בלאט 1 פון 1

גלאבעל ווארמינג

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2019 3:10 pm
דורך ונבנתה העיר
וואו זענען די ווערים,
גלאבעל ווארמינג.
וואו זענען די בלומען,
קלימאט טויש.

פריי'סט זיך מיט ביעדערמאן,
גלאבעל ווארמינג.
דו הייסט שוין נישט פריעדמאן,
קלימאט טויש.

מארד אהן קלאס, שיין פארפאקט אין א פאס,
גלאבעל ווארמינג.
דער איסור אונטערן טיש,
קלימאט טויש.

געבוירן א יאר-הונדערט שפעט,
גלאבעל ווארמינג.
יואליש'ל מיין פעט,
קלימאט טויש.

וואו איז דער ברכה-בוים, כ'פרעג די מענטשן,
קום מארגן, מען וועט שוין מעטשן.
כ'וויל א קרן קיימת לישראל,
האלט אייער לקתה בכפליים.

יום בוער כתנור, ניטאמאל ריח נור,
טויטע זעקס און ניינציגער.
ניט קיין ענטרענס, ניט קיין עקזיט,
ברענעדיגע נייעס. ברעקזיט.