיטן וואלטן אונז ווען בלויז "צוריק אויסגענארט" אדער "צוריק חוזק געמאכט" וואלט ווען טאקע גוט געווען.

עיין במאמר דרבי אבוה מסכת ע"ז כו., ועיין ערך גיור האדומים. וגם אפשר להוסיף מחיית עמלק ושבעה עממין, ויש לדון בזה.

נישט אז איך האב א פראבלעם דערמיט, ח"ו, מ'דארף נאר געדענקען אז די זאכן האבן נאכפאלגן, פונקט ווי דו קומסט נישט מיט טענות אז דו ביזט שוואך יום כיפור.

Re: א רעזאלוציע אין די יו-ען: פארדאמונג פון אנטי-גוי'איזם

נשלח: מוצ"ש מאי 04, 2019 10:02 pm
דורך אונטער חכם
אקעי, האלטסטו שוין ביי לא מעלין ולא מורידים, אבער זיי טוען דאך מער ווי מורידים.

אה, עס איז גאר א קאנסקעווענץ פון שבעה עממין, עס האלט שוין אן דריי טויזנט יאר, ווייס איך שוין נישט.

Sent from my XT1526 using Tapatalk

Re: א רעזאלוציע אין די יו-ען: פארדאמונג פון אנטי-גוי'איזם

נשלח: מוצ"ש מאי 04, 2019 10:02 pm
דורך אונטער חכם
אקעי, האלטסטו שוין ביי לא מעלין ולא מורידים, אבער זיי טוען דאך מער ווי מורידים.

אה, עס איז גאר א קאנסקעווענץ פון שבעה עממין, עס האלט שוין אן דריי טויזנט יאר, ביזט גערעכט.

Sent from my XT1526 using Tapatalk

נשלח: מוצ"ש מאי 04, 2019 10:03 pm
דורך רביה''ק זי''ע
א גלח איז מורידין ולא מעלין.

די ספעציפישע דעטאלן זענען נישט די נושא דא, די פוינט איז אז אויב קענסטו הרגענען מענטשן צוליב דיינע אמונות, קענסטו נישט האבן קיין טענות אויף אנדערע.

Re: א רעזאלוציע אין די יו-ען: פארדאמונג פון אנטי-גוי'איזם

נשלח: מוצ"ש מאי 04, 2019 10:59 pm
דורך מי אני
מ׳קען אפשר אריינלערנען אין די חזו״א (יו״ד סימן ב אות טז בסופו) אז דאס איז טאקע (עכ״פ א חלק פון) די סיבה אז די דין איז נישט נוגע היינט צוטאגס.
IMG_4445.jpg



Sent from my iPhone using Tapatalk