בלאט 1 פון 2
עולמו של אבא - הרב פנחס מיללער
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 10:49 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער ספר הייסט א טשיקאווע בליק אויף אונגארן פון אמאל. עס איז זיכער נישט אביעקטיוו, ער לייגט זיין מיינטנג איבעראל, אבער עס איז א בליק פון איינער וואס איז דארט געווען און האט פיהל געשמועסט מיט מענטשן.
אינטרעסאנט איז, ווי ער צוטיילט רבנים צווישען חסידים און אשכנזים, און שטעלט די חסידישער צד אלס דער פרומערע וואס שלאגט זיך מיט משכילים דורך ׳שמרנות׳. די אשכנזישע אונגארישע וואס איך האב געקענט זענען געווען זייער פאנאטיש און שטייף אין זייער הנהגות, נאר אין אנדערע געביטן ווי די חסידים. אבער גארנישט ווייניגער.
איך וויל אבער פרעגן דער עולם. עס איז באקנט אז עס איז דא אפאר גירסאות פון דער בוך, וואס איז געווארען צענזארירט מיט די צייט. ווי קען מען וויסען וועלכע מהדורא מ׳האט? וואס האט מען ארויס גענומען אז מ׳קען זען צו עס איז אין מיין גירסא צו נישט? מיינס קומט פון עמעזאן, וואס איך האב ארויפגעשטעלט. דער פי.די.ף. האב איך, דוכט זיך, באקומען פון איינער וואס האט עס גענומען פון אוצה"ח. זוכט אויף עמעזאן די ווערטער olamo shel aba וועסטו זען מיין ווערזיע.
דער וואס ווייסט, איז מכובד מיט צו טיילן אינפארמאציע.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 10:56 am
דורך [NAMELESS]
Re: עולמו של אבא - הרב פנחס מיללער
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 10:57 am
דורך דער גאלדענער אדלער
שוין געליינט אלץ בחור, כ'געדענק נישט וועלעכע מהדורא, אבער איין זאך קומטנארויס קלאר פון דארט אז די קרעפ וואס מ'פארקויפט אינז פונעם "אלטער היים" זעהט מען דארט אז אינזער קרעפ האט זיך נישט אנגעהויבן תש"ח באלד נאכן קריג מיט די ציונים ס'האט א רייכן היסטאריע אויף צוריק
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 12:55 pm
דורך וואלווי
קודם, ער האט נישט געהייסן פנחס מילער, נאר אשר אנשיל מילער, פנחס איז זיין זוהן, געווען רב פון נצרת, וואס ער האט מוציא לאור געווען די זכרונות פונ'ם טאטע'ן.
לעצם הענין, שטעלט ער נישט אוועק דוקא די חסידישע אלץ מער פרומערע, זיין נפק"מ בדרך כלל איז אז די אשכנז'שע זענען געווען מער ערנסט אדער טריקן, און אזוי ווי די זאגסט, זענען די אשכנז'שע אונגערישע יודען געווען שטארק עהרליך און פרומ'ע נשמות. אבער די חסידישע, אזוי ווי ער לייגט עס אראפ, האבן פארפירט מיט חסידישע שטיק כדרכם, און אייביג געהאט עפעס צו זאגען אויפ'ן רב כאילו ער איז נישט פרום גענוג, וכדומה.
בקיצור, ס'איז SO"S - סעים ש*ט ענאדער דעי...
דרך אגב, די ספר קען נישט זיין צו פונקטליך אדער צו פארלעסליך. בדרך כלל, ווען ער שרייבט די לעבענס שטייגער במדינות אלו אדער זיין אייגענע זכרונות, ברענגט ער דאס ארויס זאפטיג און מיט הומאר, און ס'איז מער ווייניגער אזוי געווען. אבער די ווערטלעך און עובדות פון אנדערע גדולי הדורות במשך כמה דורות פאר עם, האט ער סך הכל געהערט דא דארט, ווי אויך איז דא א געוואלד פון לעגאנדע מעשה'לעך, און ס'נישט מסתבר אז ער האט געמאכט ריסירטש ווי א פראפעסער.
אבער דאס יא, אויב האט מען געהאט אן אנגעצויגענעם און העקטיק טאג, און מ'וויל חאטש איינשלאפן מיט א שמייכל, דעמטלטס איז דאס די ביכ'ל דערפאר...
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 1:22 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי: אבער מיינע אלטע סאטמאר'ער סענסיטיוויטעטן זאגן מיר אז ס'איז געשריבן אויף די שפה הטמאה, העברעאיש (רחמנא ליצלן מהאי דעתא). און ס'איז געשריבן אויף דעם ציוניסטישן גייסט...!
Re: עולמו של אבא - הרב פנחס מיללער
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 5:46 pm
דורך צפור בודד
ווי ווייט איך ווייס איז עס דער איינציגסטער פלאץ וואו ס'איז געשריבן איבער די חיטשערס.
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 5:58 pm
דורך זאפטיג
איך האב עס דורך געליינט פון דעקל צו דעקל
ער נעמט נישט קיין שום צד אויסער די פאר בלעטער וואס ער פרעגט אפ רביה''ק מסאטמאר'ס שיטה וואס איך מיין אז דאס האט מען צענזורירט
אגב איך האב דא אמאל ארויפגעלייגט א ספר פון א חסידישע איד א ת''ח און עובד השם וואס ברענגט ארויס מיט מקורות דער חשיבות פון האבן א מדינה און רעדן עברית
https://www.dropbox.com/s/mkyrvc0zq6feu ... 4.pdf?dl=0אינטרעסאנט וואס סאקמער זאגט צי דעם
Re: עולמו של אבא - הרב פנחס מיללער
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 7:30 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ריכטיג האט געשריבן:https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=951057#p951057
די קראנטקייט טענות דארט זענען מינדערוויכטיג. געוויסע פרטים שטימען נישט, און דאס מיינט אז ער האט זיך אויסגעמישט מיט די יארען. ביג דיעל.
ער באשרייבט די מחלוקת אין סיגעט, אבער עס איז דא בעסערע אינפארמאציע ווי איהם אוועילעבל מפי ספרים וסופרים. די חיטשערס איז טאקע א חידוש זיינער, אבער רבתה ההעלם על בגלוי. אחוץ טאמער איך האב א נייעם גירסא.
איך ווארט נאך א תשובה אויף מיין אריגינעלם שאלה
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 7:52 pm
דורך berlbalaguleh
זאפטיג וליטוואק: ער, דער אשרי המחכה זאגט די זעלבע וואס הרב אברהם יצחק הכהן קוק זצ"ל...נו...,
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 8:09 pm
דורך וואלווי
זאפטיג האט געשריבן:איך האב עס דורך געליינט פון דעקל צו דעקל
ער נעמט נישט קיין שום צד אויסער די פאר בלעטער וואס ער פרעגט אפ רביה''ק מסאטמאר'ס שיטה וואס איך מיין אז דאס האט מען צענזורירט
אגב איך האב דא אמאל ארויפגעלייגט א ספר פון א חסידישע איד א ת''ח און עובד השם וואס ברענגט ארויס מיט מקורות דער חשיבות פון האבן א מדינה און רעדן עברית
https://www.dropbox.com/s/mkyrvc0zq6feu ... 4.pdf?dl=0אינטרעסאנט וואס סאקמער זאגט צי דעם
א חסידישע יוד א ת"ח און עובד ה'...
למעשה, איז דא א נאמען?
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 8:55 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=951057#p951057
די קראנטקייט טענות דארט זענען מינדערוויכטיג. געוויסע פרטים שטימען נישט, און דאס מיינט אז ער האט זיך אויסגעמישט מיט די יארען. ביג דיעל.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פארוואס האסטו נישט גרונטליך געלייענט? די טענות איז נישט בלויז דאטומען, נאר זאכן וואס ער שרייבט אנגעבליך ווי א כלי ראשון, מענטשן וואס ער האט אנגעבליך געזאלט קענען, לדוגמה ר' הערשעלע ליסקער וואס איז נסתלק געווארן נאך איידער ער איז געבוירן, שמחה לעהמאן זאל האבן געווען זיין מומע אינדערצייט וואס זי איז בלויז געווען א מחותנת'טע פאר זיין זיידן ועוד ועוד... אזאנע "טעותים" קען נישט א מחבר מאכן...
איך פארשטיי, עס איז טאקע אלד וויליאמסבורג פון אייוועלט. אבער ביטע דן זיין לגופן של טענות.
Re: עולמו של אבא - הרב פנחס מיללער
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 9:34 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אלא מאי? וואס דארף מען ווייזען פוןדי מעשה מיט ר׳ הערשעלע ליסקער? אז ער האט געדמיונ׳ט? אז איינער האט איהם איינגערעדט אז ער איז גאר ר׳ הערשעלע ליסקער, ווען אין אמת׳ן איז ער געווען יענק׳ל ליסקער? דאס ווייזט גארנישט אויף. ווי אויך די יחוס טעות מיט די מומע שמחה. עס ווייזט נאר אז עס איז נישט בדקדוק. ביג דיעל.
איך קען נישט די ניקס אין אייוועלט, זיי קוקן אלע אויס די זעלבע.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 10:50 pm
דורך [NAMELESS]
לייען איבער די הקדמה פונעם עולמו של אבא, וועסטו זעהן אז אלעס איז געשריבן געווארן דורכן זוהן, וואס דער טאטע האט פארציילט, אלזא האלטן מיר שוין ביים כלי שלישי. נו, ווי קראנט און פארלעסליך קען עס שוין זיין? עס געבט אבער אביסל א בליק וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט "אינדעראלטערהיים"...
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 11:11 pm
דורך berlbalaguleh
עכ"פ אין איד אדער אין בלאט אלס היימישע לאקשן קען עס נישט אריינגיין...!
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 11:26 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אלא מאי? וואס דארף מען ווייזען פוןדי מעשה מיט ר׳ הערשעלע ליסקער? אז ער האט געדמיונ׳ט? אז איינער האט איהם איינגערעדט אז ער איז גאר ר׳ הערשעלע ליסקער, ווען אין אמת׳ן איז ער געווען יענק׳ל ליסקער? דאס ווייזט גארנישט אויף. ווי אויך די יחוס טעות מיט די מומע שמחה. עס ווייזט נאר אז עס איז נישט בדקדוק. ביג דיעל.
איך קען נישט די ניקס אין אייוועלט, זיי קוקן אלע אויס די זעלבע.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דו ביסט אפשר נישט באקאנט, אבער ר' הערשעלע ליסקער איז געווען "די" גדול בה"א הידועה אין אונטערלאנד-אונגארן, ס'איז אזויווי איינער זאל שרייבן אז ער האט געלערנט אין א ישיבה אין קאוונע און זיך באקענט מיט ר' יצחק אלחנן, אינדערצייט וואס ער איז געבוירן א שיינע פאר יאר נאך רי"א איז נפטר געווארן...
ווידער ער ברענגט א דעטאלירטע שמועס וואס ער האט אנגעבליך געהאט מיט שמחה לעהמאן, ער באציהט זיך אזוי ווארעם צו זיין "דודה שמחה" וואס איז בכלל נישט געווען זיין מומע, און ער האט נאך געמאכט מי שברך'ס פאר איר... וואו קומט דא אריין יחוס "טעות"? דו מאכסט אמאל אזעלכע "טעותים"?
פורים קטן האט געשריבן:לייען איבער די הקדמה פונעם עולמו של אבא, וועסטו זעהן אז אלעס איז געשריבן געווארן דורכן זוהן, וואס דער טאטע האט פארציילט, אלזא האלטן מיר שוין ביים כלי שלישי. נו, ווי קראנט און פארלעסליך קען עס שוין זיין? עס געבט אבער אביסל א בליק וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט "אינדעראלטערהיים"...
קוק איבער גרונטליך, לטענתו האט ער געשריבן מילה במילה בשעת זיין טאטע רעדט צו איהם...
איך האלט זיך נישט ביים טענה'ן מער, אלעס וואס איך שרייב דא איצט איז שוין מבואר אין אייוועלט, ווען איר וואלט דארט געלייענט איידערן פרעגן וואלט איר שוין געהאט דעם ענטפער. ביטע נעמט די מיה און לייענט דארט גרונטליך איידער איר פרעגט.
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 11:40 pm
דורך berlbalaguleh
ריכטיג: נאך איין נקודה לגבי ר' הערשעלע ליסקער. זיינע קינדער זענען (ליידער) נישט געגאנגען אין זיינע פוסטריט.און, כידוע איז ר' ישעי'לע קערעסטירער געווען זיין תלמיד מובהק. און די קינדער זענען געווען דזשעלעס אז זייער טאטע איז איהם אזוי שטארק מחשיב. און זיי האבן איהם אייביג אונטערגערוקט פיסלעך. דער אך פרי תבואה האט עכט געוואלט אז ער זאלל זיין זיין ממלא מקום אין ליסקא. אבער צוליעב די קינדער האט ער מסופק געווען. איז ער געגאנגען פרעגן ביי ר' מרדכי'לע נאדבורנא'ער. און ער האט איהם מייעץ געווען אז ער זאלל זיך באזעצן אין קערעסטיר...!
Re: עולמו של אבא - הרב פנחס מיללער
נשלח: דאנערשטאג מאי 16, 2019 6:05 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווייל מומע שמחה איז נישט געווען קיין מומע נאר א קאזינע מיינט ער האט נישט געשמועסט מיט איהר?
און וואס מיינסטו האט דארט פאסירט מיט ר׳ הערשעלע ליסקער? (אגב, איך בין אמא געווען זומער אין וואודרידזש, און ר׳ יצחק האט געזאגט פאר איינעם אז היינט איז ר׳ הערשעלע׳ס יארצייט. יענער האט נישט געוואוסט פון ר׳ הערשעלע צו זאגען. האט ר׳ יצחק געצייגט אויף מיר און געזאגט "ממילא זיי, אבער ווי קומט עס דיר נישט צו וויסען?" און אזוי ווייסט איך פון ר׳ הערשעלע ליסקער צו זאגען [emoji3]) ער האט סתם געדמיונ׳ט ווען ער האט געטראפען א וואסער טרעגער אז דאס איז דער רבי?
איך האב געליינט אייוועלט און איך זעי נישט די גרויסע טענה. יא, עס איז דא גרייזן, אבער וואס האט עס מיט די כלליות׳דיגע בליק און די לעבענסגאנג אין יענער יארען?
נעם למשל די בוך ׳שרי המאה׳. יעדער וואס קען אביסל ווייסט אז עס איז נח מיט זיבען גרייזן. די נעמן מיט די יארען שטימען נישט. ער ווארפט זיין אייגענע בליק אויף אנדערע, כאילו זיי טראכטען ווי איהם. דאס איז גענצליך אומפארלעסליך, און עס איז בעצם א ווערטלאזע בוך. מיינסט עולמו של אבא איז די זעלבע, נאר ווייל ער האט עפעס אויסגעמישט?
אזוי ווי ליטווין׳ס ביכער אויף ליטא, די זאכען זענען נישט קיין היסטארישע פארש ארבעט, זיי זענען די בליק פון געוויסע מענטשן. און צו וויסען דער בליק איז עס גאר וויכטיג, אפילו ווען שמחה נעני איז נישט געווען קיין עמטליכע מומע. טאמער מ׳ווייזט אויף א קלארען אדזשענדע וואס גייט דורך די שקרים, דעמאלס איז עס טאקע אומווירדיג, ווייל דעמאלס איז עס נישט זיין בליק, נאר וויאזוי ער האט עס געוואלט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג מאי 16, 2019 9:44 am
דורך זאפטיג
וואלווי האט געשריבן:זאפטיג האט געשריבן:איך האב עס דורך געליינט פון דעקל צו דעקל
ער נעמט נישט קיין שום צד אויסער די פאר בלעטער וואס ער פרעגט אפ רביה''ק מסאטמאר'ס שיטה וואס איך מיין אז דאס האט מען צענזורירט
אגב איך האב דא אמאל ארויפגעלייגט א ספר פון א חסידישע איד א ת''ח און עובד השם וואס ברענגט ארויס מיט מקורות דער חשיבות פון האבן א מדינה און רעדן עברית
https://www.dropbox.com/s/mkyrvc0zq6feu ... 4.pdf?dl=0אינטרעסאנט וואס סאקמער זאגט צי דעם
א חסידישע יוד א ת"ח און עובד ה'...
למעשה, איז דא א נאמען?
https://tablet.otzar.org/he/book/book.p ... &pagenum=1
נשלח: דאנערשטאג מאי 16, 2019 9:52 am
דורך וואלווי
זאפטיג האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:זאפטיג האט געשריבן:איך האב עס דורך געליינט פון דעקל צו דעקל
ער נעמט נישט קיין שום צד אויסער די פאר בלעטער וואס ער פרעגט אפ רביה''ק מסאטמאר'ס שיטה וואס איך מיין אז דאס האט מען צענזורירט
אגב איך האב דא אמאל ארויפגעלייגט א ספר פון א חסידישע איד א ת''ח און עובד השם וואס ברענגט ארויס מיט מקורות דער חשיבות פון האבן א מדינה און רעדן עברית
https://www.dropbox.com/s/mkyrvc0zq6feu ... 4.pdf?dl=0אינטרעסאנט וואס סאקמער זאגט צי דעם
א חסידישע יוד א ת"ח און עובד ה'...
למעשה, איז דא א נאמען?
https://tablet.otzar.org/he/book/book.p ... &pagenum=1
יישר כחכם.
נשלח: דאנערשטאג מאי 16, 2019 11:28 am
דורך קאך_לעפל
דער פארפאסער שילדערט זייער א סאך אנאקדאטן און קרישקעלך, און אינטערסאנטע לשון הרע'לעך פונעם ליכטיגן אמאליגען אונגארן, פון וועלכע מ'קען זיך פארסמאקעווען...
נישט די סארט לשון הרע'לעך וואס פאטושא באשי האט געטאן מיט דאבי נעני דארט אונטערן בוים, נאר פון די חסידישע סארט...
ער שילדערט ווי אזוי הרה''ק רבי אביש פון קראלי האט זיך פאר אים אויסגעוויינט איבער די טיראנישע רציחות וואס ער שטייט אויס פון די סאטמארע טעראריסטן אין קראלי.
ער שילדערט אינטערסאנטע אנאקדאטן ווי אזוי די פארצייטישע בעלזע טעראריסטן האט זיך איזדעקעוועט אויפן מונקאטשער רב דער מנחת אלעזר.
ער שילדערט אינטערסאנטע דעטאלן פון די געהיימע באזוך פון די ערשטע רבעצין פונעם הייליגן קדושת יו''ט ביים מנחת אשר פון טשענגער.
ער שילדערט אומבאוויסטע דעטאלן פון די פייערדיגע מחלוקות צווישן סיגוט און קאסאן.
ער שילדערט די מיטמאכענישן וואס די צדיקי בית סיגוט האבן זיך אנגעליטן פון די פארגרעבטע וויזשניצע חסידים אין סיגוט, און נאך און נאך.
א סאך פון זיינע געשיכטעס זענען מקובל ביי אנשי אונגארן איש מפי איש, נאר צוליב פאליטישע אורזאכן האט מען דאס אלעמאל פראבירט צו שטיפן אונטערן טעפיך, און דער פארפאסער פארעפענטליכט עס מיט א ברייטקייט און א געשמאקייט...
Re: עולמו של אבא - הרב פנחס מיללער
נשלח: דאנערשטאג מאי 16, 2019 11:38 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
בקיצור, דו זאגסט אז עס שטימט מיט דיין אדזשענדע. איך הער
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג מאי 17, 2019 1:47 am
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
נעם למשל די בוך ׳שרי המאה׳. יעדער וואס קען אביסל ווייסט אז עס איז נח מיט זיבען גרייזן. די נעמן מיט די יארען שטימען נישט. ער ווארפט זיין אייגענע בליק אויף אנדערע, כאילו זיי טראכטען ווי איהם. דאס איז גענצליך אומפארלעסליך, און עס איז בעצם א ווערטלאזע בוך. מיינסט עולמו של אבא איז די זעלבע, נאר ווייל ער האט עפעס אויסגעמישט?
אזוי ווי ליטווין׳ס ביכער אויף ליטא, די זאכען זענען נישט קיין היסטארישע פארש ארבעט, זיי זענען די בליק פון געוויסע מענטשן. און צו וויסען דער בליק איז עס גאר וויכטיג, אפילו ווען שמחה נעני איז נישט געווען קיין עמטליכע מומע. טאמער מ׳ווייזט אויף א קלארען אדזשענדע וואס גייט דורך די שקרים, דעמאלס איז עס טאקע אומווירדיג, ווייל דעמאלס איז עס נישט זיין בליק, נאר וויאזוי ער האט עס געוואלט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
exactly דאס איז די נקודה, ס'איז פונקט אזוי מאסגעבנד ווי שרי המאה. שרי המאה האט מימון צוזאמגענומען פון פארשידענע מקורות, פארלעסליכע און אומפארלעסליכע, מיט א ריזן טוץ שמועות און פאלקס-מייסעלעך און צוזאמגעשטעלט א שיינע בוך. וה"ה פנחס מילר, ער האט געטוהן די זעלבע זאך, און עס האט טאקע די זעלבע ווערד.
די חילוק איז אבער אז שרי המאה שטעלט זיך אהער טאקע גענוי נאר אלץ דאס, און מען קען איהם טאקע נישט פארהאלטן אויף קיין גרייזן ווייל ער קען נישט נעמען קיין אחריות אויף די אלע מקורות. וואלט ער אבער געברענגט עפעס וואס ער שרייבט נאך כאילו מילה במילה פון הרב ריינס, און ער זאל נאך שרייבן כאילו ער האט דאס אפגעשריבן ממש בשעת מעשה ווען הרב ריינס האט גערעדט צו איהם, און עס שטעלט זיך ארויס אלץ אוממעגליך איז דאס א ראיה אז מיימון איז א בלאפער. און גענוי דאס טוט דער עולמו של אבא, ער ברענגט כאילו דאס זענען אנעקדאטן פון זיין טאטן, מילה במילה אפגעשריבן בשעת זיין טאטע האט צו איהם גערעדט, און ער שרייבט נאך אז ער האט נישט געטוישט קיין ווארט, אבער די תוכן איז למעשה אוממעגליך, און א כלי ראשון קען נישט מאכן אזעלכע טעותים. קומט אויס אז די גאנצע מעשה איז א בלאף, דאס זענען נישט קיין זכרונות פון ר' אנשיל מיללער, נאר א שיינע בוך פון פנחס מילר, "שרי המאה" סטייל ליקוט. דער פראבלעם איז נאר אז אין די הקדמה פארקויפט ער אנדערש, ועל זה יצא הקצף.
Re: עולמו של אבא - הרב פנחס מיללער
נשלח: זונטאג מאי 19, 2019 2:55 am
דורך חוקר ודורש
אה! עולמו של אבא אונזער באליבטן ספר, זכרונות פון הגה״צ רבי אנשיל יהודה מילר פעטרוזשאנער רב זצ״ל ובחמ״ס שו״ת חיי אשר ועוד ספרים חשובים, (שמעתי אז הגאון רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן שליט״א, האט זיין ספרים ביי זיך און האט הנאה פון זיי), איז הרב ליטוואק פרעגט צו סאיז ארויסגענומען געווארן זאכן אינעם צווייטען מהדורה, איך בין נישט זעכער, די ערשטע מהדורה איז געדורקט געווארן בשנת תשמ״ד אין מען קען עס ליינען אנליין דא:
http://www.otzar.org/wotzar/book.aspx?147835&BOOKS, קענסטו קוקן צו סאיז ארויסגענומען געווארן זאכן (אויף אייוועלט וויל איינער זאגן אז גאר די דרוקער פונעם ערשטן מהדורה האבן נישט אלעס אריינגעלייגט)
בנוגע די טענות פון איוועלט אויפן מוציא לאור דהיינו רבי אנשיל מילר׳ס זוהן רבי פנחס, וועל איך זאגן אז זיי זענען גערעכט, אזוי ווי אלד וויליאמסבורג און דור ודורשיו שמועסן אויס א חלק טענות אויפן מוציא לאור, סאיז קלאר אז רבי פנחס האט דאס צאמגעשטעלט געבויט אויף זאכן וואס ער האט געהערט במשך די יארן פון זיין טאטע, און צוגעלייגט אסאך אייגענס, מיט אסאך טעותים מתחילתו ועוד סופו, ווער עס ליינט דעם ספר דארף וויסן אז וואס עס שטייט דארט קען מען זיך נישט פארלאזן אויף דעם פארן מברר זיין, אפי׳ אינעם הקדמה איז דא אפאר טעותים למשל ער שרייבט אז זיין טאטע איז אוועק בשנת תש״כ, ווען באמת איז ער אוועק תשכ״א, אויך שרייבט ער אז ״מספר שבועות לפני הנסיעה לארץ הקודש וכו׳ נעתר אבי לבקשתי וסיפר לי על תולדות חייו ועל דברי ימי הרבנים וכו׳ הכל כתבתי מלה במלה״, איז ווי שטימט דאס מיט וואס ער שרייבט אין זיין ספר ״מעשה שהיה״ עמוד 133:
IMG_3241.jpg
איז פון מספר שבועות ווערט נאר איין וואך, אויך איז שווער און איין וואך האט זיין טאטע אים אלעס פארציילט? א ספר פון איבער 500 עמודים?, איבערהויפט און א וואך וואס זיין טאטע איז געווען זייער פארנומען צו לערנען תורה כדי נישט אויסצוקוקן ווי אן עם הארץ פאר די רבני מדינת ישראל?
דער טאטע רבי אשר אנשיל איז געווען א פארצייטשע אויבערלענדישע רב מיט א איצטלא דרבנן מיט א זילבענע שטעקן, און איז געווען א פרעשבורג׳ע תלמיד (פונעם שבט סופר) און בנוגע מדינת ישראל האט ער געהאלטן ווי רוב אונגארישע רבנים וואס האבן עס נישט אנגעקוקט בעין יפה, אבער זיינע צוויי זוהן דער מוציא לאור רבי פנחס מיטן עלטערע ברידער רבי לוי יצחק זענען ביידע געווען נאנט מיט די מזרחי (בעסער געזאגט א חלק פון זיי), אזוי ווי דעם נאמען פונעם ספר אליין זאגט שוין און וועלכע שפראך די ספר איז געשריבן..
ווען איינער האט אמאל געפרעגט רבי יצחק לעבאוויטש שליט״א וועגן דעם ספר האט ער זיך גלייך צובייזערט זאגענדיג אז די ספר פארשעמט די קול אריה, ווייל ער שרייבט און עמוד קכ״ו אז נאכן פטירה פונעם מאדע רב רבי נתן פייטל רייניץ האט קיין איין פון זיינע קינדער איבערגענומען די רבנות היות עס איז געווען דארט א איש עשיר ומכובד וואס האט געוואלט אז זיין זוהן זאל ווערן רב און דער איש מכובד איז געווען די טאטע פונעם קול אריה, און אזוי איז טאקע געווען, אבער ״גדולים צדיקים במיתתם יותר מבחייהם״ און דער קול אריה איז אוועק יונגערהייט אזוי אויך זיין זוהן (אויך רב אין מאדע) דער בית נפתלי איז אוועק יונג, אזוי אויך איז אוועק יונג די קול אריה׳ס איידעם, וויל ער זאגן כאילו עס איז געווען א עונש (ער האט א נגיעה אין דעם ווייל ער איז געווען א אייניקל פון רבי נתן פייטיל.
לאחר כל המעשית איז עס א גאר געשמאקן ספר צו ליינען
Sent from my iPhone using Tapatalk