בלאט 1 פון 1
הלכה ועניני שבת קודש
נשלח: זונטאג מערץ 11, 2012 1:47 pm
דורך דולה ומשקה
אין דעם אשכול קען ארום רעדן אין סיי וואס פאר א ענין בנוגע הלכות והליכות וענינים הנוגעים במשך השבת קודש, סיי צו פרעגען אין סיי פשוט צו זיין.
וזה החלי:
ס'קומט מיר שוין אסאך מאל אויס שבת ביים דאווענען דער ציבור האלט ביי נקדישך, דער עולם זינגט שיין מיט מיטן ש"ץ 'ממקומך', איז דער שאלה קען איך דעמאלס דאווענען דארט ווי איך האלט? דארף איך קודם צו מיר אליין זאגען ימלוך וכו' אדער מעג איך דאווענען אין ערשט ווען דער עולם זאגט ימלוך ערשט דעמאלס זאל איך אוך מיט זאגען ימלוך.
Re: הלכה ועניני שבת קודש
נשלח: זונטאג מערץ 11, 2012 1:51 pm
דורך [NAMELESS]
אי ךווייס נישט די הלכה אין די פאל, אבער ס'איז אינטערסאנט צו באמערקן וואס איך האב אמאל געהערט אז דאס וואס די גאנצע ציבור זאגט ממקומך איז א טעות און דאס איז געמאכט נאר פאר די חזן.
Re: הלכה ועניני שבת קודש
נשלח: זונטאג מערץ 11, 2012 1:54 pm
דורך טעמפא
דולה ומשקה - ביי וועלכע חלק פון דאווענען איז די מדובר? ווי האלט דער מתפלל?
Re: הלכה ועניני שבת קודש
נשלח: זונטאג מערץ 11, 2012 3:10 pm
דורך דולה ומשקה
טעמפא האט געשריבן:דולה ומשקה - ביי וועלכע חלק פון דאווענען איז די מדובר? ווי האלט דער מתפלל?
אימיטן שמונה עשרה, אדער שוין ביי אלקי נצור
Re: הלכה ועניני שבת קודש
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2012 3:03 pm
דורך קאווע טרינקער
ראשעקאל האט געשריבן:אי ךווייס נישט די הלכה אין די פאל, אבער ס'איז אינטערסאנט צו באמערקן וואס איך האב אמאל געהערט אז דאס וואס די גאנצע ציבור זאגט ממקומך איז א טעות און דאס איז געמאכט נאר פאר די חזן.
ס'איז נישט נאר ביי ממקומך, די גאנצע סדר פון קדושה איז געווארן פארדרייט. און נישט נאר ביי קדושה, נאר ביי חלקים רבים בתפילה.
יעדער האלט זיך פאר א חזן.
אסאך נארנים שרייען איבער דעם חזן, אנשטאט זאגן "הודו על ארץ ושמים...." הייבן זיי נאכאמאל אן "יהללו את שם ה'..."
שטעל דיך פאר דו זאגסט "רבותי מיר וועלן בענטשען", והם עונים "רבותי מיר וועלען בענטשען"....
Re: הלכה ועניני שבת קודש
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2024 9:18 pm
דורך אייזיק
קאווע טרינקער האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 18, 2012 3:03 pm
ראשעקאל האט געשריבן:אי ךווייס נישט די הלכה אין די פאל, אבער ס'איז אינטערסאנט צו באמערקן וואס איך האב אמאל געהערט אז דאס וואס די גאנצע ציבור זאגט ממקומך איז א טעות און דאס איז געמאכט נאר פאר די חזן.
ס'איז נישט נאר ביי ממקומך, די גאנצע סדר פון קדושה איז געווארן פארדרייט. און נישט נאר ביי קדושה, נאר ביי חלקים רבים בתפילה.
יעדער האלט זיך פאר א חזן.
אסאך נארנים שרייען איבער דעם חזן, אנשטאט זאגן "הודו על ארץ ושמים...." הייבן זיי נאכאמאל אן "יהללו את שם ה'..."
שטעל דיך פאר דו זאגסט "רבותי מיר וועלן בענטשען", והם עונים "רבותי מיר וועלען בענטשען"....
גיט! די זעלבע איז ביי גדלו לשם אתי.