בלאט 1 פון 2
בארא פארק פלאקערט!!!
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2019 6:20 pm
דורך טשילער
ס'איז א טשילי נאכט אין בארא פארק, זונטאג פרשת אמור, שפעט ביינאכט, דער עולם רוהט זיך אויס פאר א פרישע מאנטאג, א פרישע וואך. אבער ביי איינעם איז נישט אזוי רוהיג.
ער לייגט זיך נישט אריין אינעם געלעגער. ער איז פון די פיינע "ווארקינג באוס" אין שטאט, א שידוך גייט איהם נישט אזוי גלאטיג, זיינע חברים דרייען זיך שוין מיט זייערע ווייבער, און ער שטיפט אדורך נאך א נאכט. נישט דא ווער ס'זאל איהם אפווארטן, נישט דא ווער ס'זאל איהם מאכן שפירן גיט. ער זעהט אויס זייער העפי. אבער ס'איז נאר פון אינדרויסן.
די זייגער האלט אפאר מינוט פאר 3 פארטאגס, ער נעמט א באטל געזעלין און שפריצט זיך ל"ע אן. אוי. אלע זיינע עצות קומען צו אן עק. נישט דא ווער ס'זאל איהם העלפן ארויסגיין פון זיין מצב.
די איבריגע חלק מעשה האט שוין יעדער באקומען אויף זיין וואטסאפפ. שמואל פנחס בן ר' שלמה ז"ל.
די בילד ווי
דער קאר פלאקערט וועט פאר אונז אייביג זיין פאר די אויגן!!
ס'ברענט - די פעין פון א בחור וואס האט זיך נישט געקענט אן עצה געבן צו טרעפן זיין מיידל.
ס'ברענט - די פעין פון א בחור וואס מ'האט איהם נישט געקענט "עקסעפטן" אזוי ווי ער איז.
ס'ברענט - די פעין פון א בחור וואס וואלט געקענט האבן א ברייטן צוקונפט.
ס'בלייבט איבער פאר אונז צו זעהן וואס מ'קען יא טוהן צו ערמעגליכן פאר יעדן איינציגסטן בחור, ווי אזוי ער זעהט נאר אויס, ווי "אלט" ער איז,
צו קענען לעבן נארמאל און געזונט מיט זיין באליבטן פאר'ל. אז נישט גיסן מיר רח"ל אלע צו אויל צום ברענענדיגן פייער וואס פארניכטעט אזויפיל פון אונז.
די "אראבישע פרילינג" האט זיך אזוי אנגעהויבן... אפשר איז יעצט די אנהייב פון די "סיסטעם פרילינג".
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2019 6:47 pm
דורך אישתישבי
וואס האלט איר איז א בעסערע מהלך, אויסלערנען אזעלכע אז לעבן אליין איז אויך ווערט, אדער פראבירן צו טרעפען א שידוך?
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2019 7:17 pm
דורך וואלווי
אישתישבי האט געשריבן:וואס האלט איר איז א בעסערע מהלך, אויסלערנען אזעלכע אז לעבן אליין איז אויך ווערט, אדער פראבירן צו טרעפען א שידוך?
פאלט דיך נישט איין אפשר גאר ביידע?
זאל זיין סיי חיזוק און סיי תכלית.
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2019 7:27 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אישתישבי האט געשריבן:וואס האלט איר איז א בעסערע מהלך, אויסלערנען אזעלכע אז לעבן אליין איז אויך ווערט, אדער פראבירן צו טרעפען א שידוך?
טרעפן א שידוך וואלט לאו דוקא געהאלפן, כבר היה לעולמים אז א פארהייראטע מענטש זאל זיך נעמען דאס לעבן. מענטשן גייען אריבער זאכן אין לעבן, און געוויסע מענטשן קומען צו צום הכרה אז די גמרא איז גערעכט געווען מיט'ן נוח לו לאדם שלא נברא, אויב נישט דאס וואלט עס געווען עפעס אנדערש.
Re: בארא פארק פלאקערט!!!
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2019 9:32 pm
דורך חוקר ודורש
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:וואס האלט איר איז א בעסערע מהלך, אויסלערנען אזעלכע אז לעבן אליין איז אויך ווערט, אדער פראבירן צו טרעפען א שידוך?
טרעפן א שידוך וואלט לאו דוקא געהאלפן, כבר היה לעולמים אז א פארהייראטע מענטש זאל זיך נעמען דאס לעבן. מענטשן גייען אריבער זאכן אין לעבן, אויב נישט דאס וואלט עס געווען עפעס אנדערש.
די ווייסט אזוי? אפשר האט דאס נישט טרעפן א שידוך געהאט א גרויסע השפעה ?
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2019 9:55 pm
דורך אייז קריעם
לא יאומן כי יסופר ביי די לויה וויפיל צענדליגע בחורים פון היימישע שטיבער זענען געווען דארטן וואס זענען אפגעפארן למחצה לשליש ולרביע, און סאיז יעדן נארמאלן מענטש געפאלן א פחד און קלעם
עד איז העכסט צייט צו אנערקענען אז עס זענען דא אסאך קינדער וואס זענען נישט גרייט חתונה צו האבן ביי ניינצן און זענען נישט ביכולת צו לערנען צוועלעף שעה א מעת לעת.
נאר וואס דען, מהאט מורא אז אלע וועלן אזוי טוהן. אדער וועגן שידוכים.
איי סזענען דא מיטל יאריגע מענטשן עלעקטרישנס און אנדערע זענען כלי קודש זעהט מען דאך אז אפילו ווען סאיז דא פרייהייט צו טוהן וואס מוויל בלייבן אסאך ביים לערנען. און ווען סקומט שידוכים איז זיך יעדער משדך מיט זיינס גלייכן.
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2019 10:42 pm
דורך יין שרף
To be accepted and to feel accepted is two totally different things. In most communities the acceptance rate goes up and up.
But to feel accepted only depends in the person himself. A person first need to accept himself, and only then can feel accepted by others. The boss on his feelings is a person himself (and maybe his therapist..)
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2019 11:02 pm
דורך berlbalaguleh
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:וואס האלט איר איז א בעסערע מהלך, אויסלערנען אזעלכע אז לעבן אליין איז אויך ווערט, אדער פראבירן צו טרעפען א שידוך?
טרעפן א שידוך וואלט לאו דוקא געהאלפן, כבר היה לעולמים אז א פארהייראטע מענטש זאל זיך נעמען דאס לעבן. מענטשן גייען אריבער זאכן אין לעבן, און געוויסע מענטשן קומען צו צום הכרה אז די גמרא איז גערעכט געווען מיט'ן נוח לו לאדם שלא נברא, אויב נישט דאס וואלט עס געווען עפעס אנדערש.
יא. זיכער. ווייניג מענטשן האבן נעבעך גע-דזשאמפט פון דעכער. אדער פון ברידזש. אבער דאך. אונזערע אנגענומענע (פאלשע) סטענדערדס פון באשליסן מי יחיה ומי ימות דארפן אויסגעריסן ווערן. ווייל איינער איז אפגעסטעמפלט געווארן אלס ..."ווארקינג באי"... איז ער שוין נישט קיין מענטש צווישן מענטשן...! אז איינער ווילל חתונה האבן און פיהרן א נארמאלן לעבן. און ס'פיהרט זיך איהם נישט. דארף מען איהם מחזק זיין. און זעהן צו העלפן מיט וואס מ'קען...! נאר ס'איז דא א צווייטע קאטעגאריע פון מענטשן (עלטערע בחורים) וועלכע וויללן נישט חתונה האבן. און זיי זוכן אלערליי תירוצים פארוואס דער אדער יענער שידוך טויג נישט. איך קען איינעם אזא פארשוין. ער איז שוין 45 יאר אלט. און ר'האט שוין א שטיקל בייכל. (אן עגול ואשמח.). און ער שרייט נאכאלץ אז ער ווילל חתונה האבן. נאר ס'פיהרט זיך איהם נישט. קיין איין מיידל איז נישט גענוג גוט פאר איהם. ער איז א בן יחיד (ער האט 5 שוועסטערס.). און ווילאנג זיין מאמע קאכט פאר איהם עסן און זי וואשט זיינע וועש דארף ער נישט קיין בעסערס פון דעם. זיין טאטע. א בעל בתי'שער איד וויינט נעבעך אז זיין זון זאלל שוין ווערן א חתן. און ס'גייט נישט...!
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 1:09 am
דורך שטאפענע קאפעליטש
אבי געהאקט אין קאפ.
נישט קיין איינער פון די טעמים ברענגסט אראפ האט א מינומעם קשר מיט וואס איז געשעהן. נישט שידוכים, נישט פיהלן אנדריש, נישט וועגען נישט זיין עקסעפטיד וגו׳.
ער האט א געהאט א נאנטע סביבה חברים, געלעבט זייער גוט מיטן עלטערן, סהאט עיהם בכלל נישט געברענט א שידוך יעצט.
קען זיין דיין פוינט איז גערעכט, אבער דאס צו ניצן סתם ווייל האסט א גלעגענהייט איז נישט ריכטיג.
כבין פינקט נאנט באקאנט מיטן מעשה, סאיז נישט קיין פלאץ צו ליפטערן מענטשן פריוואטע מעשיות. אבער אזויפיהל יא.
דיין אשכול האט מיט עיהם נישט קיין שום שייכות
Re: בארא פארק פלאקערט!!!
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 1:13 am
דורך או אינו
יין שרף האט געשריבן:To be accepted and to feel accepted is two totally different things. In most communities the acceptance rate goes up and up.
But to feel accepted only depends in the person himself. A person first need to accept himself, and only then can feel accepted by others. The boss on his feelings is a person himself (and maybe his therapist..)
Said who?.
When you have a community that only respects radicals and Money that is a sign that individualism has no existence. That wouldn't be such a problem when you have a colorful community that lives in Harmony and people fill-in for each other and progress as a group.
What's going on here is people can't develop and are deprived from simple basic social norms, skills, and to develop talent.
A boy that can sing has no place to share his vocals.
A Girls that is talented with dance has no place to perform that twist and jump.
A 16 year old that has a instinct for medicine has no path to become Medical Doctor.
A Young Woman or man might have been Attorneys.
Automatically you grow up to respect only the that non thinker and naive guy who is ok to swing along and עולם כמנהגו נהוג. I'm looking forward for the day that we will sit by שלש סעודות together with,
Doctors
Musicians
Police officer
Comedian
Fire/Medical
Military
Attorneys
Banker's
Hedge Funders
Engineers
Programmers
And the list goes on ... And the Rabbi will be דער איידעלער פלאמבער.
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 1:55 am
דורך נולד מאוחר
אין אזא שמועס איז וויכטיק געדענקן א חילוק פון קריטיקירן אונזער געזלשאפט ביז מעורר זיין צי זיין נאך בעסער.
לאמיר נישט פארגעסען, דאס איז דאך עקטשאלי איינע פון דו (אזויגעריפנע) מעלות וואס אונזער שטרענגע סיסטעם האט, עס שטעלט צי פאר כמעט יעדעם, נאך א מענטש צי לעבן מיט.
סאסייד פאר נישט האבן א גירל פרענד איז דאך בנמצא איבראל.
ווען מיר קריטיקירן אונזער ערענזש מערידזש, איז נכלל אז מיר ווילן א סיסטעם ווי דו לא יצלחס בלייבן אויסגעשפילט, און נעמען זוך דאס לעבן.
Re: בארא פארק פלאקערט!!!
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 2:07 am
דורך או אינו
א לא יצלח בלייבט אויסגעשפילט! דאס פאסירט נאר ווען עס איז נישטא א בסיס פין א געזעלשאפט אדער ווען ווערדע איז נאר געלט. די סיסטעם קען נישט ג'יין פי דא אין ווערן בעסער עס פאדערט יסודות'דיגע שיניום. מיר ברויכן א דשמנאזיאם פאר יונג אין אלט. א מאמע קלוב ווי מקען זיך גרופער אין דאגה בלב איש ישחנה. וכו,,
Re: בארא פארק פלאקערט!!!
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 2:43 am
דורך או אינו
מיט א לייק פין שליח אין נולד מאוחר, הייב אין אן אנערקענען אז מיט פלייס אין פראקטיס וועל איך ווערן א גוטע שרייבער. So it was there expression of acceptance that gave birth to know myself in and Now and only now can I accept myself.
Re: בארא פארק פלאקערט!!!
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 5:27 am
דורך מיינונגזאגער
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:אבי געהאקט אין קאפ.
נישט קיין איינער פון די טעמים ברענגסט אראפ האט א מינומעם קשר מיט וואס איז געשעהן. נישט שידוכים, נישט פיהלן אנדריש, נישט וועגען נישט זיין עקסעפטיד וגו׳.
ער האט א געהאט א נאנטע סביבה חברים, געלעבט זייער גוט מיטן עלטערן, סהאט עיהם בכלל נישט געברענט א שידוך יעצט.
קען זיין דיין פוינט איז גערעכט, אבער דאס צו ניצן סתם ווייל האסט א גלעגענהייט איז נישט ריכטיג.
כבין פינקט נאנט באקאנט מיטן מעשה, סאיז נישט קיין פלאץ צו ליפטערן מענטשן פריוואטע מעשיות. אבער אזויפיהל יא.
דיין אשכול האט מיט עיהם נישט קיין שום שייכות
איך בין אויך עטוואס באקאנט מיט פאקטן איבער דער איידעלער געשמאקער צוגעלאזענער בחור שמואלי ע"ה. יו וועלן מיר אלע חבירים בענקען[emoji29].
חברים חתונה געהאט צו נישט גלייך, מיר האבן צוזאמען(ביים רבין) פארברענגט געלאכט און געוויינט עיתים שוטה ועיתים וכ"ו אמאל בעסער און אמאל ערגער, גארנישט אנדערש ווי סיי וועמען מיט זיינע/אירע אפס ענד דאונס.
קומען מיט החלטה'ס פון גאסן מעשיות ווען די בלוט גיסט זיך נאך איז נישט מער ווי א געוויסער מאס רשעות, אדער צום ווייניגסטענס נישט מענטשליך. הער מה יאמרו הקרובים איבער די נשמה וואס מיר האבן פארלוירן, אפי' דאן דארפסטו לופטערן דיין (נעגעטיווער) מיינונג.
איך וועל ח"ו נישט פארדאמען די פרידום אפ ספיטש עקט. אבער ווען עס רייסט אראפ א (אזא טייערע) זוהן, חבר, און געשוויסטער טראכט נאר אריין איין רגע מיט דיין לופטערן זיך דא אנאנים טוהט פאק די אלע פריער דערמאנטע קעטעגאריע מענטשען.
ווילסט לופטערן וועגן דעם קיין פראבלעים טוה דאס אין אינבאקס. בעיקר לאז דע ארימיגע וויטאגן אויפן עצם פארלוסט און נישט אויף זייטיגע פרעפעלערייען פון אנאנים שרייבערס וואס האבן שמואלי קיינמאל נישט געזעהן אדער געהערט פון עים בעפאר און וועט קיינמאל נישט געבן א קרעכץ אויף עים עפטער.
אן עי סייד נאוט. אני כשל עצמי וועל דיר נישט זאגן אז איך האב דאס מידענסטע אנונג וואס און וויאזוי די טראגישע אומקום האט זיך אנגעהויבן (ליידער נאר וויאזוי עס האט זיך אויסגעלאזט) אבער איך וועל נישט דראען קיים שום קאנקלאזשען אויף זיך נעמען דאס לעבן בשו"א דאס איז נישט שמואלי וואס איך האב געקענט און פארברענגט מיט עים דורך יו"ט וואס איז נישט צו לאנג צירוק.
כ"ש ובן בנו של כ"ו וואס די האסט נישט קיין פון וועים מען רעדט לופטערסטו דא אויס גאסן שמועסן וואס לא דובים ולא יער.
היל"ת
ומחה ה' דמעה וכ"ו. טרייסט די נאנטע, און זאלן קענען דערהייבן דעם שווערן בראך. שיין אריין אביסעל ליכטיגקייט אין די איצטיגער חשכות.
Sent from my SM-N960U using Tapatalk
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 9:03 am
דורך שטאפענע קאפעליטש
זי זעהסט אין מיין תגובה איין ווארט פארוואס סאיז געשעהן? כהאב דווקא מקפיד געווען נישט צו רעדן פרטים אדער לשון הרע. כאב נאר געזאגט אז די פתוח האשכול רעדט ארויס פון תחת, סהאט זירא וועגען זיין א אלטע בחור אדער וועגען די סיסטעם נישט ארבייטן פאר יעדער
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 10:16 am
דורך נולד מאוחר
מיינונגזאגער האט געשריבן:שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:אבי געהאקט אין קאפ.
נישט קיין איינער פון די טעמים ברענגסט אראפ האט א מינומעם קשר מיט וואס איז געשעהן. נישט שידוכים, נישט פיהלן אנדריש, נישט וועגען נישט זיין עקסעפטיד וגו׳.
ער האט א געהאט א נאנטע סביבה חברים, געלעבט זייער גוט מיטן עלטערן, סהאט עיהם בכלל נישט געברענט א שידוך יעצט.
קען זיין דיין פוינט איז גערעכט, אבער דאס צו ניצן סתם ווייל האסט א גלעגענהייט איז נישט ריכטיג.
כבין פינקט נאנט באקאנט מיטן מעשה, סאיז נישט קיין פלאץ צו ליפטערן מענטשן פריוואטע מעשיות. אבער אזויפיהל יא.
דיין אשכול האט מיט עיהם נישט קיין שום שייכות
איך בין אויך עטוואס באקאנט מיט פאקטן איבער דער איידעלער געשמאקער צוגעלאזענער בחור שמואלי ע"ה. יו וועלן מיר אלע חבירים בענקען[emoji29].
חברים חתונה געהאט צו נישט גלייך, מיר האבן צוזאמען(ביים רבין) פארברענגט געלאכט און געוויינט עיתים שוטה ועיתים וכ"ו אמאל בעסער און אמאל ערגער, גארנישט אנדערש ווי סיי וועמען מיט זיינע/אירע אפס ענד דאונס.
קומען מיט החלטה'ס פון גאסן מעשיות ווען די בלוט גיסט זיך נאך איז נישט מער ווי א געוויסער מאס רשעות, אדער צום ווייניגסטענס נישט מענטשליך. הער מה יאמרו הקרובים איבער די נשמה וואס מיר האבן פארלוירן, אפי' דאן דארפסטו לופטערן דיין (נעגעטיווער) מיינונג.
איך וועל ח"ו נישט פארדאמען די פרידום אפ ספיטש עקט. אבער ווען עס רייסט אראפ א (אזא טייערע) זוהן, חבר, און געשוויסטער טראכט נאר אריין איין רגע מיט דיין לופטערן זיך דא אנאנים טוהט פאק די אלע פריער דערמאנטע קעטעגאריע מענטשען.
ווילסט לופטערן וועגן דעם קיין פראבלעים טוה דאס אין אינבאקס. בעיקר לאז דע ארימיגע וויטאגן אויפן עצם פארלוסט און נישט אויף זייטיגע פרעפעלערייען פון אנאנים שרייבערס וואס האבן שמואלי קיינמאל נישט געזעהן אדער געהערט פון עים בעפאר און וועט קיינמאל נישט געבן א קרעכץ אויף עים עפטער.
אן עי סייד נאוט. אני כשל עצמי וועל דיר נישט זאגן אז איך האב דאס מידענסטע אנונג וואס און וויאזוי די טראגישע אומקום האט זיך אנגעהויבן (ליידער נאר וויאזוי עס האט זיך אויסגעלאזט) אבער איך וועל נישט דראען קיים שום קאנקלאזשען אויף זיך נעמען דאס לעבן בשו"א דאס איז נישט שמואלי וואס איך האב געקענט און פארברענגט מיט עים דורך יו"ט וואס איז נישט צו לאנג צירוק.
כ"ש ובן בנו של כ"ו וואס די האסט נישט קיין פון וועים מען רעדט לופטערסטו דא אויס גאסן שמועסן וואס לא דובים ולא יער.
היל"ת
ומחה ה' דמעה וכ"ו. טרייסט די נאנטע, און זאלן קענען דערהייבן דעם שווערן בראך. שיין אריין אביסעל ליכטיגקייט אין די איצטיגער חשכות.
Sent from my SM-N960U using Tapatalk
מרעט דא פון אן איידיע, סאיז בכלל נישט נוגע וואס דע בחורס מעשה איז. יעדער ווייסט אז סדרייען זוך ארום מענטשען עלטער פון צוואנציג און אונזער סאסייעטי געבט זיי נישט זייער בארעכטיגטע פלאץ.
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 10:29 am
דורך אישתישבי
גראדע האב איך פערזעהנליך אמאהל גערעדט מיט דער בחור וועגען א שידוך, ער האט גאר שטארק געוואלט חתונה האבן. ער האט געמאכט א גוטער רושם.
און צום ענין, זעלבסמארד מחשבות האט נישט מיט דער סביבה און דער מצב, עס האט מיט דער מענטש, עס איז א מחלה פונקט ווי אלע מחלות, און ליידער איז שוין געוועהן מערערע זעלבסמארד פעלער ווי מען קען נישט פארשטיין פארוואס דער מענטש איז עס באגאנגען.
אוודאי ברויך מען העלפען יעדעם וואס מען קען, און צום ערשט זיך אליין, אבער בלעימען כל הקהל פאר יעדער שלעכטע געשעהניש איז רשעות.
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 10:34 am
דורך אישתישבי
אבטולמוס האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:אויסלערנען אזעלכע
"אזעלכע"? דאס איז נישט עפעס א מין בפני עצמו, נאר דיין זון און אייניקל, און ברודער און פלימעניק. אונזער געמיינדע איז ריזיג גרויס, און עס זענען פאראן טויזנטער פון "אזעלכע" פונקט ווי פון "אזעלכע".
האסט ארויסגעגעבן דיין אנטי רעסעסיע? גוט.
גארנישט שלעכט מיט אנרופען לויט דער מהלך פין פותח האשכול א מיעוט שבתוכנו וואס טרעפען נישט קיין שידוך, אזעלכע.
און כאילו דער גאנצע פראבלעם ליגט מיט נישט העלפען זיי, גראדע איז מען יא ביזי טרעפען שידוכים פאר "אזעלכע" און עס גייט נישט אין א רגע, נישט ער וויל זי און נישט זי וויל ער, ווי מען פארשטייט ביי שידוכים. אפשר זענען די מיידלעך רשעים פאר נישט וועלען חתונה האבן מיט "אזעלכע"?
נישט אנערקענען אז עס איז ליידער דא א מיעוט וואס ליידט צוליב אנטי רעסעסיע גייט נישט מאכן אז "אזעלכע" זאלען קענען טרעפן א שידוך שנעלער.
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 7:14 pm
דורך אייז קריעם
ח"ו ווען איינער האט נישט קיין קינדער, אויב וואוינט ער און א יודישע קאמיוניטי פילט ער ווי גאטס רחמנות. זאג מיר נישט אז סהאט צוטוהן מיט א אינערליכען רצון מקיים צו זיין פריה ורביה, ווייל מזעהט יונגעלייט וואס זענען נישט אזוי מדקדק בקלה כבחמורה זענען אויך אויס מענטש ווען מען איז נישט נפקד נאך אפאר יאר.
אלא מאי, סאסייעטי ביי אונז האט קריעטעד א קאנסעפט וואס ריפט זיך "נעבעך".
עס זענען דא געניג סיבות פארוואס איינער קען שפירן ווי א נעבעך. ביי גוים אדער מאדערנע, אז איינער איז נישט פארהייראט אדער איינער וואס האט נישט די בעסטע קאפ, אדער מאכט נישט די קלוגסטע דזשאוקס איז ער מיט גארנישט ווייניגער ווי א צווייטער. אזא איינער קען שיינען און אנדערע וועגן אזוי ווי ספארטס וכדומה, ער קען טרעפן זיינס גלייכן און בארס אדער Gym וכו.
אונז קענען נאר טאלערירן איינער וואס איז ווי יעדער איינער. געדענקסט מיילעך קאהן'ס ניגון, "יעדער איינער"...
בי דע וועי, ווי איז דער ניגון באגראבן געווארן?
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 11:39 pm
דורך אישתישבי
http://news.trust.org/item/20190515091101-3ss0pא סטופיד מיידעל האט געמאכט א פאול אויף אינסטעגראם אויב זי זאל זיך נעמען דאס לעבען אדער נישט, און ווען רוב האבען געזאגט אז יא, איז זי געשפרינגען פין דאך. און דער סטופיד פאליציי זאגען אז די מענטשען וואס האבען געוואטעד זענען שולדיג און העלפען א סויסייד. עס איז גראדע געשעהן אין מאלעיזשע וואס דאס לעבען דארט איז בכלל נישט צו געוואלדיג.
Re: בארא פארק פלאקערט!!!
נשלח: דאנערשטאג מאי 16, 2019 4:47 pm
דורך גראף
אישתישבי האט געשריבן:http://news.trust.org/item/20190515091101-3ss0p
א סטופיד מיידעל האט געמאכט א פאול אויף אינסטעגראם אויב זי זאל זיך נעמען דאס לעבען אדער נישט, און ווען רוב האבען געזאגט אז יא, איז זי געשפרינגען פין דאך. און דער סטופיד פאליציי זאגען אז די מענטשען וואס האבען געוואטעד זענען שולדיג און העלפען א סויסייד. עס איז גראדע געשעהן אין מאלעיזשע וואס דאס לעבען דארט איז בכלל נישט צו געוואלדיג.
א מין דערערדליקייט צו זאגן פאר איינער גיי שפרונג. א צייט צוריק איז געווען אין די נייעס וואו אין סאן פראנסיסקאו האט איינער געוואלט שפרונגען פון די גאלדען געיט בריק און דרייווערס וואס האבן זיך גערעגט וועגען די טרעפיק וואס יענער קראנקער פארשוין האט אן געווירטשאפט האבן געשריגען צו עם שפרונג שוין!!
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
נשלח: פרייטאג מאי 17, 2019 12:05 pm
דורך אישתישבי
דערמאנסט מיר דער מעשה פון דער וואס אריינגעשפרונגען אין דער שינעס פין דער באן א רגע פאר דער באן איז געקומען, און געכאפט דער וואס האט געוואלט באגיין זעלבסטמארד, און אים געראטעוועט דורך האלטען אראפ צווישן די שינעס.
האט מען אין געפרעגט שפעטער, פארוואס ער האט עס געטוהן, האט ער געענפערט, ווייל ער האט נישט געוואלט זיין שפעט צו דער ארבעט. א זעלבסמארד וואלט אפגעשלאסן דער באן פאר א לאנגע צייט.
Re: בארא פארק פלאקערט!!!
נשלח: זונטאג מאי 26, 2019 5:10 pm
דורך טשילער
זאכן הייבן זיך אן ריקן. נישט אז איך בעט איינעם געלט יעצט.
As we all know, treatment for mental health issues is not cheap. Many therapists are not covered by insurance, and sometimes further costly interventions, such as rehab, are required. To get Project Shmily off the ground, 1225 aims to raise $300,000, the operating budget for the first year of the program. We are asking you to choose to be a part of this campaign. Your tzedakah can help save young people’s lives. While this program has been in the planning stages for some time, after Shmily’s untimely petirah, 1225 decided to undertake it in his name and through this program, he will have chiyus.
May Shmily’s neshama have an aliyah, yehi zichro baruch.
.
PLEASE HELP ME REACH MY GOAL!!!!!
https://www.charidy.com/shmily/YonaSugarSent from my SM-G950U1 using Tapatalk