בלאט 1 פון 1

נשלח: זונטאג מאי 19, 2019 11:50 am
דורך שבת אחים
מוראדיגע מוסר השכל וואס איך זעה
היינט, אזויפיל אידען זענען אין שאק באוויינען א אידל וואס האט סך הכל געגריסט יעדעם מיט א שמייכל... נישט געווען קיין עושר גארנישט געגעבן פאר קיינעם.. נאך אפילו גענומען ... אין יעדער באוויינט אים


אן א סייט נאוט פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס פעלט אויס די עקסטערע פאר ווערטער ״און נאך אפילו גענומען״ סאיז נישט שיין פאר די משפחה און ס׳פעלט נישט אויס, מיט דעם וואס מ׳שרייבט אז ער איז קיין עושר נישט געוועהן איז מען שוין יוצא.

סאיז נישט קיין כבוד צושרייבן אויף א מת אז ער האט געניסט פונעם ציבור. סאיז א גרויל...

נשלח: זונטאג מאי 19, 2019 12:06 pm
דורך מודה בטפל
שבת אחים ער האט נישט ''גענומען'' פאר זיך, גענומען מיינט מען וואס ער איז געווען א גבאי צדקה. פון וואס ער האט גראדע גארנישט גענומען פאר זיך!

נשלח: זונטאג מאי 19, 2019 1:17 pm
דורך קאצקע ציקער
פארגלייך נישט ביטע דעי צוויי ר'נפתלטשע זעהן ווירקלעך יודן אפענע ישועות און ס'האט גארנישט מיט א חלום

נשלח: זונטאג מאי 19, 2019 1:54 pm
דורך [NAMELESS]
שבת אחים האט געשריבן:
מוראדיגע מוסר השכל וואס איך זעה
היינט, אזויפיל אידען זענען אין שאק באוויינען א אידל וואס האט סך הכל געגריסט יעדעם מיט א שמייכל... נישט געווען קיין עושר גארנישט געגעבן פאר קיינעם.. נאך אפילו גענומען ... אין יעדער באוויינט אים


אן א סייט נאוט פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס פעלט אויס די עקסטערע פאר ווערטער ״און נאך אפילו גענומען״ סאיז נישט שיין פאר די משפחה און ס׳פעלט נישט אויס, מיט דעם וואס מ׳שרייבט אז ער איז קיין עושר נישט געוועהן איז מען שוין יוצא.

סאיז נישט קיין כבוד צושרייבן אויף א מת אז ער האט געניסט פונעם ציבור. סאיז א גרויל...

ער האט מיר אמאל געזאגט אז ער נעמט נישט א פרוטה אחת פון ר' מאיר!
א חידוש פון א פאנדרעזער!

נאך א נקודה נעכטן נאכט בין איך געוואר געווארן אז ער האט באלאנגט צו קהילת מהר''יי כאטש איך האב היבש פארברענגט מיט עם.

נשלח: זונטאג מאי 19, 2019 2:35 pm
דורך איסר האטלקי
קאצקע ציקער האט געשריבן:פארגלייך נישט ביטע דעי צוויי ר'נפתלטשע זעהן ווירקלעך יודן אפענע ישועות און ס'האט גארנישט מיט א חלום

ווען נישט אריינווארפן ר' ישעי'לע און ר' נפתלי'טשע וואלט העניך נישט געשריבן זיין ארטיקל...

דער פותח האשכול ברענגט ארויס א גוטע נקודה, אבער ס'מוז נישט אלץ זיין א זה לעומת זה. פארברענגען עטליכע שעה ביי א קאלטע שטיין איז נישט קיין נייער אויסטרעף, און ס'איז אויך נישט קיין סתירה מיטן זיין בשמחה.

נשלח: זונטאג מאי 19, 2019 4:33 pm
דורך שושן פורים
קאצקע ציקער האט געשריבן:פארגלייך נישט ביטע דעי צוויי ר'נפתלטשע זעהן ווירקלעך יודן אפענע ישועות און ס'האט גארנישט מיט א חלום

די איינציגסטע חילוק איז אז ביי מר. שטיינער ז"ל פון סטעטן איילענד האט א צווייטע איד געחלומט משא"כ לגבי ל"ג בעומר האט ר' נפתלי'טשע אליינס געחלומט.

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2019 3:35 am
דורך שבת אחים
מודה בטפל האט געשריבן:שבת אחים ער האט נישט ''גענומען'' פאר זיך, גענומען מיינט מען וואס ער איז געווען א גבאי צדקה. פון וואס ער האט גראדע גארנישט גענומען פאר זיך!


כהאב נישט געכאפט וואס ער האט געמיינט. כבין אביסל slow און א שטיקל אונגארישער נער...

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2019 10:52 pm
דורך קאצקע ציקער
טשיל , ס'דא נאך רביס בדורינו חוץ פון די בעלי מחלוקת , ערליכע יודן

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2019 11:19 pm
דורך קורקלענד
העניך האט געשריבן:אז ער האט געוואוינט מיט אים אלס קינד אין א בנין אויף דעוויזשאן עוועניו. (כ'בין עס נישט נאכגעגאנגען. ס'שטימט?)

ס'שטימט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2019 10:25 pm
דורך רביה''ק זי''ע
.

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2020 12:05 pm
דורך [NAMELESS]
היינט איז די יארצייט.
יהא זכרו ברוך .

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2020 7:19 pm
דורך וואלווי
חתם סופר האט געשריבן:היינט איז די יארצייט.
יהא זכרו ברוך .


אסאך מאל קלער איך, אז מ'איז אזוי ביזי פארן צו קברי צדיקים, וואס סך הכל דערציילט מען נאר נאך זייערע מיסטישע מופתים, און מיט דעם קוויטשעט מען אז זיי זאלען איינרייסן און פועל'ן די זעלבע מופתים אויף יענע וועלט אויך. אבער פארוואס דארף זיין ממרחק תביא לחמה? נאכדערצו אז ס'קען גאר זיין אז די גאנצע ווינט גייט אריין אין כלל פון ירחיק עדותו?

די אמת איז אז ס'ליגט דא מיט אונז דא א צדיק אמת, דער אומפארגעסליכער ר' ברוך יודא, וואס האט געטוהן למעשה, פועל ישעות געווען במציאות מיט זיין אייגענע צוויי הענט, און מחיה נפשות געווען בגשם ורוח. א ריכטיגע זורע צדקות מצמיח ישועות. און ס'איז ניטאמאל אבי א legend. מ'האט געקענט זען זיינע ישועות מיט די אייגענע אויגען אויף א טאג טעגליכע פארנעם.

אז איך דארף נעמען א bet ווי צו צונדען מיין לעצט לעכטעלע און אויסוויינען איין קאפיטל תהילים, וועט עס זיין ביים ציון הק' פונ'ם פועל ישועות הרה"צ ברוך יודא ב"ר משולם זושא זצ"ל.

זכותו יגן עלינו.

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2020 11:01 pm
דורך יין שרף
[justify]ר' ברוך יודא זאגט, קום נישט צו מיין ציון און איך דארף נישט דיין לעכט! גיב מיר נישט דיין תיקון, און פארגעס פון משניות. טוה וואס איך האב געטוהן!

שענק א שמייכל פאר יעדעם איינעם! וואס קאסט דאס?! זעסט א צובראכענע איד? זיי אים מחזק, זאג אים א גוט ווארט, גיב אים א האג, מאך סתם א קארני ווערטל אז דער עולם זאל לאכן, גיב עטענשען פאר ווער עס דארף נאר, און אויב ווייזט ער אז ער דארף נישט גיב עם דאפעלט! יעדע קליין קינד זיי גורס, ענטפער יעדעם בסבר פנים יפות.

ער איז ארום מיטן שמייכל, ווי כאילו די וועלט לאכט צו אים, ער איז געווען א יורד (געהאט אמאל שיין געלט), און נאך אסאך זאכן וואס עס אים בכלל נישט גרינג געגאנגען, און גארנישט האט עפעקטירט זיין שמייכל, אפילו אויב פאר זיך האט ער צומאל נישט פארגינט א שמייכל, אבער פאר יענעם? אלעמאל![/justify]

והלכת בדרכיו!

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2020 11:08 pm
דורך [NAMELESS]
וואלווי האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:היינט איז די יארצייט.
יהא זכרו ברוך .


אסאך מאל קלער איך, אז מ'איז אזוי ביזי פארן צו קברי צדיקים, וואס סך הכל דערציילט מען נאר נאך זייערע מיסטישע מופתים, און מיט דעם קוויטשעט מען אז זיי זאלען איינרייסן און פועל'ן די זעלבע מופתים אויף יענע וועלט אויך. אבער פארוואס דארף זיין ממרחק תביא לחמה? נאכדערצו אז ס'קען גאר זיין אז די גאנצע ווינט גייט אריין אין כלל פון ירחיק עדותו?

די אמת איז אז ס'ליגט דא מיט אונז דא א צדיק אמת, דער אומפארגעסליכער ר' ברוך יודא, וואס האט געטוהן למעשה, פועל ישעות געווען במציאות מיט זיין אייגענע צוויי הענט, און מחיה נפשות געווען בגשם ורוח. א ריכטיגע זורע צדקות מצמיח ישועות. און ס'איז ניטאמאל אבי א legend. מ'האט געקענט זען זיינע ישועות מיט די אייגענע אויגען אויף א טאג טעגליכע פארנעם.

אז איך דארף נעמען א bet ווי צו צונדען מיין לעצט לעכטעלע און אויסוויינען איין קאפיטל תהילים, וועט עס זיין ביים ציון הק' פונ'ם פועל ישועות הרה"צ ברוך יודא ב"ר משולם זושא זצ"ל.

זכותו יגן עלינו.

ווען דו ענדיגסט צינדן דעם ליכטל, גיי אריין אין בעט און וועסט זיכער האבן א חלום, דאן טייל מיט דעם חלום, עפן א הכנסת אורחים אויפן קבר, נעם צאם געלט פאר ילדי טייוואן און וועסט האבן פרנסה א גאנץ לעבן בזכות ר' ברוך יודא'ן...

Re: ר' ברוך יהודה שניצלער ז"ל און זיין שמחה-סגולה

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2020 11:09 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
כ'האב עם געקענט פון דער נאענט, און צוגאב צו זיין זיסע שמייכל, האט ער געטוהן היפש חסד אינטערן טיש, וואס איך האב מיטגעהאלטן.