בלאט 1 פון 4
ביד''צ סאטמאר אסר'ט שיעורים ושירים הוה''מ פארברענג
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 11:08 am
דורך [NAMELESS]
ביד''צ סאטמאר האט ארויסגעגעבן א איסור קעגן די שיעורים ושירים הוה''מ פארברענג
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 11:11 am
דורך מודה בטפל
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 11:17 am
דורך פערינא
דא האט איר די טעלעפאן נומער פאר הרב כ"ץ אין שטוב
ווען אייערע קינדער ווילען וויסען, טאטי ווי גייט מען? זאג זיי צו קאלן די דיין צו פרעגען ווי מ'קען גיין.
הרב כ"ץ
7184381434
7184382022
7182169337
הרב פיליף
7183301196
די בית דין שטיבעל
7183880015
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 12:05 pm
דורך רויטע וואנצעס
אפילו די הייליגע אידן פון אייוועלט זענען צוווילדעוועט אנקעגן די רבנים. אוי שכך עלתה בימינו.
נעקסט זענען סקולענער טישן, דארט איז נאך ערגער, ס'איז בלויז שירים אן שיעורים.
Re: ביד''צ סאטמאר אסר'ט שיעורים ושירים הוה''מ פארברענג
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 12:21 pm
דורך החוקר
איינער איז באמת סורפרייזד???
אויב איז דא אויף וואס צו הייבן ברעמען, איז עס די פאקט אז עס האט גענומען פאר אונזערע שמייליגע רבנים אזוי לאנג צוצוקומען צום דעת און מגלה זיין זייער דעת תורא.
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 12:25 pm
דורך רימון
ווי מ'שטיימער יעצט איז נישטא קיין שום קאנסעקווענצן פאר א רב אונטערצושרייבן סיי וועלכע סיקריקישע צעטל. ס'איז דא איין עצה, צו טון וואס מ'האט געטון אין לעיקוואד, מאכן א פראטעסט ביים טיר פון די רבנים, זיי זאלן אויך האבן אן עונג יו"ט. מ'דארף פאררופן א גרויסן פראטעסט פארנט פון רחד"כ הויז אויף 1214 52 היינט נאכט.
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 12:54 pm
דורך איש חזון
עס איז גוטע נייעס וואס עס טוט זיך אין אייוועלט...
Re: ביד''צ סאטמאר אסר'ט שיעורים ושירים הוה''מ פארברענג
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 1:01 pm
דורך חוקר ודורש
דאס איז איינע פון די סיבות פונעם איסור, אז דער עולם זאל אנשטאט דעם קומען צום גרויסארטיגן עצרת למען השבת, דאס יאר איז דא א גרויסע גאסט הגה״צ מטענקא שליט״א, וואס האט אוודאי נישט קיין נגיעות לגבי דעם עירוב (חוץ פון דעם אז זיין שווער איז געווען פייער קעגען דעם, און זיין חשובע רעביצען שתחי׳ איז ממשיך אירע פאטער׳ס שיטה, ודי למבין, נו האט נאך דער רב א ברירה?!)
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: ביד''צ סאטמאר אסר'ט שיעורים ושירים הוה''מ פארברענג
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 1:02 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ניין, די פראטעסט איז בזיונות פאר גאנץ שטאט. ווילסט נישט קיין אויפרייסונג אזוי ווי ביי די קאמיוניסטן.
עס איז דא א בעסערע עצה. גיי צו די שירים ושיעורים עווענט און ווייז פאר יעדעם וואס צעטליך זענען ווערט. ווען די עווענט למען השבת איז ליידיג און שירים ושיעורים איז פול, וועט מען זען למי החותמת....
אין אלגעמיין איז ראטזאם מחנך צו זיין זיך און די משפחה אז גאס צעטליך זענען פאר גאס יונגן. ווען אן ערליכע איד וויל וויסען וואס צו טון, לערנט ער די הלכה און ברענגט זיין ספיקות צו א ת"ח צו לעזען. קאטשקען אויף די געסער איז גוט פאר רעקלאמעס פאר סעילס פון בהמה שווענץ פאר די קעפ, און הוליעריי לוה"מ. עס איז נישט פאר אויפריכטיגע מענטשן צו פאטשקען די צייט דערמיט.
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 1:36 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
חתם סופר האט געשריבן:ביד''צ סאטמאר האט ארויסגעגעבן א איסור קעגן די שיעורים ושירים הוה''מ פארברענג
וויאזוי מעגן זיי שרייבען חוה"מ ??
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 4:42 pm
דורך זאפטיג
עס איז מיר אינגאנצן נישט קיין חידוש אז זיי אסרן. פארוואס נישט? ארויסגעבן אן איסור פאר א רב איז היינט אזווי מכירת חמץ
ער וויל קענען אראפגיין אין היסטוריה אלס א גודר גדר ועומד בפרץ
יעדער סאקמערע פץ מו''ץ שאיפה פון לעבן איז אז אפען מציבה עט שטיין ''לוחם מלחמות ה' ''
אינז פשוטע ערליכע אידן דארפן מאכן דעם אייגענע חשבון וואס איז באמת רצון ה'
בד''ו ר' אברהם מרדכי נעקסט טיים שרייב צו אז דעם כינוס וועט זיין לטובת ת''ת ישיבה .... דעמאלסט וואלט אלעס געווען כשר
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 7:14 pm
דורך יין שרף
א דיין וואס שרייבט חול המועד? איך נעם נישט אן קיין פסקים פון אים! וואס? ער האט נישט אליינס גע'חתמ'עט? אהה, קען מען דאך גיין..
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 7:28 pm
דורך נולד מאוחר
איינער קען קאנפערמען אויב סאיז נישט פאלש?
Re: ביד''צ סאטמאר אסר'ט שיעורים ושירים הוה''מ פארברענג
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 7:34 pm
דורך חוקר ודורש
On yeshivaworld
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: ביד''צ סאטמאר אסר'ט שיעורים ושירים הוה''מ פארברענג
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 7:36 pm
דורך חוקר ודורש
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: ביד''צ סאטמאר אסר'ט שיעורים ושירים הוה''מ פארברענג
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 8:09 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קען מען אפשר קלערן אז עס איז געווען אן איבערפלוס פון נישט פארקויפטע טיקעטס, און ממילא האט מען געטון וטאס מ׳דארף צו טון......
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 9:04 pm
דורך בן ישי
איך האב געהערט אז יששכר גוטמאן און פינקי וועבער האבן ביידע געדאפט קענסעלן זייער אויפטריט ביים קומזיץ נאך וואס איינער פון די דריי דיינים וואס האבן אונטערגעשריבן האט זיי פערזענליך אנגערופן.
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 10:07 pm
דורך יין שרף
בן ישי האט געשריבן:איך האב געהערט אז יששכר גוטמאן און פינקי וועבער האבן ביידע געדאפט קענסעלן זייער אויפטריט ביים קומזיץ נאך וואס איינער פון די דריי דיינים וואס האבן אונטערגעשריבן האט זיי פערזענליך אנגערופן.
אינטרעסאנט, 4 שעה צוריק (בערך 6 אזייגער) האט דאס שירה כאר געטוויטעוועט, און געמענשאנט ר' פינקי וועבער.
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 10:09 pm
דורך יין שרף
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:קען מען אפשר קלערן אז עס איז געווען אן איבערפלוס פון נישט פארקויפטע טיקעטס, און ממילא האט מען געטון וטאס מ׳דארף צו טון......
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נישט מסתבר. געווען א לאאאנגע ליין אריינצוגיין (נאכן איסור..)
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 11:07 pm
דורך קאווע קריטיק
איך בין נישט קיין אויבער חכם, אז די רבנים הייסן פאלג איך.
כ'האב צעריסן מיין טיקעט וואס כ'האב איינגעהאנדלט צום שיעור ושבח פארברענג, אנשטאט וועט מען אויסנוצן די צייט צוצוענדיגן אפאר שויס אויף נעטפליקס וואו איך בין אונטערשטעליג.
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 11:37 pm
דורך קאצקע ציקער
אינטערסאנט אברהם מרדכי מלאך א אנגעזעהנע בל דרשן בתוכינו ווערט נישט מיעס באליידיגט פון אזאנס?
Re: ביד''צ סאטמאר אסר'ט שיעורים ושירים הוה''מ פארברענג
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 11:44 pm
דורך חוקר ודורש
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: ביד''צ סאטמאר אסר'ט שיעורים ושירים הוה''מ פארברענג
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 11:50 pm
דורך חוקר ודורש
Sent from my iPhone using Tapatalk