מזרח-וועלט און מערב-וועלט, עבריש און גריכיש, אמאל און היינט
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2019 1:39 pm
אפגעטיילט פון דא.
זייער שיין איבער די הילוך המחשבה פון די מזרח וועלט כלפי די מערב וועלט.
די יסוד איז אויך נוגע ווען מ'באטראכט אונזערע ספרי קודש. למשל מ'גיט אקוק אויף משנה תורה להרמב"ם זעהט מען אז עס איז געשריבן געווארן מיט א מערב וועלט לאגישע סדר די הלכות זענען מסודר לויט די הגיון פון די סברות ההלכה און נישט מיט אנדערע סארט קאטאגאריעס ווצבש"פ שכיחות אדער אנדערע סארט אסאסיאציס.
ווען מלערנט גמרא זעט מען אז די וועג וויאזוי זאכן זענען צוזאמגעשטעלט איז נישט לויט די הילוך המחשבה פון די מערב וועלט, ספעציעל ווען די גמרא ברענגט למשל א ליסטע פון זאכן איז דאס נישט געשריבן לויט א סדר פון א מערב וועלט לאגיק, כ'קען ברענגען הונדערטער דוגמאות
כ'וועל זיך באגניגען מיט איין דוגמא היות כ'האך אמאל דאס אראפגעשריבן דאס אין אן אנדערע אשכול, אבער פון דעם קען מען האבן א שטיקל אהנונג וואס איך מיין. איך האב אמאל געפרעגט א הויפן מיט קושיות אויף א משנה אין אבות, טייל קושיות וואס האט מיר געקוועטשט איז צוליב מיינע דיוקים זענען פון א מערב וועלט הילוך המחשבה. אט דאס האב איך געשריבן.
די משנה זאגט, גדולה תורה יותר מן הכהונה ומן המלכות, שהמלכות נקנית בשלשים מעלות, והכהונה בעשרים וארבע, והתורה נקנית בארבעים ושמונה דברים, ואלו הן: בתלמוד, בשמיעת האזן, בעריכת שפתים, בבינת הלב, באימה, ביראה, בענוה, בשמחה, בטהרה, בשמוש חכמים, בדקדוק חברים, בפלפול התלמידים, בישוב, במקרא, במשנה, במעוט סחורה, במעוט דרך ארץ, במעוט תענוג, במעוט שנה, במעוט שיחה, במעוט שחוק, בארך אפים, בלב טוב, באמונת חכמים, בקבלת היסורין, המכיר את מקומו, והשמח בחלקו, והעושה סיג לדבריו, ואינו מחזיק טובה לעצמו, אהוב, אוהב את המקום, אוהב את הבריות, אוהב את הצדקות, אוהב את המישרים, אוהב את התוכחות, ומתרחק מן הכבוד, ולא מגיס לבו בתלמודו, ואינו שמח בהוראה, נושא בעל עם חברו, ומכריעו לכף זכות, ומעמידו על האמת, ומעמידו על השלום, ומתישב לבו בתלמודו, שואל ומשיב שומע ומוסיף, הלומד על מנת ללמד והלומד על מנת לעשות, המחכים את רבו, והמכון את שמועתו, והאומר דבר בשם אומרו. הא למדת כל האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם, שנאמר ותאמר אסתר למלך בשם מרדכי
איך קען עפעס נישט לאגיש קאטאגאריזירן די תנאים וואס פעלט זיך דא אויס פאר קנין התורה
צום ערשט וואס מיינט דאס קנין התורה אין דעם קאנטעקסט אדער בכלל אין חז"ל דער חלק הלימוד אדער הלמעשה אדער ביידע אדער גאר עפעס אנדרעש
וואס מיינט בתלמוד
וואס מיינט בשמיעת האוזן ובעריכת שפתים און וואס איז מיט אנדערע אברי החושים
וואס איז די חילוק פון בינת הלב און שכלות הלב
וואס איז די חילוק פון אימה און יראה און פארוואס ווערט נישט דערמאנט ברתת ובזיעה
בשימוש חכמים ובדקדוק חברים ובפלפול התלמידים, זעה איך גראדע אן אינטערסאנטע נקודה ואכמ"ל
וואס מיינט בישוב
וואס מיינט במקרא ובמשנה, מרעדט דאך איצט וויאזוי מ'איז קונה תורה איז וואס איז שייך במקרא ובמשנה
איז דער אויבנדערמאנטע תלמוד אויך פון דעם מין איז צו וואס רעכנט ער דאס נישט אויס צוזאמען
שינה, שיחה, תענוג, שחוק, דרך ארץ, וואלט נישט גענוג געווען ווען ער זאגט במיעוט תענוג ס'איז דאך אלעס די זעלבע און אויב שוין יא אויסרעכענען פארוואס נישט מיעוט אכילה שתיה רחיצה ושאר תענוגים
וואס איז בארץ אפים אנדרעש פון ענוה
וואס מיינט בלב טוב און וויאזוי איז דאס אנדרעש פון שמחה און איז דאס א דבר סגולי
קבלת היסורין איז דען א תנאי הכרחי, איז דאס מאדנע אז ער רעכנט דאס, סיידן ווייל ס'איז מצוי, און דרך אגב האט מען שוין דערמאנט במיעוט תענוג
וואס מיינט המכיר את מקומו און בכלל איז די גראמאטיק זייער מאדנע, ער הויבט התורה נקנית במ"ח דברים און אויך דעם באציעט ער זיך המכיר את מקומו
השמח בחלקו וויאזוי איז דאס אנדרעש פונים אויבנדערמאנטע שמחה
העושה סייג לדבריו וואס מיינט לדבריו און וויאזוי איז דאס רעלעוואנט פאר קנין התורה
אוהב את המקום ואת הבריות ווי קומט אריין
וואס מיינט אהוב, און וויאזוי איז דאס רעלעוואנט
אוהב התוכחות
וואס מיינט אוהב הצדקות ואוהב את המישרים און וואס איז די חילוק
מתישב לבו בתלמודו הלא ע"ז אנו דנים
שואל ומשיב, צו וועמען און צו וועמען מ'האט דאך שוין אויבנדערמאנטע שמוש חכמים וכו'
שומע ומוסיף
הלומד ע"מ ללמד וע"מ איז דאך לכאורה די זעלבע מכוון
המחכים את רבו, גאר מאדנע, הא גופא וויאזוי איז מען מחכים את רבו נישט דורך קנין התורה?
המבין את שמועתו ?
האומר דבר בשם אומרו וויאזוי איז דאס נוגע, און איז דאס א דבר סגולי
און בכלל די אויספיר הא למדת וכו' כולו מוקשה
און די אינטערסאנטסטע פון אלעם איז אז ס'ווערט למעשה אויסגערעכנט 49 אדער איז דא א טעות, אדער דארף מען צוזאמנעמען צוויי פאר איינס, אלזא וועלעכע איז דאס?
בכלל איז מאדנע דאס זייער אסאך זאצן ווערט כסדר איבערגע'חזר'ט אין אנדערע הקשרים ווי למשל המחכים את רבו, השמח בחלקו, המכיר את מקומו
נו ווער קען מאכן סענס פון די משנה
ביז אהער וואס איך האב געפרעגט אויף אן אנדערע פלאץ.