בלאט 1 פון 2
פרעסן טאג מיטוואך קדושים - לאקאלן, דעטאלן און זמנים
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2019 4:19 am
דורך מודה בטפל
זמן התחלת אכילה גסה איז היינט נאכט אור ליום ד', ג' אייר. זמן ר''ת אין ברוקלין איז 9:09.
וואו וואס ווען. ווערט יעדער געבעטן צו מודיע זיין ווער ס'טיילט אכילה בחינם רעסטעראנטן בתי מדרשים און אזוי ווייטער.
מיטוואך פארנאכט פאר סוף זמן אכילה וועט זיין א סעודה אין אנשי ספרד 8 זייגער.
זי''ע
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2019 12:43 pm
דורך ונבנתה העיר
0_IMG-20190505-WA0000.jpg
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2019 12:53 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2019 5:31 pm
דורך וואלווי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=47&t=12281
איך ווייס נישט פארוואס מ'זאגט אז תשרי און ניסן זענען העווי חדשים אלס יום טוב.
קען זיין אמאל איז אזוי געווען, אבער בימינו אלה איז אסאך שווערער די חודש אייר. ג' אייר דארף מען אפקאכען מער ווי א גאנץ ניסן. ה' אייר איז געהעריג א סיריעס יום טוב ס'איז אפי' אנגענומען צו בארבעקיוען, נישט קיין גרינג ארבעט בכלל. פסח שני, נו ווייסט מען דאך שוין אז אין רוב קהילות פירט מען טיש אדער גאר א גאנצע סדר. ואחרון חביב ל"ג בעומר, וואס קומט שוין היינט מיט א ד' חלקי שו"ע בכל פרטיה, פארשטייט זיך אז אויפשטעלען א דריי שטאקיגע הדלקה איז פיל שווערער ווי צען סוכות.
יעצט גיי פארשטיי וואס גאט האט געוואלט ווען ער האט צוגעזאגט פאר די תורה אז שבת און יום טוב וועלען יודען האבן צייט צו לערנען, נאך דערצו אין ימי ספירה, ס'דאך פאר קבלת התורה. אז נישט איז נישט...
Re: פרעסן טאג מיטוואך קדושים - לאקאלן, דעטאלן און זמנים
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2019 5:42 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יום ירושלים איז עפעס סתם א כ"ו אדר? עס איז דאך אויך א געהעריגען יו"ט
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2019 7:57 pm
דורך רויטע וואנצעס
געשמועסט מיט א אינדיאנער ווען ימים טובים. זאגט ער ביי זיי זענען נישטא אסאך, די נעקסטע איז ערשט סוף זומער. פארשטייט איך שוין פארוואס זיי זענען דין און אונז זענען פופציג פראצענט פעש און פופציג פראצענט געסליווט.
Re: פרעסן טאג מיטוואך קדושים - לאקאלן, דעטאלן און זמנים
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2019 10:43 pm
דורך קלוגע יודל
כל האוכל ושותה בג' אייר, כאילו התענה בה' אייר (נטעי גבריאל הלכות אייערשפייז ס"ק ץ, דפוס קערעסטיר)
Sent from my Moto E (4) using Tapatalk
Re: פרעסן טאג מיטוואך קדושים - לאקאלן, דעטאלן און זמנים
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2019 10:45 pm
דורך קלוגע יודל
קין איינער אריינקומען מיט מיר פרטים ווי מען קען עסן בחינם?
איך וועל אנפאנגען:
![בילד](https://uploads.tapatalk-cdn.com/20190508/0aa53fabf045e422ec18959a7123a989.jpg)
![בילד](https://uploads.tapatalk-cdn.com/20190508/25f6ad8d0458fbc4cef16b02009316fa.jpg)
![בילד](https://uploads.tapatalk-cdn.com/20190508/797b81dca0c31e67014964fe8759bb46.jpg)
Sent from my Moto E (4) using Tapatalk
Re: פרעסן טאג מיטוואך קדושים - לאקאלן, דעטאלן און זמנים
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2019 10:46 pm
דורך קלוגע יודל
ביים ציון פון די ברידער אין סטעטן איילענד:
Rabbi Yehuda Tzvi Steiner (Brother of Rebbe Shayele Kerestirer)
1126 Richmond Ave, Staten Island, NY 10314
https://goo.gl/maps/HRwdUydnuo4VoZ329Sent from my Moto E (4) using Tapatalk
Re: פרעסן טאג מיטוואך קדושים - לאקאלן, דעטאלן און זמנים
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2019 10:47 pm
דורך קלוגע יודל
ביים ציון פון די ל"ו צדיק הרה"ק ר' מענדיל ווייס
https://r.tapatalk.com/shareLink?url=ht ... are_type=tSent from my Moto E (4) using Tapatalk
Re: פרעסן טאג מיטוואך קדושים - לאקאלן, דעטאלן און זמנים
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2019 10:48 pm
דורך קלוגע יודל
ציווישן 8 און 10 אינדערפרי וועט zoom געבן בחינם סענדוויטשעס
Sent from my Moto E (4) using Tapatalk
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2019 11:00 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=47&t=12281
איך ווייס נישט פארוואס מ'זאגט אז תשרי און ניסן זענען העווי חדשים אלס יום טוב.
קען זיין אמאל איז אזוי געווען, אבער בימינו אלה איז אסאך שווערער די חודש אייר. ג' אייר דארף מען אפקאכען מער ווי א גאנץ ניסן. ה' אייר איז געהעריג א סיריעס יום טוב ס'איז אפי' אנגענומען צו בארבעקיוען, נישט קיין גרינג ארבעט בכלל. פסח שני, נו ווייסט מען דאך שוין אז אין רוב קהילות פירט מען טיש אדער גאר א גאנצע סדר. ואחרון חביב ל"ג בעומר, וואס קומט שוין היינט מיט א ד' חלקי שו"ע בכל פרטיה, פארשטייט זיך אז אויפשטעלען א דריי שטאקיגע הדלקה איז פיל שווערער ווי צען סוכות.
יעצט גיי פארשטיי וואס גאט האט געוואלט ווען ער האט צוגעזאגט פאר די תורה אז שבת און יום טוב וועלען יודען האבן צייט צו לערנען, נאך דערצו אין ימי ספירה, ס'דאך פאר קבלת התורה. אז נישט איז נישט...
וואלווי: דו האסט פארגעסן איין וויכטיגע סעודה. וואס אנ"ש די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני פיהרן זיך צו פראווען. ברוב פאר והדר. דאס אויספאסטן מוצאי דעם יום המר והנמהר, ה' אייר, רח"ל מהאי דעתא...! מילא ווען דער זקן ממרא. דער מסית ומדיח. (האלאו. בהמות. שוטים שבעולם. עפרא לפומייכון) איז געפיי--- האטמען נאר געגעבן תיקון. א ביסל לקח און בראנפן. אוןן מ'האט געמאכט א רקידה'לע. אפילו אלטע אידן מיט ווייסע בערד. סיי אין לאנדאן. און סיי אין בני ברק. און אפשר אין קר"י און וויליאמסבורג אויכעט. אבער דער תענית פון ה' אייר איז זייער אן ערנסטער תענית. אונז ערליכע אידן מדקדקים בכלה כבחמורה האבן נאר אויסגעפאסט ביים ר"ת זמן. ממילא קומט זיך א גרויסע סעודה צום אויפאסטן...!
ס'וועט נאך קומען א צייט ווען מ'וועט אנטון בגדי שבת. און מאכן א גאנצן יום טוב...!
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2019 12:18 am
דורך איש חזון
עפעס א נייע מין מהלך צו צווינגען דעם רבוש"ע אונז אהיים צו ברענגן, לאמיר האפן ס'וועט ארבעטן, געגאנגען פרעסן רבותי
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2019 12:37 am
דורך נולד מאוחר
דאס איז מסתמא איינער פון דו געוואלדיגע מעלות און חסד פון אונזער געזלשאפט. קוק וויפיל טוזנטער אידן גייען עסן בחנם.
מיין שאלה איז, איז עס טאקע אן אויפטו? וויפיל אמתדיגע ארימע מענטשען וואס מאכט א נפקמ דו דריי דאלער גייען מארגן עסן בחנם?
איך מאך נישט אוועק דו fun חלק, סטוט זוך מ'עסט בחנם. סאיז באמת א שיינע וועג פון סעלברעטן א יארצייט, קאמפערד צי צום גדליה.
Re: פרעסן טאג מיטוואך קדושים - לאקאלן, דעטאלן און זמנים
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2019 12:47 am
דורך קלוגע יודל
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2019 12:49 am
דורך נולד מאוחר
באמערקסט ווי אלע זענען הרוצבש. סאיז פרייע עדווערטייזמענט, קיינער ספאנסערט עס נישט.
זייט ווען זענען אונזער נדבנים זאלכע הצנע לכת.
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2019 12:54 am
דורך איש חזון
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2019 4:41 am
דורך טאמבל סאס
נולד מאוחר האט געשריבן:באמערקסט ווי אלע זענען הרוצבש. סאיז פרייע עדווערטייזמענט, קיינער ספאנסערט עס נישט.
זייט ווען זענען אונזער נדבנים זאלכע הצנע לכת.
און אויב איז עס יא א עכטע מענטש איז עס מסתמא אזא גראבע בעל עבירה אז ער האט שוין נישט קיין שם וואס צו מעלם זיין. מיטן ספאנסערן וויל ער זיך מוחל זיין די עבירות
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2019 4:47 am
דורך berlbalaguleh
נולד מאוחר האט געשריבן:באמערקסט ווי אלע זענען הרוצבש. סאיז פרייע עדווערטייזמענט, קיינער ספאנסערט עס נישט.
זייט ווען זענען אונזער נדבנים זאלכע הצנע לכת.
נולד מאוחר: ניין. דו ביסט נישט גערעכט. אני הקטן. בערל בעל עגלה פון הוידו נאנאש בין נישט אזא הצנע לכת. איך ספאנסאר א פרייע (אן אפצאל) סעודה, וועלכע באשטייט פון א מזונות ראלל, אנגעשמירט מיט פוטער, אמעריקען טשיעז. לעטוס און טאמעיטאס. און א הייסע קאכעדיגע קאווע. (עקסטרא לארדזש) מיט צוקער אדער ספלענדא (ווער געדענקט נאך?). און צידה לדרך. 2 דאונאטס. עקסטרא לארדזש קאוק (בהשנחת הרכ לנדא מ'בני ברק). אין דעם גרויסן געז סטעישן ביי 16'טע עוועניו קארנער 60 סטריעט...! פון 6 אזייגער אינדערפריה ביז צו די שקיעה...וכל הקודם זכה...!
Re: פרעסן טאג מיטוואך קדושים - לאקאלן, דעטאלן און זמנים
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2019 5:44 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ערנסט גערעדט, אז מ׳וויל גיין אין די וועג פון ר׳ ישעיה׳לע, קלינג אן דיין לאקאלע תומכי שבת ארגאניזאציע, און גיב זיי א שיינעם נדבה
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2019 6:26 am
דורך איסר האטלקי
ווער וויל דא גיין אין איינעמ'ס וועגן? יעדער טוט וואס ער וויל. ער געט קאווע און דו שרייבסט אויף ק"ש. ער שרייבט ער מיינט ר' ישעי'לע פונקט ווי דו מיינסט דעם אויבערשטן.
ווען וועט שוין יעדער זיין ביזי מיט זיך אליין? כ'האב געמיינט אז נאר די רבנים זענען פארנומען מיט אנדערע...
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2019 9:01 am
דורך מיימון
איך זע באמת נישט דעם פראבלעם מיט דעם. עס איז באמת א שיינע וועג צו סעלעברעיטן א יארצייט ווי נולד מאוחר האט געשריבן. משלוח מנות איש לרעהו לאו דוקא פאר אביונים להרבות ריעות ולשמח לבבות גדולה לגימה וכו' אזוי פירן זיך חסידים שוין לאנג מיט געבן תיקון. עס איז א שיינע זאך אנצוהייבן דעם טאג, און מען קען עס מאכן פאר א מצוה. גענוג אידן עסן נישט קיין פרישטאג (נישט מחמת ארימקייט) נאר דורך די ר' ישעיהלע זאכן. דור ודור ושגעונותיו. אמאל האט מען פאר יעדער שטות געמאכט א תענית. ב"ה היינט מאכט מען סעודות. וועם שטערט עס.
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2019 10:35 am
דורך אישתישבי
נישט פארגעסן, אין שומר שבת איז דא פרייע קאווע און וואסער און אלטע אויסגעטריקענטע קעיק, און פעכי טשולענט.