חול המועד האלטן צווישן נישט-אידן.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

חול המועד האלטן צווישן נישט-אידן.

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]דער קריסטליכער פייערונג פסחא האט זיך קוים גענדיגט, און דער הערליכער פרילינג איז אין איר פילן פראכט, דער לויטערער קלארער בלויע הימל און די אנגענעמענע שיין פון די הערליכע זון, דערהייבן דאס גייסט און דערפרייען דאס זעל. די אטמוספערע איז גאר א געשמאקע, און דער לייכט קילער ווינטל וואס בלאזט גיבט נאך פול צו צום געשמאק פונעם פרילינג. די ביימער בליען און די בלומען וואקסן, א אנגענעמענער גרינער גרוך פארפילט די נאז לעכער, דער געשמאקער פרילינג אטמוספער דערהייבט אלעמנס געמיט.

דאס אמעריקאנער באפעלקערונג לאזען אין די דאזיגע טעג מאסנווייז ארויס צו גענאסן פונעם הערליכער פרילינג, צו פארברענגן אינעם שויס פונעם געטליכער-נאטור. מערסטייל פון די פאפולערע זומער-פארוויילונגס ערטער זענען נאך פארשלאסן, דעריבער איז דער נאטור דער אויסשליסליכסטער אויסוואל צו גענאסן פונעם געשמאקער פרילינג. זאגאר ווי דערשטוינט און אנטוישט ווערן די נישט-אידישע פרילינג וואקאציאנערן אין די דאזיגע טעג.

ער איז א לאנגער חול המועד, און אידישע קינדער זענען ערשעפט פון די גראנדיעזע פייערונגען פון די ערשטע טעג פסח. דאס געברויך פאר פרישע לופט איז גאר גרויס. דער עולם פאקט זיך איין מצות מיט מאראנצן, אייער מיט קארטאפל, גריווען מיט בארשט, און מ'לאזט זיך ארויס אינאיינעם מיט די פאמיליע צו גענאסן פונעם געשמאקן פרילינג.
די הערליכע ניו יארקער פארקען, די הויכע קעטסקיל-בערג וועלכע זיצן אויף די מערב-ברעגעס פונעם האדסאן טייך, די פרוכטבארע פרוכט פעלדער אין ניו זשערסי, די געשענגעלטע בלויע טייכן פון ניו ענגלאנד, די לאנג-שטרעקיגע אקער-לאזע פאַרם לענדער איבער פענסילוועניע, די זאמדיגע ים ברעגעס פון ראוד איילענד, אלעס ווערט מיטאמאל פארפלייצט מיט אומצאליגע אידישע באזוכער פון אלע שיכטן און קרייזן, וואס זוכן זיך עטוואס אויסצולופטערן און זיך אויפצופרישן אין די דאזיגע טעג.

דער צוזאמשטויס פון די אידישע חול המועד האלטער און די נישט אידישע פרילינג-וואקאציאנערן, דערגרייכן אין די דאזיגע טעג צו אירע העכסטע שטופעס. די דאזיגע טעג שפילן זיך פילייכט אפ דער גרעסטער יערליכער צוזאמשטויס צווישן דאס אויסדערוועלט פאלק און די אלגעמיינע אמעריקאנער באפעלקערונג.
און אלגעמיין פראבירן מיר אידן אז דער צוזאמשטויס זאל זיין וואס מער פרידליכער, און אז עס זאל דורכגיין אן קיין באדייטענע קאנפראנטאציעס. אבער צום באדויערן מאכן מאנכע פון אונז זיכער אז דער צוזאמשטויס זאל זיין מיט וואס מער קאנפראנטאציע. מ'רעדט הויך, מ'שטופט, מ'האלט נישט אפען די טיר פאר א צווייטן, מ'לאזט איבער וואס מער שמוץ אומעטום. אין קורצן מ'רופט ארויס בייז בלוט פון נישט אידישע פרילינג-וואקאציאנערן.

פאר די דאזיגע וואס מיינען אז אזא נישט-ארענטליכע אויפירונג האט נישט קיין ווייט-גרייכענדע נאכפאלגן, זאלט איר וויסן אז עס האט אייגענטליך יא! די אלע וואס פירן זיך אויף ווי אומערצויגענע באשעפענישען ביים חול המועד האלטן, זאלן דייטליך וויסן אז זייער טעטיקייטן שאטן זייער שטארק פאר אנדערע אידן.[/justify]
באניצער אוואטאר
אלטער_איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2018 1:15 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

Re: חול המועד האלטן צווישן נישט-אידן.

שליחה דורך אלטער_איד »

וואס איז מיט דיר. מענטשלעכקייט? ביסטו פאריקט? דאס איז דאך חוקת הגוי. נאך ערגער, עס איז ל"ע א דייטשע זאך..
א איד דארף זיין אפגעשיידט פון דעם גוי.. ווי א לענגערע בארד, ווי מער צילאזט.. די ציין ווי מער געלער. חלילה פיצען די ציין... ווער רעדט נאך פון ניצן פלאס.. די ציצית געל.. און א שמוציג וועסטעל..
האלטן אפען א טיר פאר א גוי ל"ע ??? פאר איד טוט מען דאס נישט. מען איילט זיך דאך צו לערנען, דאווענען..אדער מקוה....
טיים איז מאני.. א שאד אוועק צו ווארפען די קאווע קאפ.. אדער סנעק בעג.. מען צאלט דאך סייווי פאר די פארק אדער מעמבערשיפ . סוי זאל מיין געלט ווערן גוט אויסגעניצט...
זיך שטיפן די ערשטע ביי די ריידס.. זיכער מיר זענען מער נישט די ציקלאפטע שעפעלעך.. מיר זענען דער עם הנבחר... אויב פארשטייסטי נישט. ביסטו אן אנטעסעמיט...
רעדען הויעך.... וואס איז נאר דער גוי מעג.......???
פארקן אויף 2 פארקינגס. האלב ארויסגעשטעקט.. דאס איז דאך א אידישע רעכט... ווי מער חסידיש. אלס מער אימענטשליך..
אפשר קען מיר דאס איינער מסביר זיין? שטייט דאך דרך ארץ קדמה לתורה... קען זיין אז די רביס אין חדר ניצן עס נאר אז מען זאל נישט זיין חוצפה'דיג פארן לערנען...

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk
פארשפארט