בלאט 1 פון 1
א מבין אויף מוזיק רעדט
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2019 6:28 pm
דורך איש את רעהו
איך פארשטיי קנאפ צו א ניגון
אויף אייוועלט האט איינער דאס פובליצירט,
מוזיק מביןאיז יענער טאקע אזא פארשטייער ווי ער שטעלט אהער
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 5:26 am
דורך [NAMELESS]
יא, דער רעדט זייער שטארק, צו איך האלט ווי אים איז א צווייטע זאך אבער ער ברענגט ארויס שטארקע פוינטס
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 7:51 am
דורך זאפטיג
ער שרייבט דארט
מיט א מורא'דיגער קלארקייט איז ער מסביר פונקטליך וואס עס טוט זיך אפ מאחורי הפרגוד
........
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 7:56 am
דורך זאפטיג
איך הער דארט נאר די גזירת גיוס כספים חברה רעדן
נשלח: דאנערשטאג מאי 16, 2019 3:12 pm
דורך יין שרף
[justify]איך ווייס נישט וואס ער רעדט דארט. אבער מיר באדערט אביסל אז די ליידיגסטע ניגונים, סיי אין tune און סיי און lyrics ווערן די מערסטע אויפגעכאפט לעצטענס, און ווי מען גייט הערט מען עס איבער און איבער, אין גראסערי און ביים ליל ששי פארברענג, ביים חתונה און סתם אזוי ווען מענטשן צוזינגען זיך. ניגונים אשר אין בהם לא טעם ולא ריח, מען וויינט אריין אין "וועמען זאל מען פרעגן וועמען" און "לאמיר מאכן קידוש אויפן גאנצע וועלט" דינסטאג ביינאכט.. (יא, איך ווייס אז די געדאנק קומט פונעם ריבניצער צדיק. ממילא?) איך ווייס נישט מיט וואס מענטשן קאנעקטען זיך צום ניגון, די ווערטער האבן עפ"ר נישט קיין פשט, און אפילו אויב יא, בכלל נישט פאסיג צום tune.
און לעצטענס מיט נאך א ניגון פונען טאלאנטפולן בעל מנגן דובי מייזליש, אויף קה ריבון עלם, לאמיר אלע צוזאמען וויינען "פאר דיר אוי פאר דיר, אוי נאר פאר דיר" אנת הוא מלכא מלך מלכיא...[/justify]
נשלח: פרייטאג מאי 17, 2019 1:55 am
דורך [NAMELESS]
גוט געזאגט יי"ש, איך אידענטיפיציר זיך מיט דיר.
קענסט צולייגן דעם לעצטיגן "מי אנכי - הייליגע באשעפער" וואס איז א סתירה מיניה וביה. (ויש ליישב בדוחק אז דאס אזא קשיא-תירוץ ניגון, אבער דענמאלטס שטימט עס נישט מיטן טאן)
נשלח: פרייטאג מאי 17, 2019 5:33 am
דורך זאפטיג
ריכטיג האט געשריבן:גוט געזאגט יי"ש, איך אידנפיציר זיך מיט דיר.
קענסט צולייגן דעם לעצטיגן "מי אנכי - הייליגע באשעפער" וואס איז א סתירה מיניה וביה. (ויש ליישב בדוחק אז דאס אזא קשיא-תירוץ ניגון, אבער דענמאלטס שטימט עס נישט מיטן טאן)
ויש גירסא חדשה הייליגע באשעפער די ווילסט דאך מען זאל דאווענען