ער ברענגט עס ארויס אלס די משפחה באציאונגען אין טראדיציאנעלע געזעלשאפטן בכלל. (אגב רעדט ער זייער ביטער, און בארירט אינגאנצן נישט די מעלות פונעם כינעזער סיסטעם. נאך אלעם האט ער גענומען א גרושה, וואלט מען געזאגט ביי אונז אין מקוה...)
אבער גאר אינטערעסאנט איז צו ליינען אין The Geography of Thought: How Asians and Westerners Think Differently and Why, אז מענטשן אין מזרח אזיע (הויפטזעכליך כינע) טראכטן פאקטיש אנדערש ווי אין מערב, זייער מוח איז אנדערש אויסגעשטעלט, צוליב יסודות'דיגע חילוקים אין די היסטארישע גריכישע און כינעזע קולטורן.
די גריכן האבן געלעבט מיט personal agency און אינדיווידואליזם; די כינעזער מיט הארמאניע (מיט פריינט און פאמיליע), קאלעקטיוויזם און collective agency. די גריכן האבן געזוכט צו קאנטראלירן זייער סביבה, די כינעזער האבן געזוכט זיך צו קאנטראלירן אויסצופירן וואס די סביבה פאדערט. אפילו polyphonic music שטאמט פון יוון, אין כינע איז עס געווען monophonic. גריכן האבן פראבירט צו דערגיין די אבסטראקטע יסודות, פאר כינעזער איז נאר געווען אינטערעסאנט וואס איז נוגע למעשה, און קיין זאך עקזיסטירט נישט אן קיין קאנטעקסט. (נישטא קיין ווארט פאר ווייסקייט אין כינעזיש, למשל, איר קענט נאר רעדן פון די ווייסע שניי אדער ווייסע קאטשקעס). דאס שטאמט פון דעם וואס די גריכישע וועלט איז געווען discrete, אטאמיסטיש און סטאטיש, האבן זיי יעדע זאך אנאליזירט באזונדער, צו טרעפן דעם עצם און די מקרים, און פאר די כינעזער איז די וועלט continuous און דינאמיש, אלעס איז פארבינדן צו אלעס און טוישט זיך אלעמאל. די גריכן האבן געגלייבט אינעם כח פון לאגיק אלעס שארף אויסצוקלארן, ווען אין מזרח איז גארנישט געווען זיכער, ווייל וואס איז היינט אזוי וועט מארגן סייווי זיין פארקערט.
קאטעגאריעס אין גריכנלאנד, באציאונגען אין כינע. גריכישע לאגיק, כינעזישע קאמאן סענס. נייגעריגע יוונים, פראגמאטישע כינעזער. און אזוי ווייטער.
(דער מחבר גייט אויך אריין אין די געא-פאליטישע און עקאנאמישע גורמים וועלכע האבן לדעתו געברענגט די דראסטיש אנדערע קולטורן).
און ביז היינט, ברענגט ער שטודיעס, טראכט מען אין מזרח אנדערש ווי אין מערב. אין מערב כאפט מען בעסער אויף חפצים, אין מזרח באמערקט מען בעסער די סביבה און די שייכות'ן צווישן געשעענישן. מזרחיים זעען סובסטאנצן וואו מערביים זעען אביעקטן. אין מערב גלייבט מען מער אין קאנטראלירן דעם ארום. מערב זעט סטאביליטעט וואו מזרח זעט טויש. הסברים זענען געבויט אין מערב אויף אביעקטן, אין מזרח שפרייט מען אויס דעם נעץ אריינצורעכענען די ענווייראמענט. מערביים נוצן קאטעגאריעס צו ארגאניזירן די וועלט, מזרחיים לייגן דעם דגוש אויף שייכות'ן. אין מערב ווערן מער באנוצט לאגישע כללים צו פארשטיין געשעענישן. ווען קאנפראנטירט מיט א סתירה, וועט מען אין מזרח ענדערש זוכן דעם מיטעלן וועג, אין מערב וועט מען זיך מער פארלייגן אז איין זייט איז ריכטיג. און נאך.
בעיקר איז נוגע אהער די דריטע פרק, Living Together vs. Going It Alone. אין מזרח אזיע זענען אינדיווידואליזם און פערזענליכע צילן נישט רעספעקטירט, ארויסשטיין ווערט באטראכט נעגאטיוו, דער עיקר איז קאארדינאציע און הארמאניע. אויפפירונג צווישן מענטשן ווערט באשטימט לויט ראלעס, נישט לויט יוניווערסאלע כללים.
א טיפישע וועג אנצוהייבן ליינען פאר קינדער אין אמעריקע איז מיט די ווערטער "See Dick run. See Dick play. See Dick run and play.", אין כינע איז עס "Big brother takes care of little brother. Big brother loves little brother. Little brother loves big brother."
ווען א געוויסע יוניווערסיטעט אין מישיגען האט געוואלט אויספרעגן סטודענטן ווי נאנט זיי ווילן זיין מיט זייערע מאמעס, האבן די יאפאנעזישע פארשער געהאלטן אז עס דארף זיין אן אפציע "איך וויל זיין מיט מיין מאמע כמעט די גאנצע צייט", די אמעריקאנע האבן גע'טענה'ט אז דאס וועט זיין אויסטערליש מאדנע, און וועט ליצנות מאכן פונעם גאנצן אינטערוויו.
ווען יאפאנעזער פארציילן איבער זיך רעדן זיי וועגן אנדערע דאפלט אזויפיל ווי אמעריקאנער. אמעריקאנער האלטן זיך פיל מער אייגנארטיג ווי זיי זענען באמת. ווען געבעטן אויסצוקלויבן וועלכע פעדער זיי ווילן באקומען אלס מתנה, וועלן אמעריקאנע נעמען די זעלטנסטע קאליר, מזרח-אזיאנער די פארשפרייטסטע. שולעס אין אמעריקע לערנען זעלבסט-שאץ, אין יאפאן - זעלבסט-קריטיק.
מיר דאכט זיך אז ער טרייבט אביסל איבער זיין טעזע, און זיינע דעסקריפציעס און גענעראליזאציעס זענען נישט גענצליך אקוראט, אבער דאך פארמאגט די טענה אסאך אמת אין זיך.
ער ברענגט אפאר מאל אראפ די אידן, אלס ממוצע צווישן מזרח און מערב. ווי למשל די שטודיע פון Zachary Dershowitz אז field dependence ביי ארטאדאקסישע אידן איז העכער ווי ביי פרייע אידן, וואו עס איז העכער ווי ביי פראטעסטאנטן. איך מיין אז מיר חסידים קענען זיך גאר גוט טרעפן מיט געוויסע פרטים אינעם בילד וואס ער מאלט אראפ פונעם מזרח, הגם איך האב דערווייל נאכנישט באקומען קיין גרענט דאס פונקטליך אויסצופארשטן. זענען מיר נאך יונק פון אונזערע אזיאטישע ווארצלען, אדער איז עס בלויז די סאציאלע סטרוקטור?
און אפשר איז דאס אלעס א חלק פונעם געטליכן פלאן, אז ווען כינע וועט בקרוב ווערן די וועלט'ס גרויסמאכט זאלן מיר אידעלעך זיך שפירן אינדערהיים און ווערן די אויבערשטע פון שטייסל, ווי אלעמאל. (איי אמעריקע וועט דאך זיין די לעצטע גלות? כנראה וועט אמעריקע געהערן צו כינע...)