פרישע דעטאלן אין די געשיכטע פון אמנון און תמר.
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2019 10:02 am
[justify]ווען די רבי אין חדר האט פארגעלערנט דעם ספר שמואל, האט ער זעלבסטפארשטענדליך איבערגעהיפט, דאס קאפיטל אין וועלכע עס ווערט געשילדערט די דראמאטישע געשיכטע ווי אמנון דער עלצטער זון פון דוד המלך האט פארגעוואלדיגט זיין שוועסטער תמר. דאס איבערהיפן פון דעם דאזיגען קאפיטל, האט שטארק אונטערגעצויגן דעם נאטורליכער נייגער פון אונז קינדער. מיר האבן מיט אונזערע קינדערישע קעפ פראבירט זיך צו דערגרינטעווען, פארוואס דער רבי האט דייטליך באשלאסן איבערצוהיפן פונקט דעם דאזיגען קאפיטל – און נישט די שווערע פסוקים פונעם שומר חינם און שמור שכיר פון פרשת משפטים. צו פארשטילן אונזער נייגער, האבן מיר זיך אין א דראסטישער שריט, איינגעהאנדלט אן אומלעגאלע אידיש-טייטש תנ''ך. מיר האבן אין געהיים פארזיכטיג שטודירט די דראמאטישע געשיכטע פון אמנון און תמר וואס האט זיך אפגעשפילט אינעם פאלאץ פון דוד המלך אין יענע טעג. מיר האבן זיך ממש פארסמאקעוועט מיט די געשיכטע. אין בלויז א דאנק דעם ג-ט געבענטשעטער גירסא דינקותא, איז די דאזיגע געשיכטע פארבליבן דער מערסט מוח-איינגעקריצטע תנ''ך קאפיטל וואס מיר געדענקן נאך מיט אלע פישיקוועס ביז צום היינטיגן טאג.
ס'האט אונז אבער אלעמאל שטארק געארט פארוואס די פסוקים אין תנ''ך שילדערן נישט וואס ס'האט ווייטער פאסירט מיט די מיטגעמאכטע תמר. דער תנ''ך שילדערט בלויז די גראנדיעזע נקמה אקציע וואס דער שיינער אבשלום האט דורכגעפירט אויף אמנון, וואס האט עטווענטועל געפירט צום גרויסן אויפשטאנד פון אבשלום קעגן זיין פאטער דער קעניג דוד. אבער וואס ס'האט טאקע ווייטער פאסירט מיט תמר, איז פאר אונז געווען א געהיימע מיסטיריע און א פארבארגענע גערעטעניש, ביז מיר האבן זיך ענדליך זיך אנגעשטויסן אין א ספר/ביכל מיטן נאמען דברי גד החוזה, וואס לעזט אויף די מיסטיריע און שילדערט גענוי וואס ס'האט פאסירט מיט תמר נאך די פארווייטאגטע געשיכטע מיט אמנון.
דער ספר דברי גד החוזה טוט אנגעבליך ערהאלטן די נביאות פון גד החוזה. דער נביא גד האט געדינט אלס דער אפיציעלער געטליכער נביא אינעם קאבינעט פון דוד המלך. מיר דארפן אבער דייטליך קלאר-שטעלן, אז די קראנטהייט און פארלעסליכקייט פונעם דברי גד החוזה איז שטארק אונטער צווייפל. אין יעדענספאל פאלט דער ספר אריין אין די קאטאגאריע פון ספרים חיצונים, וואס די הייליגע חז''ל האבן נישט געוואלט אריינשטעלן אינעם תנ''ך. דער ספר איז צום ערשטן מאל אפגעפונען געווארן אין די פארצייטישע שטאט קאָטשין, דאס איז די היינטיגע שטאט קאָטשי וואס געפונט זיך אינעם ווייטן אינדיע.
די לעגענדע לויטעט, אז אידן האבן שוין געוואוינט אין קאָטשין זינט די צייטן פון שלמה המלך. דער אידישע קהלה אין קאָטשין האט זיך פארמירט דורך מיליטערישע אפיצירן פון די ארמיי פון שלמה המלך. שלמה האט זיי אהין געשיקט מיט א מיסיע אהיים צו ברענגן גאלד און זילבער צום לאנד יהודה. מאנכע זענען גאר ביי די מיינונג אז די שטאט קאָטשין איז גאר דער אלטער היסטארישער שטאט אופיר וועלכע ווערט נאך דערמאנט אינעם ספר דברי הימים. דארט אין דברי הימים ווערט טאקע אויספירליך געשילדערט אז שלמה האט געשיקט זיינע קנעכט קיין אויפיר, אז זיי זאלן אים פון דארט ברענגן אוצרות פון גאלד און זילבער און עלעפאנט-ציין.
אינעם ספר דברי גד החוזה ווערט ברייט געשילדערט דעם אויספיר פון די געשיכטע פון אמנון און תמר. אט איז ווי אזוי דאס ווערט דארט געשילדערט.
נאך דעם וואס דער טאכטער פון דוד איז פארגעוואלדיגט געווארן דורך איר האלב-ברידער אמנון, איז זי אין געהיים אנטלאפן פון לאנד יהודה צו די פאטער פון איר מיטער צום קעניג פון גשור. גשור איז געווען א קליינע פארצייטישע קעניגרייך וואס האט געהערשט אויף א טייל פון די הויכע מייעסטעטישע גולן בערג, וואס הייבן זיך פון די ברעגעס פונעם כנרת. איר ברודער שלמה האט אנגעוואנדן אלע זיינע מעגליכקייטן צו דערגיין וואו זיין שוועסטער באהאלט זיך אויס אבער אן קיין ערפאלג. אויפן איניציטיוו פון איר אייגענעם זיידע, האט פרשז א פריינד פונעם קעניג אויך פראבירט איר צו פארגעוואלדיגן. ווען תמר האט דאס אינאכט גענומען, האט זי פראבירט אפצושטויסן דעם באנדיט מיט א אויסרייד אז זי וויל זיך ערשט עטוואס אויסטשוכען דעם קאפ מיט א ביסל מוזיק. שפילנדיג אזוי מיטן פידל האט זי הייס געדאווענט צום אייבישטען: שיק דיין ליכטקייט און דיין אויפריכטיקייט מיך צו דערהאלטן, און ערלויב נישט דאס גליסטעניש פון דעם טמאנעם ערל... זיידע דוד זעע דיין שאנדע און די שאנדע פון דיין טאכטער... גיי צום כסא הכבוד און בעט דערבארעמדיקייט ביים היילגן באשעפער... האט זי יאמערליך געוויינט.
דער אייבישטער האט צוגעהערט צו איר געבעט און איר געוויין, ער האט אראפגעטראפט פון הימל שלאף געטראנק, און דער באגאבונד פרשז איז איינשלאפן אין שויס פון תמר. תמר האט ווייטער הייס געדאווענט צום אייבישטען אז ער זאל איר העלפן אין זכות פון איר טאטע דוד, אזוי ווי ער האט געהאלפן פאר יעל דער פרוי פון חבר הקיני. (יעל האט אריינגעשמיסן א געצעלטן-נאגל אינעם ריקן פונעם לעגענדארער כנענישער גענעראל סיסרא, נאכן אים אפשוואכן מיט גאנצע זיבן געשלעכטן) תמר איז דאן אינספערירט געווארן מיט א הימלישער גייסט, זי האט ארויסגעצויגן דעם אויסגעשארפטער שווערד פון שיידל וואס האט געהאנגן אויף די לענדען פונעם שלאפענדן פרשז, און געטאן גענוי וואס יעל די ווייב פון חבר הקיני האט געטאן מיט גענעראל סיסרא.
תמר איז באלד ארעסטירט געווארן דורך די אויטריטעטן. ווען מ'האט איר געפרעגט פארוואס זי איז באגאנגען דעם אקט וואס זי איז באגאנגן, האט זי ציטירט דעם זעלבן סלאגאן וואס די קינדער פון יעקב האבן גענטפערט פאר שכם אייזלסזאהן, הכזונה יעשה את בת מלך? דער טאכטער פון קעניג זאל פארוואנדלט ווערן צו א שקלאפטע? זי איז איינגעשפארט געווארן אין א מאקסימום זיכערהייטס טורמע ביז צום אורטייל.
ווען די דאזיגע געשיכטע איז זיך אייגענטליך פארלאפן, איז איר זיידע דער קעניג געווען אפוועזן פון לאנד, ער האט זיך דאן אויפגעהאלטן אין ירושלים, וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן פאליטישע געשפרעכן צווישן אים מיט שלמה המלך. די גשורישע שנעל-רייטער האבן אין איילעניש גאלאפירט פון גשור קיין ירושלים, מיטצוטיילן מיט זייער קעניג די דראמאטישע אנטוויקלונגען וואס ס'שפילט זיך אפ אין גשור אין זיין אפוועזנהייט.
אנקומענדיג קיין יהודה, זענען אבער די שנעל-רייטער באלד פארהאלטן געווארן דורך אויסשפיר איינהייטן פון יהודה, און זיי זענען גענומען געווארן פאר אויספארשונג. ווי דערשטוינט זענען די אידישע אויספארשער געווארן, ווען זיי האבן קענענ-געלערנט פון די רייטער אז דער פארשווינדענע שוועסטער פונעם קעניג האלט זיך גאר אויף אין גשור. אפגעזען פונעם פאקט אז דער קעניג פון גשור האט דאס נאכאנאנד קאטאגאריש אפגעלייקענט. שלמה האט באלד באאויפטראגט זיין קריגס מיניסטער דער העלדישער גענעראל בניהו בן יהוידע, אז ער זאל נעמען זאכן אין די הענד אריין און רעאגירן אין איינקלאנג. גענעראל בניהו האט אין א העכסט-געוואגטע אקציע געכאפט דעם קעניג פון גשור אינאיינעם מיט זיינע מענטשען, אין זיי געהאנגן אין צענטער פון שטאט. די טויטע קערפער זענען דערנאך באערדיגט געווארן אין א הייל מיטן נאמען מערת הערלים, דער הייל האט זיך געפונען הארט פאר שער הדיגים אין ירושלים.
שלמה האט דאן געשיקט זיינע ספעציעלע קאמאנדא אייהייטן קיין גשור, אז זיי זאלן ברענגען זיין שוועסטער תמר קיין ירושלים. ווען זי האט זיך ענדליך אומגעקערט אהיים האט איר ברידער דער קעניג זייער ווארעם אויפגענומען. ער האט איר באפוילן אז זי זאל זיך טוישן איר נאמען פון תמר צו טפת, און ער האט איר פארהייראט מיטן זין פון אבינדב דער ברודער פון דעם פארגייענדער קעניג דוד.
אצינד איז שוין די געשיכטע פארפולקאמט, אלע שטיקליך פונעם פאזעל זענען שוין צוזאמנגעשטעלט, דער בילד פון די געשיכטע האט זיך ענדליך עטוואס אויסגעקלארט מיט די נייע דעטאלן מיט וואס מיר האבן זיך באקענט אינעם ספר דברי גד החוזה. דער פראבלעם איז נאר אז די קראנהייט פונעם ספר איז שטארק אונטער צווייפל...[/justify]