בלאט 1 פון 1
פראדאקשען דעיט אויף יעדע באקס מצות
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 5:06 pm
דורך shem-tov
עס איז שוין העכסט צייט ארויפצולייגן א דאטום אויף יעדע באקס מצות ווען עס איז געבאקן געווארן. די שקרים אחר פורים קודם פורים, אחר חנוכה קודם חנוכה פאריעריגע מצות דארף זעך ענדיגן. די לצים בעטן פאר א אויסגעוועפטע חנוכה באקס פונקט ווי פאר א אחר פורים באקס און די טעם איז א שטיק קארבארד און קיינער זאגט גארנישט. איז דאס אויך פון די תקנות פון הייליגן דברי חיים? עס איז נישט קיין שום יושר זאג ווען האסט עס פראדוצירט וועט כאטש זיין א האלבע פראבלעם
Re: עקספיירעישאן דעיט אויף יעדע באקס מצות
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 5:19 pm
דורך צפור בודד
איך וואלט צוגעלייגט אז מ'זאל אויך מוזן איינפאקן די מצות אין וואקום געזיגלטע זעקלעך. ס'איז נישט צו גלייבן אז מ'נעמט פאר האנט מצות א הון תועפות כאטש ס'איז אלט ווי דער גלות און מען פאקט עס נאך איין כאילו ס'איז א הייסער ברויט אויף באלד צו עסן. וועלכער אנדערע עסנווארג פאקט מען אזוי איין? אונז זענען מאגס ווייל בלי יוצא מן הכלל ווען נאר חרדים האבן אויף עפעס א מאנאפאל איז ווי מער ס'קאסט אלץ ערגער דער סערוויס און אלץ נידעריקער דער פראדוקט.
Sent from my SM-G950F using Tapatalk
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 11:52 pm
דורך [NAMELESS]
צפור בודד האט געשריבן:איך וואלט צוגעלייגט אז מ'זאל אויך מוזן איינפאקן די מצות אין וואקום געזיגלטע זעקלעך. ס'איז נישט צו גלייבן אז מ'נעמט פאר האנט מצות א הון תועפות כאטש ס'איז אלט ווי דער גלות און מען פאקט עס נאך איין כאילו ס'איז א הייסער ברויט אויף באלד צו עסן. וועלכער אנדערע עסנווארג פאקט מען אזוי איין? אונז זענען מאגס ווייל בלי יוצא מן הכלל ווען נאר חרדים האבן אויף עפעס א מאנאפאל איז ווי מער ס'קאסט אלץ ערגער דער סערוויס און אלץ נידעריקער דער פראדוקט.
Sent from my SM-G950F using Tapatalk
\
סאטמאר בראדוועי פארזיגלט די מצות אין זעקלעך, שוין עטליכע יאר
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 11:56 pm
דורך berlbalaguleh
shem-tov האט געשריבן:עס איז שוין העכסט צייט ארויפצולייגן א דאטום אויף יעדע באקס מצות ווען עס איז געבאקן געווארן. די שקרים אחר פורים קודם פורים, אחר חנוכה קודם חנוכה פאריעריגע מצות דארף זעך ענדיגן. די לצים בעטן פאר א אויסגעוועפטע חנוכה באקס פונקט ווי פאר א אחר פורים באקס און די טעם איז א שטיק קארבארד און קיינער זאגט גארנישט. איז דאס אויך פון די תקנות פון הייליגן דברי חיים? עס איז נישט קיין שום יושר זאג ווען האסט עס פראדוצירט וועט כאטש זיין א האלבע פראבלעם
און אז ער לייגט ארויף א דעיט אויפ'ן באקס קענסטו איהם שוין גלייבן...?!
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2019 12:14 am
דורך מודה בטפל
איך האב סאטמארע מצות אלעמאל און נישט עפעס אנדערש. דעם פסח האב איך אויך געהאט א געלעגנהייט צו עסן פון דריי אנדערע בעקערי'ס (כ'שרייב נישט נעמען) אחרון של פסח ביי א חבר און אויך של''ש אין שול, און ס'מיר פארענטפערט געווארן פארוואס אזוי פיל אידן שטייען אין ליין ביים פיצא סטאר גלייך ביים זמן, ממש א רחמנות אויף די אידן וואס האבן געגעסן פאפיר אדער האלצערנע ברעטער גאנץ פסח. כג'לייב אז די אנדערע מצות זענען נישט צופיל בעסער. וואלטן זיי געהאט פיינע מצות וואלט עס אויסגעהאלטן.
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2019 1:15 am
דורך קאצקע ציקער
מען קען עס איבערבאקן
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2019 7:49 pm
דורך shem-tov
איך ווייס אפילו נישט צו סאיז לעגאל צו פארקויפן עני פוד אייטעם אן א דעיט אוודאי נישט שכלדיג. אקעי לאמיר נישט רעדן וועגן שכל נאכן צאלן 60 טולער פאר א באקס אויסגעוועפטע לחם עוני