בלאט 1 פון 2

וואו קען מען גיין אויף וואקאציע?

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 11:00 pm
דורך chaims
איך זיך א פלאץ צו גיין אויף וואקאציע פאר א וואך נישט צו ווייט מערסטנס 3 שעה צו פארן פאר ביליג איינער האט א געדאנק?

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 11:03 pm
דורך זר זהב
שלום עליכם חיים'ס!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 12:25 am
דורך שמעקעדיג
חיימ'ל, שלום וברכה.

נישט צו ווייט פון וואו?
וואס הייסט ביי דיר ביליג?
ווילסטו האבן כשר'ס אויפן ארט אדער קענסטו מיטשלעפן?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 12:52 pm
דורך chaims
נישט צו ווייט פון ברוקלין
נישט מער ווי 100 א נאכט
מיטשלעפען עסן

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 1:00 pm
דורך שמעקעדיג
איך מיין אז אין פענסילוועניע וואלט נישט שלעכט געווען.
גיי צו לאנגוואד גארדענס, אדער אמיש טאון.
עס זענען דא פלענטי ביליגע האטעלן אין די געגענט פאר די 100 דאלער פרייז-רענדזש.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 1:01 pm
דורך זר זהב
הייזקעלעך אדער מאטעלן

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 1:09 pm
דורך שמעקעדיג
איך בין געווען דארט עטליכע יאר צוריק, אין א HOLIDAY INN EXPRESS האטעל, פאר בערך $113 א נאכט. א שיינע גרויסע שטוב, מיט עקסטערע פלאץ צו עסן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 2:10 pm
דורך נס קאווע
שמעקעדיג האט געשריבן:איך מיין אז אין פענסילוועניע וואלט נישט שלעכט געווען.
גיי צו לאנגוואד גארדענס, אדער אמיש טאון.
עס זענען דא פלענטי ביליגע האטעלן אין די געגענט פאר די 100 דאלער פרייז-רענדזש.

שבת?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 2:27 pm
דורך קלאר
דאכט זיך אז מען דיסקאסירט דאס ערגעץ אין אינזער שטובל

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 2:46 pm
דורך שמעקעדיג
נס קאווע האט געשריבן:שבת?


ניין, נישט שבת.
וואספארא טעם האט דארטן א שבת?
אין א פרעמדע גוי'אישע פלאץ?
וואספארא הנאה איז דאס?

אינדערוואכן איז דארטן בשכינות די ריזיגע גארטן, וואס נעמט עטליכע טעג אדורכצושפאצירן, פון די גרעסטע אין אמעריקע, וואונדערליך שיין, בבחי' והיית משוגע ממראה עיניך.
און א 2-3 מייל אוועק איז דא א חב"ד הויז וואו איך האב געדאווענט די פאר טעג.
עסן האב איך מיטגענומען. זיי האבן געהאט אין האטעל, ווי געווענליך, א מייקראעיוו און פריזשידער, וואס איז מיר גוט צוניץ געקומען.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 2:47 pm
דורך שמעקעדיג
קלאר האט געשריבן:דאכט זיך אז מען דיסקאסירט דאס ערגעץ אין אינזער שטובל


מען דיסקוסירט בלויז וואקאציע פאר קאפעלס, אין מאחורי.
דא רעדט מען עפנטליך פארן עולם.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 10:35 pm
דורך מרדכי
אפשר קען מיך איינער שיקן אין פרייוועט די פלעצער צו גיים פאר קאפעלס. אי/ ווייס נישט וויאזוי אנצוקימען צו מאחורי

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 12:09 am
דורך [NAMELESS]
האט איינער עקספיריענס מיט האוואי, קאריביאנע אינזלען, באהאמאס, ארובא, פארטא ריקא, בנוגע כשר׳ס וכו? פאלם ספרינגס? אריזאנא? אדער עני אנדערע וורימע מקום אויף די אמעריקאנע קאנטינענט.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 12:56 am
דורך ונבנתה העיר

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 10:17 pm
דורך MickyMouse
ראשעקאל האט געשריבן:האט איינער עקספיריענס מיט האוואי, קאריביאנע אינזלען, באהאמאס, ארובא, פארטא ריקא, בנוגע כשר׳ס וכו? פאלם ספרינגס? אריזאנא? אדער עני אנדערע וורימע מקום אויף די אמעריקאנע קאנטינענט.

סארי פאר די שפעטע ריספאנס, איך האב נאר יעצט דורך געקוקט די פאויסט.
אין דאמיניקען ריפאבליק, פארטא פלאטא, איז דא א אלל אינקלוסיוו האטעל/ריזארט וואס האט א כשר׳ע רעסטעראנט.
http://www.lhvcresorts.com/kosher/.
אין די קעריביען, סט. טאמעס, האב איך געזען אסאך געשעפטן מיט מזיזות. אבער נישט כשר׳ע עסן.
האווייאי, פורל הארבער, האט א חבד הויז וואס געט עסן פאר א פרייז.
אין פארטא ריקא האב איך געהערט איז דא כשר אבער נישט אין סען וואן. איך ווייס נישט ווי יא.
אויף די באהאמעס האב איך נאך נישט געטראפען כשר.
אין בערמודע דארף אויך צי זיין כשר. אזוי האב איך געהערט פון איינעם וואס איז געווען.

ראוד איילאנד

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:55 pm
דורך מ גפני
האט איינער עקספיריענס מיט גיין וואקאציע אין ראוד איילאנד?
אין וועלכע שטאט צופארברענגען?
לוינט זיך צו דינגן א דירה אדער ענדערש א האטעל?
וואס איז דא דארט אינטערעסאנט פאר א קאפל?
ווי לאנג לוינט זיך דארט צו זיין?
וואס איז וועגן כשר?

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 5:07 pm
דורך matovu
There is one hotel Hyatt on Goat Island near NEWPORT

Shuls are in Providence.

You can also stay in Warwick closer to Shuls that are in Providence.

No Kosher food

Cliff Wlak, Mansions, Touro Synagoge.

and 2 Days good and relaxing for a couple

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 8:17 pm
דורך מ גפני
ישר כח
וועלכע שול האט א מנין אלע 3 תפילות?

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:24 pm
דורך איך אויך
די פאלאצן דארטן זענען משוגע צו ווערן, געב נאר אכטונג זי זאל נישט מקנא זיין.

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:50 pm
דורך DotCom
וואס איז מיט לעיק דשארדזש? וואספארא אטראקציעס איז דא דארטן? איז דא דארט עפעס כשר'ס?

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 1:00 am
דורך סאו וואט
פאוקענאוז שוין פרובירט?

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 9:20 pm
דורך שמו יגער
איך אויך האט געשריבן:די פאלאצן דארטן זענען משוגע צו ווערן, געב נאר אכטונג זי זאל נישט מקנא זיין.

אויב די גייטס דארט זוממער אין די געשמאקע היצן אין די פארשטייסט אז וויפיל געלט ער האט נאר געהאט דער בעל הבית פונעם פאלאץ האט ער נישט געקענט קויפען א עירקאנדישינער ביזטו אים שוין גארנישט מקנא......

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:10 pm
דורך שמעון וואלף
איך האב חשק זיך אריבערכאפן מיט'ן א"ח קיין וואשינגטאן הבירה נאכקוקן אויף מיינע איינגעשטעלטע אין קעפיטאל היל. ב"ה די אינטערנעט איז פול מיט אינפארמאציע איבער אלע אטרעקשענס וכו' אבער ס'פעלט מיר ידיעות איבער בית המדרש. צופרי דארף איך א מקוה און א מנין שחרית און פארנאכטס א מנחה מעריב

טאמער קענט איר ארויסהעלפן וועט עס אייך גערעכנט ווערן למצוה.