זענען מיר טאקע אין א קאנסטעטוציאלע קריזיס?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

זענען מיר טאקע אין א קאנסטעטוציאלע קריזיס?

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]וואשינגטאן – די געמיטער אין וואשינגטאן זענען גאר שטארק אנגעצויגן – דער עקזעקעטיווער פליגל פון די רעגירונג האט זיך פארמויערט אונטער א שטיינענעם מויער. דער פרעזידענט מיט זיינע מיניסטארן אנטזאגן זיך גענצליך צו קאאפארירן מיט די אויספארשונגען פונעם לעגיסלאַטאָרישער פליגל. זיי ווייזן קאטאגאריש צוריק יעדע איינלאדענונג פונעם רעפרעזאנטן הויז צו ערשיינען פאר זייערע קאמיטעטן, זיי אנטזאגן זיך אהערצושטעלן פאר די אויספארשונג קאמיטעטן דאקימענטן - וועלכע די ליבעראַלע לעגיסלאַטאָרן פארלאנגן אין די מיליאנען. דער פרעזידענט מיט זיינע מיניסטארן דעקלערן: מיר האבן שוין געהאט גענוג פון די ליבעראַלען, און אויב מיר שטעלן נישט אראפ קיין פוס אז גענוג איז גענוג, וועלן זיך די ליבעראַלע לעגיסלאַטאָרן קיינמאל נישט אויפהערן זיך איזדעקעווען איבערן פרעזידענט און זיינע מיניסטארן. די ליבעראַלע לעגיסלאַטאָרן שרייען גיוואלד - זיי ארגומענטירן אז זייערע קאנסטיטוציאנאלע פליכט איז צו האלן איבערזיכט און אויסצופארשן דעם עקזעקעטיווער פליגל. און מיטן פארמויערונג פונעם עקסעקעטיווער פליגל שטערט דער פרעזידענט דעם רעפרעזאנטן הויז אויסצופירן זייערע פליכטן – דערפאר וויינען זיי מיט הייסע קראקעדיל טרערן אז אמעריקע געפונט זיך אין א קאנסטעטוציאלע קריזיס... ס'איז ווירקליך נישטא ווער ס'זאל לאכן, זיי האלטן דאס אמעריקאנער פאלק פאר גלייכע קעלבער...

לאמיר גיין פראוואליע...

1. די קאנסטעטוציע שטעלט אוועק גענוי ווי אזוי די רעגירונג זאל פונקציענירן. די רעגירונג איז איינגעטיילט אין דריי פליגלן. די עקזעקעטיוו, די לעגיסלאַטאָר, און די יוריסדיקציע. אלע דריי פליגלן פארמאגן זייער איינגארטיגע אויפגאבעס, און אזוי אינאיינעם פארמירן זיי די אמעריקאנער רעגירונג. די לעגיסלאַטאָרישער פליגל באשאפן די געזעצן, די עקזעקעטיווער פליגל אינפארסירט די געזעצן. דער עקזעקעטיווער פליגל האט נישט די מאכט צו באשאפן געזעצן, און די לעגיסלאַטאָרישער פליגל האט נישט די מאכט צו אינפארסירן געזעצן. און יוריסדיקציע פליגל האט די אויסשליסליכסטע מאכט צו דעצידירן צו א געזעץ וואס די לעגיסלאַטאָרישער פליגל האט געמאכט, אדער צו א אקט וואס דער עקזעקעטיווער פליגל איז באגאנגן, איז אין איינקלאנג מיט די קאנסטעטוציע צו נישט. אויב נישט קען דאס נישט ווערן געזעץ אין לאנד.
2. די לעגיסלאַטאָרישער פליגל איז פארפליכט צו איבערזיכטן איבער די עקזעקעטיווער פליגל. זיי האבן אבער נישט די לעגאלע מאכט צו אינפארסירן געזעץ. דאס הייסט אז אויב זיי ווילן אינפארסירן סיי וועלכע געזעץ אדער פּראָצעדור זענען זיי געצווינגן זיך ווענדן צום עקזעקעטיווער פליגל. סיידן אויב דער פרעזידענט זעלבסט באגייט א פארברעך אין אמט.
3. אין פאל ווען דער פרעזידענט באגייט א אויסערארענטליכער פארברעך אין אמט, אדער ווען דער פרעזידענט ווערט אריינגעוועלט אין אמט דורך שווינדל, האט די לעגיסלאַטאָרישער פליגל יא דאס געזעצליכער מאכט צו אינפארסירן געזעץ דורך א אומפיטשמענט פראצודער. דער נידעריגער הויז שפילט דאן די ראלע פון פּראָקוראָר און דער העכערע הויז שפיל די ראלע פון ריכטער.
4. דער פרעזידענט איז נישט פארפליכטעט צו פארעפענטליכן זיינע שטייערן און פערזענליכע פינאנץ. ער איז מיט דעם גארנישט אנדערש ווי יעדע אלגעמיינער אמעריקאנער בירגער וואס איז בארעכטיגט צו האלטן זיין פערזענליכע פינאנץ פריוואט.
5. איטליכער בירגער איז אומשולדיג אין די אויגן פון געזעץ, ביז ווי לאנג ער ווערט נישט דעקלערט שולדיג דורך די יוסטיץ אפטיילונג.

אצינד לאמיר זען אויב ס'הערשט טאקע א קאנסטעטוציאלע קריזיס.

מוללער אינאיינעם מיט זיין גרופע פון אכצן אגרעסיווע ליבעראַלע פּראָקוראָרן, זענען געקומען צום אויספיר אז דער פרעזידענט איז נישט באגאנגן קיין שום פארברעכן. די ליבעראַלע לעגיסלאַטאָרן זענען אנגעבליך ביי די מיינוג אז דער פרעזידענט איז יא ווירקליך א געמיינע פארברעכער, אבער צו זייער ווייטאג פארמאגן זיי נישט קיין זאכליכע באווייזן דאס איבערצוצייגן. זיי פארלאנגען מיט פרעכהייט אז דער פרעזידענט זאל זיי גאר העלפן צו שאפן באווייזן אז ער איז ווירקליך א פארברעכער, און ווי ס'איז זעלבסטפארשטענליך האלט דער פרעזידענט נישט דערביי. פארוואס אין ג-ט'ס-ווילן זאל ער דאס טאן? נאכמער די ליבעראַלע לעגיסלאַטאָרן פארלאנגן גאר אז די יוסטיץ אפטיילונג וואס איז אונטער די עקזעקעטיווער פליגל זאל זיי גאר צוהעלפן צו צווינגן דעם פרעזידענט אז ער זאל זיי צו שטעלן ווארע זיך זעלבסט צו באגראבן. דער יוסטיץ אפטיילונג האלט זיך אבער צי צום געזעץ וואס לויטעט דייטליך אז איטליכער איז אומשולדיג ביז ווי לאנג ער ווערט נישט דעקלערט שולדיג, און זיי אנטזאגן זיך צו העלפן באשולדיגען אן אומשולדיגער מאן בלויז ווייל די ליבעראַלע לעגיסלאַטאָרן האבן א פראבלעם מיט אים. די זעלבע איז מיט די שטייערן און פינאנצן פונעם פרעזידענט – דער איינציגסטער אורזאך פארוואס די ליבעראַלע לעגיסלאַטאָרן זענען אזוי אויסן צו לייגן זייער לאפעס אויף דעם, איז בלויז ווייל זיי האפן דארט צו טרעפן מיסברויכן. און פארוואס זאל זיי דער פרעזידענט דאס דערלאנגן?

די ליבעראַלע לעגיסלאַטאָרן, פראבירן אומקאנסטעטוציאל זיך צו באנוצן מיט אנגעבליכע איבערזיכט, ארויס צו צווינגען דאקימענטן פונעם עקזעקעטיוו פליגל זיך צו קענען ווייטער איזדעקעווען אויפן פרעזידענט, און דער פרעזידענט אנטזאגט זיך זיי עס צו דערלאנגן, און מיט רעכט. דער לעגיסלאַטאָרישער פליגל האט די רעכט צו פארלאנגן און די עקזעקעטיוו פליגל האט די רעכט צו אנטזאגן. נאכמער ארגומענטירט אז אויב זיי האלטן אז ער איז באגאנגען פארברעכן זאלן זיי אנהייבן מיט די אומפיטשמענט פראצודערן. די ליבעראַלע לעגיסלאַטאָרן זענען אצינד ווי הונט אן ציין – זיי קענען בלויז בילן, זיי האבן נישט די לעגאלע רעכט צו אינפארסירן געזעץ, און די יוסטיץ אפטיילונג אנטזאגט זיך צו איפארסירן זייערע פארלאנגן, ווייל אין זייערע אויגן איז דער פרעזידענט אומשולדיג. דאס גאנצע וואס די ליבעראַלע לעגיסלאַטאָרן קענען טאן איז צו וויינען קאנסטעטוציאלע קריזיס, אין זעלבע צייט וואס זיי זעלבסט זענען די גרעסטע טרעטער אויף די קאנסטעטוציע. אדער קענען זיי אויסשפילן הינער ספעקטאלן אינעם רעפרעזאנטן הויז.[/justify]
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

איך האב שטארק הנאה ווי די טאג טעגליכע נייעס פארוואנדעלט אין א מייסטער שפיאנאזש נאוועל אין דעם גאלדענעם פעדער פון קאך לעפעל
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

די ליבעראַלען זענען פארצווייפלט!

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]וואשינגטאן – די דראמא צווישן די ליבעראַלען מיטן פרעזידענט פארשטארקערן זיך מיטן יעדן פארבייגייענדעם טאג. די געמיטער אין ביידע זייטן זענען שרעקליך אנגעצויגן. דאס לאנד קוקט ארויס מיט שפאנונג און אנגסט איבער די פאליטישע אנטוויקלונגען' און די שפעקאלאציעס איבער דעם אויסגאנג זענען אויף די העכסטע אקטאוועס.

עס איז געווען א רעגנדיגער פארכמורעטער טאג אינעם הויפט שטאט וואשינגטאן, ווען די פארזעצערין פונעם רעפרעזאנטן הויז - די מיליאנערקע פון סאַן פֿראַנסיסקאָ נענסי פּעלאָסי, אונאיינעם מיט איר קאלעגע דער מינאָרעט פירער פונעם סענאט, טשאק שומער, האבן געוואנדן זייער טריט צום ריכטונג פונעם ווייסן הויז - אפצוהאלטן א צווייטע רונדע פון קריטישע זיצונגען מיטן פרעזידענט איבער אינפראסטרוקטור. זאגאר איידער דעם קריטישער זיצונג, האט פרוי פּעלאָסי געפונען פאר גאר וויכטיג, אנטייל צו נעמען אין א אנדערע זיצונג וואס איז פארגעקומען אונטער פארמאכטע טויערן - וואו די ליבעראַלע שישקעס האבן העפטיג דיסקאסירט צווישן זיך ווי אזוי ווייטער צו האלטן די רוסישע קאנספיראציע ביים לעבן. די אנוועזענדע ביים זיצונג האבן גלייכצייטיג אויך העפטיג דעבאטירט פלענער איבער די בערפארשטייענדע אומפוטשמענט פּראָצעדורן.
ביי די ענדע פונעם זיצונג האט פרוי פּעלאָסי אויך געפונען פאר וויכטיג אויפצוטרעטן פאר די פרעסע - צו דעקלערן פארן אמעריקאנעם פאלק אז דער פרעזידענט איז פארמישט אין א קאוועראפ. קאוועראפ איז אייגענטליך געווען דער לעגאלער טערמין פאר די אומפוטשמענט פון פרעזידענט ניקסאן. זי האט ווי איר שטייגער נישט עקלערט גענוי וואס דער פרעזידענט פארדעקט, נאר זי האט בלויז געווארפן די באמבע און זיך באלד געאיילט צו איר מאטארקאדע וואס האט איר אפגעפירט צום ווייסן הויז מיט פאראדע.

דער פרעזידענט האט פון דעם אלעם גוט געוויסט, און ער האט באשלאסן צו רעאגירן אויפן טראמפ שטייגער.
דער פרעזידענט האט דייטליך געזען וואס די אמעריקאנער באפעלקערונג ווייסט שוין פאר א לאנגע צייט. די ליבעראַלען זענען בלויז דא צו פארניכטן דאס לאנד און אומווארפן דאס פרעזידענט וואס דער אמעריקאנער פאלק האט אריין דערוועלט אין אמט. זיי ווייסן טאקע נישט גענוי פארוואס, צו ווייל ער האט קאלאבארירט מיט די רוסן, אדער צוליב דעם וואס ער האט געשטערט יוסטיץ, אדער ווי דער נייער ניגון לויטעט אצינד אז ער איז פארמישט אין א מיסטיריעזע קאוועראפ. זיי קענען נאכנישט גענוי דעצידירן און באשטומען וואס פאר א גראנדיעזע פארברעכנס דער פרעזידענט איז ווירקליך באגאנגען, זיי זוכן נאך אלס דעם פארברעך. אבער וואס עס איז זיכער איז זיכער אז דער פרעזידענט מוז זאפארט אומפושט ווערן פאר יעדע פרייז אין דער וועלט, אפגעזען צו ער איז יא באגאנגען א פארברעך אדער נישט.

ווען פרוי פּעלאָסי און שומער האבן עררייכט צום ווייסן הויז האט זיי אפגעווארט א אומאיינגענעמענע איבעראשונג. דער פרעזידענט האט זיי אויפגענומען אייז קאלט – און האט זיי דייטליך קלארגעשטעלט, איר ווילט ארבייטן אויף אינפראסטרוקטור? פיין! איך וויל אויך! פילייכט נאך מער ווי אייך. אבער איר זענט דאך אצינד פארנומען מיט אייערע אומצאליגע אויספארשונגן איבער מיר און מיין פאמיליע, און איר גרייט זיך אנצוהייבן אומפוטשמענט פּראָצעדורן, אלזא ערשט ענדיגט מיט אייערע וויכטיגע אויספארשונגען און מיט אייערע ענדלאזע קאנספיראציעס, און ווי נאר איר ענדיגט קומט גלייך צוריק און איך וועל שוין ווארטן אויף ענק, איך וועל מיך דאן פרייען צו ארבייטן מיט אייך אויף אינפראסטרוקטור! אבער בלויז ווען איר ענדיגט, מ'קען נישט ארבייטן אויף ביידע פראנטן אינאיינעם. דער פרעזידענט האט דאן ספאנטאניש ארויסגעשטורעמט פונעם צימער איבערלאזענדיג די צוויי ליבעראַלע פירער באגאסן מיט שיסל הייסע קוילן.

דער פרעזידענט האט דאן דעקלערט פאר די אנוועזענע פרעסע לייט זיין שטעלונג.
ס'איז אמת אז די לעגיסלאַטאָרן האבן א קאנסטעטוציאלע פליכט פון האלטן איבערזיכט איבערן עקזעקטיווער פליגל, און איך שעץ דאס זייער. אבער בלויז ווען די איבערזיכט איז לעגעטים. דאס באדייט אויב דער פרעזידענט באגייט א ווירקליכע פארברעך אין אמט, א שטייגער ווי ניקסאן און קלינטאן. אבער אויב איך בין נישט באגאנגן קיין שום פארברעך ווי מוללער האט דייטליך קלאר געשטעלט, דאן הייסט דאס נישט איבערזיכט, זוכען און נישטערן שמוץ און באשאפן פארברעכן הייסט נישט איבערזיכט, ס'הייסט זיך זיך איזדעקעווען... און כ'מיין א צוויי יאר צרות און פיין פון די ליבעראַלען איז מער ווי גענוג, האט דער פרעזידענט קלאר געשטעלט. איך וויך נישט באלעסטיגן די לעגיסלאַטאָרן מיט לעגיסלאַטאָרישע ארבייט אין די סאמע מיטן פון זייערע קריטיש וויכטיגע אויספארשונגן. איין זאך אויף אמאל!

דאס האט זעלבסטפארשטענדליך אריינגעשטעלט די ליבעראַלען אין א אוממעגליכע פאזיציע. זיי קענען נישט קומען צו די בעפארשטייענדע וואלן בלויז מיט לופטיגע אויספארשונגען און קאנספיראציעס. און אצינד זאגט דער פרעזידעט איך ארבייט מער נישט מיט אייך איבער לעגיסלאַטאָרישע ארבייט . דאס באדייט אז זיי האבן נישט די געהעריגע מעגליכקייט דורכצופירן קיין געזעצן. ווידעראום אפשטעלן די אויספארשונגן קומט דאך אויך נישט אין באטראכט, לאזן דעם פרעזידענט אויספירן זיינע אויפגאבעס אן צו ווערן געשטערט פון די נאכאנאנדע איזדעקעווען פון די ליבעראַלען, איז דאך ווי צו זאגן אז טראמפ איז ווירקליך פרעזידענט און נישט די סקאנדל-געפלאגטע פרוי קלינטאן. און דאס קען דאך זיכער נישט קומען אין באטראכט. אלזא די חברה זענען אין ערענסטער פעקל, זיי האבן אריינגעביסן מיט דעם הארטן טראמפ...

אלס נאכשפייזע, האט דער פרעזידענט אויך נעכטן ביינאכט דיסקלאסעפירט אומצאליגע געהיימע דאקימענטן, וועלכע וועלן ווארשיינליך ווארפן ליכט ווי אזוי די קאראפטירטע ליבעראַלע שישקעס האבן קאנספערירט דורך צו פירן זייער דורכגעפאלענעם פוטש... די ליבעראַלען זען ווי זייער גאנצע האראוואניע ווערט צונישט, זייער געמיינקייט ווערט מער און מער אנטדעקט פון טאג צו טאג. זיי גייען כאדאראם... ווי אזוי זאגט פרוי פּעלאָסי? איך דאווען פאר די פרעזידענט... דאווענט אביסל פאר אייך אויך....[/justify]
פארשפארט