בלאט 1 פון 1

צי מעג א איד רופן די שטאטישע אינסטאנצן אויף א צווייטן איד?

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2019 12:30 am
דורך berlbalaguleh
ס'איז דא געוויסע פעלער וואס א אידישער לענדלארד אדער קאנטראקטאר שאפט אדער ערלויבט צו שאפן א מצב וואס קען זיין א סכנה פאר מענטשן. אדער גורם זיין א גרויסן געלט שאדן פאר דורכגייערס. און ס'קען אריינגיין אין גדר פון א בור ברשות הרבים...! אויב מ'מעג רופן די שטאטישע אינסטאנצן אז זיי זאללן זעהן אז דער אחראי אויף די פראפערטי זאלל פאררעכטן דעם מצב. נאר ס'קען קומען מיט א געוויסע געלט שטראף פאר דעם אחראי אויף די הויז אדער בילדינג.

איז די שאלה. אויב אן ערליכער איד מעג עפ"י הלכה רופן די שטאטישע אינסטאנצן (סאניטעישן, בילדינגס, וכדומה) אז זיי זאללן צווינגען דעם בעל אחריות אויף די פראפערטי אוועקצונעמען די סכנה אדער ערנסטע געלט שאדן...?!

איך פאר ארום אין די געגנט פון בארא פארק.און איך באמערק פון צייט צו צייט א מצב וואס ברענגט מענטשן צו א סכנה. למשל. אויף איינס פון די פארנומענע גאסן בויט זיך א הויז. און דער בילדינג קאנטראקטאר האט פארנומען דעם גאנצן סיידוואק. און ר'האט נישט געמאכט א וועג פאר די פוסגייערס אדורכצוגיין. און זיי זענען געצווינגען ארויסצוגיין אינמיטן טרעפיק. אדער לכה"פ לייגן א סיין וואס ווארנט די מענטשן אז דער סיידוואלק איז פארמאכט. און זיי זאללן אריבערגיין די גאס.

א צווייטער פאל איז געווען ביי מיר אליינס. (און ביי א סאך אנדערע קארס. און ספעציעל ישיבה באסעס. וועלכע פיהרן קליינע קינדער.) א היימישער בילדינג קאנטראקטאר בויעט א נייעם בילדינג. און פארדעם געברויך פון די ארבעט דארף ער אריבערציען וואסער און עלעקטריק פון די אנדערע זייט פון די גאס.איז דא א סיסטעם אויף דעם. אז מ'לייגט אריין די וואסער פייפ און די עלעקטריק ווייערס אין א באקס.און מ'לייגט ארויף א קאווער. אזוי אז די קארס און באסעס קענען אריבערפארן אן קיין פראבלעמען. אבער דער קאנטראקטאר האט נאר געטון א האלבע ארבעט. ער האט נישט ארויפגעלייגט קיין קאווער. און די גאנצע טרעפיק וואס פארט דארטן אריבער ווארפט זיך זייער שטארק. ספעציעל די באסעס מיט קליינע קינדער. וואס קען קומען לידי סכנה, ח"ו. מיין באס האטציך כמעט צובראכן איבער דעם דאזיגן מכשול אין וועג. איז די שאלה אויב מ'מעג אנרופן די שטאט אז זיי זאללן מסדר זיין דעם סכנה'דיגן מצב...!

איך ווילל הערן א הלכה'דיגן חוות דעת...יישר כח...!

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2019 12:49 am
דורך שבת אחים
קודם דארף מען זיכער פרובירן מעורר זיין דעם בעל הבית אליינס פאר מ׳רופט סיי וועמען פון שטאט וואס קען יענעם אפקאסטן די הויזן.
קודם דארפן מען פרובירן מיטן שיינעם! איך קען נישט די הלכה אבער כ׳שטעל עס אויף די באזיס פון אין עונשין אלא אם כן מזהירין אז מ׳רופט אראפ די שטאטישע טאטעס איז עס שוין א עונש. יעדע קאנסטראקשען סייט האט א טעלפאן נומבער זיך צו פארבינדן מיטן קאנטראקטער/דיוועלאפער.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2019 1:04 am
דורך שמעון וואלף
שבת אחים האט געשריבן:קודם דארף מען זיכער פרובירן מעורר זיין דעם בעל הבית אליינס פאר מ׳רופט סיי וועמען פון שטאט וואס קען יענעם אפקאסטן די הויזן.
קודם דארפן מען פרובירן מיטן שיינעם! איך קען נישט די הלכה אבער כ׳שטעל עס אויף די באזיס פון אין עונשין אלא אם כן מזהירין אז מ׳רופט אראפ די שטאטישע טאטעס איז עס שוין א עונש. יעדע קאנסטראקשען סייט האט א טעלפאן נומבער זיך צו פארבינדן מיטן קאנטראקטער/דיוועלאפער.

שבת, די האסט צו א ווייעך הארץ און זעהט אויס אז וואינענדיג אין סטעטן איילענד, האסטי פארגעסן וויאזוי מ'דארף האנדלן מיט אינזערע אידעלעך. מענטשן נעמען עדווענטיזש פון די פאקט אז א צווייטער וועט נישט מסר'ן און מ'איז גוזל את הרבים פאר א טאג צוויי וויסענדיג אז ביז איינער וועט זיך אויסקראצן רעדן צו זיי, וועט די זאך זיין פאראיבער. ווען זיי זאלן מורא האבן אז איינער וועט ריפן 311 וואלטן זיי זיך נישט איינגעשטעלט.
בעיני ראיתי ווי מ'דעמאלישט א בילדינג אן קיין פערמיט, אן קיין סקעפאלד און שטיקער ציגעל זענען געפאלן אויף די סיידוואק ווען מענטשן זענען דארט דורך. איך האב דען געהאט צייט צו דערגיין ווער די בעל אחראי איז?