בלאט 1 פון 1

ברעיקינג: סמארטפאון אפילו מיט א פילטער איז אסור!!

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2019 7:27 pm
דורך [NAMELESS]
.

Re: ברעיקינג: סמארטפאון אפילו מיט א פילטער איז אסור!!

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2019 8:11 pm
דורך נעגעל וואסער
מהיכן דנתנו? איך זעע נישט די נייעס ערגעץ אנדערש.

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2019 8:14 pm
דורך איסר האטלקי
האסט עס ערנסט געוואלט זען אויף א סמארטפאון?

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2019 8:23 pm
דורך מודה בטפל
אין ארץ ישראל איז דאך פרנסה אסור אפילו אן א סמארטפון

Re: ברעיקינג: סמארטפאון אפילו מיט א פילטער איז אסור!!

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2019 8:55 pm
דורך נעגעל וואסער
איסר האטלקי האט געשריבן:האסט עס ערנסט געוואלט זען אויף א סמארטפאון?

וואס עפעס ביזסטו חושד בכשרים?
זייט די רבנים האבן געקוקט מיט א שלעכטן אויג אויף די סמארטפאון'ס, גיי איך ארום מיט מיין קאמפיוטער אויפן גאס. די קאמפיוטערס זענען דאך כשר בתכלית הכשרות והשלימות. די גרויסע טורעם מיט די מאַמע-ברעטער און פראסעסערס וכו' שלעפ איך אין אזא קליינעם רענצעל אונטער מיר, אין מיין קליינעם טאש פון מיין דזשי און דזשי הויזן איז דא פלאץ פונקט פאר מיין יו. עס. בי. און די גרויסע 27 אינטש סקרין האלט איך שטארק מיט מיינע צוויי הענט, וואס טוט מיר אויך באשיצן פון די אנגייענדיגע טרעפיק..

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2019 9:09 pm
דורך איסר האטלקי
מודה בטפל האט געשריבן:אין ארץ ישראל איז דאך פרנסה אסור אפילו אן א סמארטפון

לצורך סמארטפאון האבן שוין געוויסע מתיר געווען. און דערפאר זענען די גאונים ארויסגעקומען מיט דעם רוף אז סמארטפאון איז אסור, ווייל די סמארטפאון קען צוברענגען צום שרעקליכן חורבן פון פרנסה...

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2019 1:31 am
דורך וואלווי
מעיקר הדין איז דאס אן אלטע דיון, נאר היות אז מ'האט דאס פון פריש געפענט, זאל שוין זיין נאך א תגובה:

למעשה, All jokes aside, האט נאך קיינער, אדער כמעט קיינער, פון די הונדערטער רבנים, ראשי ישיבות, wannabe רבנים, געשריבען געהעריגע הלכה'דיגע תשובות כדרכה של תורה, וכנהוג באלפי שנים האחרונות, צו מברר זיין בפני קהל ועדה, די אביזרייהו דג"ע, שפי"ד, עו"ז, איסור הנאה, ערגער ווי חמץ, אסור לצרף למנין עשרה, איכא דרכא אחרינו, ועוד, וואס מ'האט ארויף געקלעבט אויפ'ן אינטערנעט וכליו. מימות עולם איז כמעט נאך נישט געווען אזא שקר ברבים וואס קיין איינע פון די שקרנים רבנים קענען נישט אויף קומען מיט א פשוט'ע בירור על פי הלכה ועל פי אמת פארוואס זיך זאגען אז דאס איז אסור, פונקט אזוי ווי די צענדליגע טויזינטער פסקי הלכה וחידושי סוגיות וואס זענען שוין געשריבען געווארן לאסוקי שמעתתא אליבא דהילכתא.

זייער ווארט איז נישט קיין ווארט, די פסק איז נישט קיין פסק, ועד הנה האט עס מיט תורה קיין שייכות נישט. דאס איז חוץ פון דעם, וואס רובן האבן נישט קיין דעמנ מושג וואס אינטערנעט איז בכלל, ווי אזוי דאס ארבעט, און ווי אזוי מ'נוצט עס אין טאג טעגליכע לעבן. שטעלטס אייך פאר אז עפעס א כולל יונגערמאן, וואס האט קוים געלערנט אביסל או"ח און יו"ד, וועט זיך נעמען פירן דיני תורות אין חו"מ אדער מסדר זיין גיטין וקידושין. ס'וועט אויפ'ן פלאץ ווערען די סקאנדאל פונ'ם יאר, און ער וועט ווערען אסור לבוא בקהל.

יעצט קומען א גרופע מענטשען וואס האבן נישט קיין פריקען אנונג וואס טוט זעך אין די נושא און זענען משקר בפני קהל עם ועדה כאילו זיי האבן א רעכט בכלל צו פסק'ענען דא, און צום סוף שרייבען זיי ניטאמאל א געהעריגע פסק הלכה כדבעי. זענען אזעלעכע שקרנים בכלל נאמן אלס עדות?!

די איסור אינטערנעט איז פול אוו ש*ט, באשאפען בעווארן דורך מענטשען וואס זענען פול אוו ש*ט, אלס נאר צו מאכן אונזער לעבן פול אוו ש*ט.

ש*טה לא נודע למי...

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2019 8:09 am
דורך יין שרף
האב איך בערך דאס אמאל געזאגט פאר א באקאנטן מורה הוראה אין מאנסי - שיכון סקווירא , האט ער מיר געזאגט אז ער פארלאזט זיך אויף א 'בירור להלכה' פון א אינגערמאן אין מאנסי וואס האט ארויסגעגעבן א קונטרס מיטן נאמען 'סורו אל תגעו' צו מברר זיין די 'איסור' השתמשות בכלי הנקרא 'סמארטפאון' וכדו'..

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2019 8:55 am
דורך זאפטיג
אויב דער מודעה איז נישט קיין מזויף איז אזוי

הגאון ר' חיים מאיר וואזנער שליט''א לרפו''ש האט קינדער און אייניקלעך מיט סמארטפאון'ס

ר' שמאי קהת,
הכהן גראס
גייט אקעגן זיין רבי וואס איז געווען דער נחשון וואס האט אריינגעברענגט די כשר'ע סמארטפאנס

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2019 12:03 pm
דורך חיים יואל
זאפטיג האט געשריבן:אויב דער מודעה איז נישט קיין מזויף איז אזוי

ר' שמאי קהת,
הכהן גראס
גייט אקעגן זיין רבי וואס איז געווען דער נחשון וואס האט אריינגעברענגט די כשר'ע סמארטפאנס

גערעכט. בעלזא דיין הג״ר שמאי קהת הכהן גראס, וואלט נישט געחתמט אזא פאשקוויל.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 12:07 pm
דורך פאלאצ'ינטא
מודה בטפל האט געשריבן:אין ארץ ישראל איז דאך פרנסה אסור אפילו אן א סמארטפון


מען זאגט אז ווען הרב יוסף חיים זאנענפעלד ז"ל איז נפטר געווארען האט מען פאר די לוי' אין ארץ ישראל אויסגערופען א ביטול מלאכה. דער פראבלעם איז אבער אז מען האט קיינמאהל נישט געהייסען צוריק גיין ארבעטען

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 9:41 am
דורך berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא: דער בארימטער בדחן פינקי וועבער (אדער וויאזוי ער רופ-טציך היינט הרב פינחס נאך עפעס וועבער שליט"א) צולייגט עס מער בפרטיות. אז פאר די לוויה פון ר"י חיים זאנענפעלד איז ארומגעפארן א קאר און אויסגערופן ביטול מלאכה. אבער ס'איז נישט ארומגעפארן א צווייטע קאר און אויסגערופן אז מ'זאלל זיך נעמען צוריק ארבעטן... מהאי טעמא ארבעט מען נישט אין ירושלים. ס'איז דא נאך א טעם. ווילאנג די ציונים שר"י געבן א חודש'ליכן טשעק דארף מען נישט צוריקגיין ארבעטן...!

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2022 11:09 pm
דורך בורו פארק
וואלווי האט געשריבן:מעיקר הדין איז דאס אן אלטע דיון, נאר היות אז מ'האט דאס פון פריש געפענט, זאל שוין זיין נאך א תגובה:

למעשה, All jokes aside, האט נאך קיינער, אדער כמעט קיינער, פון די הונדערטער רבנים, ראשי ישיבות, wannabe רבנים, געשריבען געהעריגע הלכה'דיגע תשובות כדרכה של תורה, וכנהוג באלפי שנים האחרונות, צו מברר זיין בפני קהל ועדה, די אביזרייהו דג"ע, שפי"ד, עו"ז, איסור הנאה, ערגער ווי חמץ, אסור לצרף למנין עשרה, איכא דרכא אחרינו, ועוד, וואס מ'האט ארויף געקלעבט אויפ'ן אינטערנעט וכליו. מימות עולם איז כמעט נאך נישט געווען אזא שקר ברבים וואס קיין איינע פון די שקרנים רבנים קענען נישט אויף קומען מיט א פשוט'ע בירור על פי הלכה ועל פי אמת פארוואס זיך זאגען אז דאס איז אסור, פונקט אזוי ווי די צענדליגע טויזינטער פסקי הלכה וחידושי סוגיות וואס זענען שוין געשריבען געווארן לאסוקי שמעתתא אליבא דהילכתא.

זייער ווארט איז נישט קיין ווארט, די פסק איז נישט קיין פסק, ועד הנה האט עס מיט תורה קיין שייכות נישט. דאס איז חוץ פון דעם, וואס רובן האבן נישט קיין דעמנ מושג וואס אינטערנעט איז בכלל, ווי אזוי דאס ארבעט, און ווי אזוי מ'נוצט עס אין טאג טעגליכע לעבן. שטעלטס אייך פאר אז עפעס א כולל יונגערמאן, וואס האט קוים געלערנט אביסל או"ח און יו"ד, וועט זיך נעמען פירן דיני תורות אין חו"מ אדער מסדר זיין גיטין וקידושין. ס'וועט אויפ'ן פלאץ ווערען די סקאנדאל פונ'ם יאר, און ער וועט ווערען אסור לבוא בקהל.

יעצט קומען א גרופע מענטשען וואס האבן נישט קיין פריקען אנונג וואס טוט זעך אין די נושא און זענען משקר בפני קהל עם ועדה כאילו זיי האבן א רעכט בכלל צו פסק'ענען דא, און צום סוף שרייבען זיי ניטאמאל א געהעריגע פסק הלכה כדבעי. זענען אזעלעכע שקרנים בכלל נאמן אלס עדות?!

די איסור אינטערנעט איז פול אוו ש*ט, באשאפען בעווארן דורך מענטשען וואס זענען פול אוו ש*ט, אלס נאר צו מאכן אונזער לעבן פול אוו ש*ט.

ש*טה לא נודע למי...

בירור להלכה איז בעיקר אויף הלכות נישט אויף תקנות, דער מערכה קעגען אפענע אינטערנעט אן קיין פילטער און געפילטערטע אינטערנעט שלא לצורך פרנסה איז א תקנה אזוי ווי אלע תקנות פון דער היסטאריע פון כלל ישראל. הרב וואזנער האט געהאלטען אז אלס גדול הדור איז ער מחוייב על פי הלכה צו מאכען תקנות לטובת הדור למיגדר מילתא כמבואר בחו"מ סי' ב'.
דער הגדרה פון הלכה איז אז ס'דארף זיין לצורך, דאס מיינט יעדער צורך וליכא דרכא אחרינא, און יעדער איינער דארף ביי זיך בודק זיין אויב ער גייט נכשל ווערען איז עס א איסור גמור להלכה.